ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נא_שכל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: רבי אשר האט אין תר"פ יארען געפירט א וויכוח מיט דער באוויסטער רבי נתן בירנבוים ע"ה
https://en.wikipedia.org/wiki/Nathan_Birnbaum
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
אין די אידישע צייטונגען און וויען. זיי האבען זיך מתווכח געווען וואס די שיטה פון "תורה עם דרך ארץ" פון הגאון הצדיק רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז; צו עס איז א לכתחילה (און אויב אזוי איז עס פאר פוילישע און אונגארישע אידען אויך), אדער איז עס א בדיעבד.

איך האב אמאל געהערט פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל זאגען, אז פיפציג יאר נאך מענדעלסאן איז שוין האלב דייטשלאנד געווען ר"ל אסימילירט; איז געקומען רבי שמשון רפאל הירש און פרובירט מיט אלע מיטלען אפצושטעלען די פערד און וואגען פון אין גאנצען אראפ פליען די בארג. לפי זה קומט אויס אז רבי אביגדור מיללער האט געהאלטען אז עס איז געווען א "בדיעבד", און נאר כדי צו ראטעווען וואס מען קען.

הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל, רב פון די ברויערס קהלה אין וואשינאטאן הייטס האט אויך גענומען א צד אין דעם, אבער איך געדענק נישט וואס.

רבי אשר האט מיר געוויזען ליגען ביי אים אין דער היים די אלטע פארגעלטע צייטונגען ווי עס איז געווען געדרוקט די פולמוס.

א קליינער באמערקונג פון ר' קלמן ריכטער איבער "תורה עם דרך ארץ" ביי די וויענער אידן פון די שיף-שול, ער ברענגט ארויס אז ס'געווען א חילוק צווישען וויען און דייטשלאנד, און ער רופט דא דער " ווינער תורה עם דרך ארץ".

א שטארקע נקודה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט גערעדט צו מיר וועגען הגאון רבי מאיר מייערסאן, רב פון די גאליציאנער אידען אין וויען.

דא האביך אים שוין דערמאנט
viewtopic.php?p=696701#p696701

ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער הגאון רבי מאיר מייערסאן?

רבי אשר, כאטש ער איז געווען א גאליציאנער, האט אבער געהערט צו די שיף-שוהל. אולי האבען זיינע מאמע'ס עלטערען דארט געהערט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: ....
הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל, רב פון די ברויערס קהלה אין וואשינאטאן הייטס האט אויך גענומען א צד אין דעם, אבער איך געדענק נישט וואס.
.................

דער וואס איז נייגעריג אויף דעתו פון הרב שוואב זצ"ל איז דא א פאר מאמרים אויף ענגליש

Rav Shimon Schwab's These and Those אלו ואלו

T I D E תורה עם ד"אa second view

conclusion these and those סיום אלו ואלו

דא איז א קטע פון רב שוואב'ס דברי סיום צו THESE AND THOSE אלו ואלו
בילד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

SPUSMN האט געשריבן: רבי אשר האט גערעדט צו מיר וועגען הגאון רבי מאיר מייערסאן, רב פון די גאליציאנער אידען אין וויען.

דא האביך אים שוין דערמאנט
viewtopic.php?p=696701#p696701

ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער הגאון רבי מאיר מייערסאן?

רבי אשר, כאטש ער איז געווען א גאליציאנער, האט אבער געהערט צו די שיף-שוהל. אולי האבען זיינע מאמע'ס עלטערען דארט געהערט.

א שטיקל באריכט פון ר' קלמן ריכטער איבער רבי מאיר מייערסאן און זיינע פעולות אין וויען
אטעטשמענטס
דאס אידישע ווארט חשון תשכ"ה
דאס אידישע ווארט חשון תשכ"ה
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דערציילט האט מיר רבי אשר אז הגאון רבי מאיר מאירסאהן זייענדיג די קולטוס-געמיינדע דיין האט געמוזט מספיד זיין ביי זיך אין בית המדרש די קולטוס-געמיינדע רב ד"ר צבי פרץ חיות (אייניקעל פון מהר"ץ חיות). איך געדענק נישט די פינקטליכע ווערטער מיט וואס ער האט אנגעהויבען דאס ארויף געצווינגענע דרשה, אבער דער פועל יוצא דערפון איז נישט געווען גוט און ד"ר חיות'ס פארעהרער האבען אים געוואלט צורייסען.

