כיצד מרקדין - מנהגי חתונה
ווען מען האט נישט אויפגעהויבען די חתן ביים אריינקימען אין זאל, אין איך מיין עס איז שוין צייט צו עס סטאפען, די ערשטע פשוטע סיבה איז וויבאלד נישט יעדע משפחה האט אפאר שטארקע מענטשן וואס האבען דיע כוח אינטערצוהייבען, אדער דארף מען צוקימען צו יענעמ׳ס טובות אדער אפאר שוואכע אינגעלייטעך וואס דארפען מוארדיג שטארק טאנצען נאכדעם צו ער איז א ברידער אדער שוואגער דארפען זיך נעבעך סתם איבערארבטען אין דאס נעמט אוועק די כוחת, אין צווייטענס וויפיל. מאל פאלט נעבעך די חתן אראפ פין בענקעל, דיע וואך אליינס האט פאסירט א מוארדיגע אימגליק (דאס האט מיר געמאכט שרייבען דעם תגובה- וואס באמת דארף עס ווערן א באזינדערע אשכול- אין לאזען הערן יעדעמ׳ס מיינוג) בשעת מען האט אריינגעברענגט דעם חתן איז ער נעבעך אראפגעפאלען אין זיך נעבעך צובראכען דעם הענד אין מען האט אראפ געברענגט א דאקטאר מיט א עקסרעי מאשין אין פארשטייט ווי אזוי קיקט אויס א חתונה ווען דער חתן דארף ארויסגיין פין זאל אויף א האלבע שעה אין דעם פרייליכסטגען טאג פין זיין לעבען צוליב עפעס א נייע מושגאס פין די לעצטע 30/35 יאר וואס א צולאזטע בחור האט אנגעהויבען, עס איז שוין צייט אננצוהייבען מיט נארמאלקייט,