לימוד סדר קדשים
קענען די חברים מיר ארויס העלפן מיט וועלכע ספרים איז כדי צו לערנען? איך זיך צו לערנען גמרא תוס'.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
פר בן בקר האט געשריבן: איך האב באקומען חשק צול ערנען סדר קדשים. עס איז ביי מיר פרעמד אינגאנצן (חוץ פון איזהו מקומן קען איך גארנישט).
קענען די חברים מיר ארויס העלפן מיט וועלכע ספרים איז כדי צו לערנען? איך זיך צו לערנען גמרא תוס'.
יהיה כן האט געשריבן: עס איז כדאי צו וויסן בשעת'ן לערנען קדשים (בעיקר זבחים מנחות) מען פילט זיך ווי אין אנדערע פלאנעט, מען ווערט כאילו מנותק פון אלע אנדערע חלקי התורה, די קאפ איז אין די עזרה בין האולם למזבח.....
פר בן בקר האט געשריבן: אויף מסכת בכורות האט עוז והדר אמאל געהאט אזא מהדורא. אבער איך מיין אז היינט האבן זיי עס שוין נישט.
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: מיר ליגט אין קאפ זבחים,
אבער מסתם זענט איר גערעכט אז ס'איז מסכתן חולין,
לכאורה טוט מען עס ווייל מ'רעדט דארט פון שחיטה, בין איך גערעכט?
חוץ פון דעם האט געשריבן: א נקודה ווען די הייבסט אן צו לערנען קדשים, די נייע מהודרא פון עוז והדר אויף קדשים האב'ן ביי אסאך מסכת פשוט אין גראד געטוישט דעם צורת הדף, פון די אלע אנדערע גמרות [אזאך וואס מיר פערזנדליך רעגט געפערליך], איז אויב הייבסט אן קדשים, כדי צו געדענק'ן בעסער לער'ן מיט איין מהודרא, ווייל די צורת הדף וועט ווערן ביי דיר צומישט!
חוץ פון דעם האט געשריבן: איך האב געלערנט מסכת תמורה ערכין מעילה. דארט איז ממש יעדער דף געטוישט. גיי אריין אין בית מדרש אין עפען אויף צווי גמרות, די אנדערע מהודרת אין עוז והדר'ס [איך מיין די נייע עוז והדר]