פון דא רעדט מען וועגען אים
viewtopic.php?p=225011#p225011

רבי אשר האט מיר דערציילט אז ד"ר חיות איז געווען א גוטע מענטש און געווען גרייט צו העלפען א צווייטען, און אז ער צוזאמען מיט רבי יעקב שלמה שטיינפעלד האבען געהאט מערערע טובות פון אים צו פארשאפען די נויטיגע פאפירען פאר די פליטים אין וויען.

אויך האט ער מיר דערציילט אז ד"ר חיות האט געהאט סמיכה (כמעט זיכער אז ער האט געזאגט) פון הרי בשמים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען דארף קוקען די בילדער און קליפ פונעם כנסי' הגדולה ווי מען קען זיכער טרעפען רבי אשר דארט (מען דארף נאר וויסען ווי ער זעהט אויס). דארט ווי מען טרעפט רבי יעקב שלמה שטיינפעלד קען מען אפשר אויך טרעפען רבי אשר וואס האט א סאך מיט געארבעט מיט אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר פארסט'ס ארבעט
viewtopic.php?p=1132314#p1132314
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווי רבי אשר האט געוואוינט אין וויען איז נישט נאר געווען דער גרויסע שפיטאל פון וואס כ'האב אמאל שוין גערעדט, נאר אויך די קארט. רבי אשר האט דערציילט אז ער איז אמאל געווען וועזענד ביי א טרייל ווי מען האט באשולדיגט א גאליציאנער איד אין דריקען עסטרייכישע באנקנאוטען. דער איד האט געוואוינט ערגעץ אין גאליציע און זיין ברודער האט געוואוינט אין וויען, און זיי האבען זיך געשריבען בריוו, און די בריוו האט מען קאנפיסקירט און געליינט ביים טרייל.

די בריווען זענען געווען אין אידיש, איז דארט געווען א דולמיטשער וואס האט איבערגעזעצט די בריוו; און איז שטיין געבליבען ביי 'ודי' און נישט געוויסט וויאזוי עס איבערצוזעצען. מען האט צוגעברעגט אנדערע פרובירען איבערזעצען, ביז איינער (כ'מיין דער פראסיקיוטער) רופט זיך אן: איך ווייס וואס עס מיינט; עס מיינט, משה "די פארשטייסט שוין וואס איך מיין".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט מיר דערציילט אז פאר ער איז געבוירען געווארען האט מען פארמשפט א איד צום טויט רח"ל. פרטים פון דער מעשה האט ער מיר קיינמאל נישט דערציילט נאר אז דער קירכע האט זיך אריין געלייגט אין דעם אז מען זאל דעם איד הינריכטען רח"ל.

מען האט געטוהן ווואס מען קען און געשטאדעלט ביים העכסטען פענסטער ביז מען איז אנגעקומען צום קיסר פראנץ יוזעף וואס ווי באוויסט האט מען אים גערופען דער "יודען קיסר" פאר זיין גוט צו די אידען. דער קיסר האט טאקע פרובירט עפעס טוהן, אבער די קירכע האט זיך פארעקשנט, און די גרעסטע קארדינאלען פון עסטרייך האבען אפגעזאגט דער קיסר'ס בקשה. ווען מען איז נאכאמאל געקומען צום קיסר זיך בעטען, האט דער קיסר געזאגט אז " מיין כח ענדיגט זיך ביים טיר פון קירכע; אפילו איך האב דארט נישט קיין דעה".

וואס איז למעשה געשעהן ווייס איך נישט, און אויב איינער ווייסט יא ביטע עס מיט טיילען מיט אונז.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט דערציילט אז אין דער עסטרייכישע רייכשטאג אין וויען איז ארויף געקומען דער "יודען פראגע" און די אנטיסעמיטען האבען זיך צולאזט און געהעצט אין גרויסען קעגען די אידען. עס איז געקומען דער רייע פאר א גוי א אוהב ישראל צו רעדען, האט ער זיי געטאדעלט, אז מיט וואס האלט עטץ זיך גרעסער ווי די אידען ווען אפילו דארט ווי מען פארטוישט Austriaאון Austral iaאון מען ווייסט נישט דער חילוק צווישען זיי, ווייסט מען אבער יא פון די אידען צו זאגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווי שוין מערערע מאל געזאגט איז רבי אשר געווען עמוק עמוק. מיר האבען א סאך געשמועסט היסטאריע און רבי אשר האט צונומען יעדען זאך מיט גרויס חכמה, אבער דעיטס (פינקטליך אין וועליכע יאר האט דאס און דאס פאסירט) איז אים נישט צופיל אנגעגאנגען.

איין מאל האט ער מיר געטשעפעט (א ליעבליכע טשעפע געווען) און מיר געזאגט: די קענסט מיר זאגען " ווען" עס איז געווען דער זיבען-יאר-קריג, ווען עס איז געווען דער דרייסיג יעריגע-קריג; אבער איך קען דיר זאגען " פארוואס" עס איז געווען א זיבען-יאר-קריג, " פארוואס" עס איז געווען א דרייסיג-יעריגע-קריג. ודפח"ח.
--
פאר רעפערענץ
https://en.wikipedia.org/wiki/Seven_Years%27_War
https://en.wikipedia.org/wiki/Thirty_Years%27_War
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

מען מעג זאגען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'מיין אז עס איז אין פלאץ. (דען דא רולס)

כ'האב געהערט נאך זאגען פון איינעם וואס איז געווען דארט ווען רבי אשר'ס ברודער הגאון רבי יונה פארסט זצ"ל, ראש ישיבה פון נייטרא האט אמאל געהאלטען א דרשה פאר די בחורים און געזאגט אז מען מעג זאגען אויף יעדען בחור אז ער איז א תלמיד חכם און דער בעסטע בחור. ווייל דער עולם דארף נישט דער בעסטע בחור; נאר אז מען זאל " זאגען" אז ער האט גענומען דער בעסטע בחור; נו, זאגט מען דאך!

נאכדעם צוגעלייגט אז דער וואס וויל טאקע א תלמיד חכם און זיין טאכטער האלט טאקע ביי דעם באמת, זאל אים פארהערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

דער "קלוגע" האנס - פערד בלייבט פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען האט מיר געבעטען צו שרייבען אלעס וואס כ'געדענק אפילו דברים של מה בכך וואס פאר מאנכע קען עס זיין אינטרעסאנט; איז וועליך בל"נ אזוי טוהן אויב כ'וועל זיך נאר דערמאנען.

ווען רבי אשר איז געווען א קליין אינגעל האט זיך דייטשלאנד איבערגעדרייט איבער א פערד וואס מען האט געזאגט אז עס איז "זייער קלוג" און קען רעכענען!

אין אמעריקע האט זיך דאן געפינען א אויסטערלישע קונצען מאכער (א אונגארישער איד) מיטען נאמען Harry Houdini וואס האט באוויזען קינצען וואס דער וועלט האט נאך נישט געזעהן. געקענט זיך אויף בינדען אינטערען וואסער געבינדען אין קיייטען מיט שלעסער אויף שלעסער; געקענט מאכען א עלעפאנט נעלם ווערען. אפילט די גרעסטע קינצען מאכערס האבען זיך געקענט פארשטעקען פאר אים.

דייטשלאנד איז נישט געווען אינטערשטעליג; דענמאלט איז ארויס געקומען אין דייטשלאנד א מענטש מיטען נאמען Wilhelm von Osten און געזאגט אז ער האט אויסגעלערענט זיין קלוגע פערד צו רעכענען. ער איז ארום געפארען עס ווייזען און ווי ער איז געגאנגען איז מען געווארען באגייסטערט; אזא אינטעליגענטע ראסע זענען די דייטשען אז אפילו זייערס א פערד קען רעכענען!

רבי אשר וואס האט פארשטאנען פסיכילאגיע און מיר דערציילט וועגען פרוידס באוויסטע פאציענטען, איז דאס געווען איינע פון די זאכען וואס ער האט מיר דערציילט.

אפשר וועט איינער וועלען מאכען דערפון א לענגס און א ברייטס; איז דא איז עס:
https://en.wikipedia.org/wiki/Clever_Hans
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%9B%D7%9D
https://de.wikipedia.org/wiki/Kluger_Hans
--

וועגען לערענען א פערד רעדען האביך שוין אמאל געשריבען דא:
viewtopic.php?p=731845#p731845

...עס דערמאנט מיר דער מעשה פון דער איד וואס דער פריץ האט אים געוואלט הרג'ענען. זאגט ער צום פריץ: אדוני הפריץ, אויב די לאזט מיר לעבען וועל איך אויסלערענען דיין פערד רעדען.

דער פריץ כאפט זיך צו, און פרעגט: ווי לאנג וועט עס דויערען? ענטפערט אים דער איד: א גוטע יאר.

פרעגט אים זיין ווייב: וויאזוי וועסטו אויס לערנען א פערד רעדען?

ענטפערט ער איר: א יאר איז זייער א לאנגע צייט, א סאך קען פאסירען אין איין יאר. דער פערד קען שטארבען, דער פריץ קען שטארבען, אדער איך קען נאך נתעשר ווערען!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דעם הודיני האט מען באערדיגט אין קווינס אינעם גרויסן בית החיים ווי עס ליגט דער רב הכולל, ר'מענל בייליס ע״ה וכו'
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: דעם הודיני האט מען באערדיגט אין קווינס אינעם גרויסן בית החיים ווי עס ליגט דער רב הכולל, ר'מענל בייליס ע״ה וכו'

נישט ממש, נישט וואו דער רב הכולל און נישט וואו ר' מענדל בייליס, טאקע אינעם זעלבן בעלט, אבער ער ליגט אין מכפלה, דארט וואו הרב אש זצ"ל ליגט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

געמיינט דעם גאנצן סעמעטערי.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

למאי נ"מ ווי האודיני איז באהטלטען?
און ווי אזוי קומט ער אריין אין דעם שמיעס וועגען צוויי אזעלכע אידען ?
איך האב געמיינט אז איך וועל פארדינען א ידיעה וועגעו מסירת נפש אידען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טייערע הרב קיקיון, וועגען דעם האביך געמאכט אזוי פיל הקדמות. נישט יעדער איז אזא אויס גע'ארבעטע איד ווי אייך און איטרעסירט אים נאר הייליגע עובדא'ס. מען טאר נישט פארגעסען אז דא דרייען זיך די שענסטע און די בעסטע אידען וואס דרייען זיך אויפען אינטערנעט (נישט א נפקא מינה די סיבה) אבער האבען מסירות נפש צו ממעט זיין ברע, און גייען נישט אויף קיין אנדערע פלעצער, דא זיצען זיי; און דייקא די האבען מיר געשריבען און געבעטען איך זאל זיי דערציילען אויך דברים של מה בכך, ווייל זיי זענען זייער נייגעריגע מענטשען.

אז מען קען האלטען אידען דא פון גיין ערגעץ אנדערש איז דאך א גוטע זאך.

דאס איז מיין ציל, און לענ"ד איז דער ציל א גוטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: טייערע הרב קיקיון, וועגען דעם האביך געמאכט אזוי פיל הקדמות. נישט יעדער איז אזא אויס גע'ארבעטע איד ווי אייך און איטרעסירט אים נאר הייליגע עובדא'ס. מען טאר נישט פארגעסען אז דא דרייען זיך די שענסטע און די בעסטע אידען וואס דרייען זיך אויפען אינטערנעט (נישט א נפקא מינה די סיבה) אבער האבען מסירות נפש צו ממעט זיין ברע, און גייען נישט אויף קיין אנדערע פלעצער, דא זיצען זיי; און דייקא די האבען מיר געשריבען און געבעטען איך זאל זיי דערציילען אויך דברים של מה בכך, ווייל זיי זענען זייער נייגעריגע מענטשען.

אז מען קען האלטען אידען דא פון גיין ערגעץ אנדערש איז דאך א גוטע זאך.

דאס איז מיין ציל, און לענ"ד איז דער ציל א גוטע.


לא עליך תלונתי!
א דבר של מה בכך פון א וואילען איד איז א דבר שיש בו ממש

די ליפטערען אשכולות טוען א סך אויף און אני השפל כאפ אויך א בליק אמאל אמאל

אבער אלעס האט זיין פלאץ האסט שוין אמאל געקוועטשט דעם באריכט קנעפעל
Screenshot 2015-12-30 17.59.51.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר פלעגט מיר אלעמאל זאגען אז דער גאצע מדינה (מד"י) שטייט "על חדו של מחט".

אויך פלעגט ער מיר זאגען אז ער ציטערט אז איין צודרייטע זאל נישט ווארפען א באמבע אויפען מעטשעט אויפען מקום המקדש און צופלאקערען דער גאנצע (אראבישע) וועלט אקעגען די אידען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר'ס מדות זענען געווען עד להפליא; געווען א דעזנטלמען מיט אלע מפרשים.

יעדעס מאל וואס כ'בין געקומען פלעגט ער ארויס גיין און אריין ברענגען קעיק מיט אראנדז דזוס. ווען ער איז שוין געווארען נאך עלטער (און מיט מיר מער היימישער) פלעגט ער מיר בעטען עס אליין אריין צו ברענגען פונעם קיטשען (וואס ער האט שוין צוגעגרייט פון פריער).

זיינע געטריישאפט און איבערגעגענקייט צו זיין ווייב איז געווען עד להפליא. מפני כבוד הבריות וועליך נאר זאגען וואס מען קען. זיין ווייב האט געליטען ל"ע אויף דער עלטער אויף פארקינסאן'ס און אלזהיימער'ס. ער אין זיינע הויכע ניינציגער, און זי אין די מיטעלע ניינציגער, פלעגט ער זיצען ביי איר בעט מיט א זעלטענע רואיגקייט און איבערגעגעבענקייט. בנוסף צו וואס ער האט מיר געזאגט אויף זיין הינדערטסטע געבורטסטאג פארוואס ער האט זוכה געווען צו אריכת ימים, האט ער מיר געהאט פריער מיט יארען געזאגט אז ער איז דא ווייל זיין ווייב דארף אים האבען.

מען קען אויף אים זאגען אז ער האט איין געהאלטען די "טען קאמענדמענטס אוו מעירידז" פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל מיט אלע פיטשיווקעס.

זייענדיג א דזענטעלמען, איז אויב האט ער נישט געקענט זיצען מיט מיר שמועסען ווייל זיין ווייב האט אים געדארפט, פלעגט ער זיך צו מיר שטארק ענטשולדיגען וואס כ'בין געקומען אזא לאנגע וועג פאר זיינעטוועגען און מיר שטארק באדאנקען. אויב עס איז נאך געווען בכדי שיעשו, האט ער מיר קודם מכבד געווען מיט א טרינק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

אפגעבען כבוד פארען הייליגען חתם סופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב שוין געמיינט אז אלעס וואס כ'געדענק וואס רבי אשר האט מיר דערציילט וועגען רבי מיכאל בער (וואס מ'קען דערציילען) האביך שוין דערציילט; און פון יעצט אן וועט מען ברענגען זכרונות פון רבי אשר וואס אוטאמאטיש שיינט עס א ליכט אויף רבי מיכאל בער; אבער כהאב מיר דערמאנט נאך, און קען זיין נאכען ליינען דער ספר "איש חמודות" וועט מען זיך דערמאנען נאך. אזוי ווי עס איז ביי ענק חשוב יעדער זאך וואס האט א שייכות מיט רבי מיכאל בער, וועלען מיר שרייבען נאך עפעס.

רבי מיכאל בער האט דערציילט פאר רבי אשר אז דער חתם סופר'ס טאכטער מרת שמחה אשת רבי משה טובי' לעהמאן, שמחה'לע האט ער איר אנגערופען, פלעגט קומען צו פארען קיין פרעשבורג צו זיין ביי איר ברודער (אויף פסח אויב איך געדענק גוט). איך האב פארשטאנען פון אים אז זי איז שוין געווען א אלמנה (זאלען די וואס ווייסען, עס ביטע אויסקלארען צו רבי משה טובי' האט שוין נישט געלעבט אין תרל"ב). די נקודה וואס ער האט מיר דערציילט איז, אז ווען זי פלעגט קומען קיין פרעשבורג פלעגען איר אפווארטען ביים באן סטאנציע די תלמודי חתם סופר אפצוגעבען כבוד זייער גרויסע רבי דער הייליגע חתם סופר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישר כח פאר די מעשה.

די אויסגעווענדליכע כבוד און ריספעקט וואס די תלמידי החת"ס האבן געהאט פאר זייער רבי'ן טוט זיך אפשפיגלען גענוי אין די תלמידם פון זיינע תלמידים, און די תלמידים פון זיינע תלמידים'ס תלמידים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

צום פינטעל אפגעטייטשט.

תלמידי תלמידי החתם סופר, און זייערע תלמידים, פלעגען זיך אויף שטעלען מיט א מוראדיגען יראת הכבוד ווען מען האט דערמאנט איינע פון די גרויסע תלמידי חתם סופר. שטעלען מיר זיך שוין פאר מיט וואספארע פארכטיגע יראת הכבוד זיי האבען געהאלטען דער הייליגע חתם סופר אליין און ווי הייליג זיי האבען געהאלטען זיינס א ווארט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: ,,,, (זאלען די וואס ווייסען, עס ביטע אויסקלארען צו רבי משה טובי' האט שוין נישט געלעבט אין תרל"ב).

דער דעת סופר וועלכער איז געבויען געווארען אין תרל"ח (אויב מען קען זיך פארלאזען אןיף דעם שרייבער האט אים געזעהן ווען ער איז געווען א בן ט"ז
א) סיפר לנו שבהיותו בערך בן ט׳׳ז שנים והיו יושבים בחג הסוכות בסוכתו של אביו מרן השבט סופר זצ״ל. ובא דודו ההגה״צ מוה״ר משה טובי׳ לעהמאן זצ״ל (שהי׳ חתנו של מרן החת׳׳ם דהיינו שנשא את בתו מרת שמחה ...........

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1&pgnum=43

לפי דעם שרייבער
Died August 18, 1892 in Feldkirchen in Kärnten, Feldkirchen, Carinthia, Austria

Thu, 18 August 1892 = 25th of Av, 5652
כ״ה בְּאָב תרנ״ב
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”