ריעל עסטעיט פאר Beginner

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

לעבאוויטש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:50 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבאוויטש »

עס איז באמת שטותים צו זאגן אז יעצט לוינט נישט צו קויפן
מען פלעגט דאס אייביג זאגן . פרייזן גייען נישט אראפ
איך געדענק אנהייב קאוויד פלעגט מען אויך זאגן קויף נישט וויל סגייט אראפ גיין
די מציאות איז זאכן גייען נאר ארויף אין ארויף
די מענטשן וואס קויפן נישט יעצט וועלן אויך נישט קויפן שפעטער. ווייל זיי ווארטן אויפן דיעל וואס איז נאכנישט באשאפן געווארן.....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

סארקאסטיש האט געשריבן: what he says is that there is nothing to worry at this point its just like you keep saying that it will rain at some point it will

ער פרעגט אים צוויי פראגעס.

איינס, צי יעצט איז די גוטע צייט אריינצוגיין. וואס אויף ענטפערט ער נישט קלאר בכלל. היוצא מדבריו איז אז טיימינג איז זייער וויכטיג. נו ודאי... פארדעם האט דאך הענדל געפרעגט די פראגע אויף וועלכע ער האט נישט געענטפערט.

צווייטע פראגע האט ער אים געפרעגט צי ס'קומט א קראך. אויף דעם האט ער אויך נישט קלאר געענטפערט. ער האט געזאגט. "קוק, פון 2017 זאגט מען שוין אז ס'גייט קומען א קראך, און פונקט ווי די רעגן וכו', איינמאל גייט עס געשעהן". ס'האט אויסגעזעהן ווי ער מאכט אביסל אוועק די זארגן, אבער ער האט עס נישט קלאר געזאגט מיין איך.

אפילו אויב ס'קומט נישט קיין "קראך", מיינט עס נישט אז ס'איז א גוטע צייט צו אריינגיין.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב גראדע חשק אביסל צו טוען דערין. און איך מוטשע מיך מיט די זעלבע פראגע.

ס'איז זיכער אז די פרייזן האבן סקיי ראקעד. די שאלה איז צו ס'גייט אראפגיין עני טיים סאאן, צי בכלל. מיר האט אויסגעזעהן אין געוויסע געגנטער אז די לעצטע צוויי חדשים זענען זאכן אביסל געפאלן. אויך האב איך אנגעפאנגען צו זעהן אסאך מער שארט סעלס. לכאורה ווייל די פארקלאוזשער פראטעקשאן לויפט אויס. וואס דאס קען פאברעצירן גוטע דיעלס.

אויך, זעט מיר אויס, אז פראפערטיס וואס דארפן אסאך ריהעב, קען מען יא טרעפן פאר ביליגע פרייזן. פארשטייט זיך אבער אז דאס קומט מיט מער ריסק, און מ'דארף וויסן וויאזוי דאס צו טוען.

אזויפיל ווייס איך אז ס'איז זייער שווער אריינצוגיין דערין. עכ"פ פאר מיר... גיי דיסייד וועגן א געגנט, גיי טרעף א בראקער. גיי טרעף א דיעל. ס'איז נישט פון די גרינגע זאכן....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פאר סאם ריזען איז שווער צו באקומען אויפריכטיגע עדווייס ווען ס'קומט צו ריעל עסטעיט.

אסאך מענטשן מאכן א סוד אז זיי טוען ריעל עסטעיט. איך ווייס נישט פארוואס... ווידעראום די בראקער וועט אפטמאל זאגן אז ס'איז גוטע אריינצוגיין. ווייל פאר אים איז גוט... שטייסטע...

גיי געב א קוק וועלכע ניקס שרייבן וועגן ריעל עסטעיט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

סארקאסטיש האט געשריבן:
ווייל נישט מיך האט געשריבן: רבותי!!! לויט מיין אינפא איז יעצט די מערסטע מסוכנדיגע צייט אריינציגיין אין ריעל איסטעיט, סאיז נישטא קיין איןן גרויסע אינוועסטאר ווואס האלט יעצט איז די ריכטיגע צייט אריינציגיין. די בעסטע איז יעצט אנליין סעללינג, ווארט אביסל...

אויף די אינטערוויא מיט די C.E.O. פין The Real Deal נעכטען אויף קול מבשר פרעגט הענדיל די שאלה, עס איז מער צום סוף אבער עס לוינט זיך סתם אזוי צו הערן די גאנצע... עס איז גאר שטארק!

איך פערזענליך האלט אז ער איז אינגאנצן נישט גערעכט.

ער דערמאנט אין זיין שמועס א גרויסע דעוועלאפער (נישט קיין היימישער) אלץ א ראי׳ לדבריו לגבי timing. איך קען יענעם, שוין גערעדט מיט אים פערזענליך, און מיטגעהאלטן שוואכע דיעלס אויך… אייביג און קיינמאל איז די ריכטיגע צייט אריינציגיין און ריעל עסטעיט. עס איז כל כולו תלוי במזל. (מזל מיין איך פארשטייט זיך פון השי״ת אליינס…)
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

ממוצע האט געשריבן: איך האב גראדע חשק אביסל צו טוען דערין. און איך מוטשע מיך מיט די זעלבע פראגע.

ס'איז זיכער אז די פרייזן האבן סקיי ראקעד. די שאלה איז צו ס'גייט אראפגיין עני טיים סאאן, צי בכלל. מיר האט אויסגעזעהן אין געוויסע געגנטער אז די לעצטע צוויי חדשים זענען זאכן אביסל געפאלן. אויך האב איך אנגעפאנגען צו זעהן אסאך מער שארט סעלס. לכאורה ווייל די פארקלאוזשער פראטעקשאן לויפט אויס. וואס דאס קען פאברעצירן גוטע דיעלס.

אויך, זעט מיר אויס, אז פראפערטיס וואס דארפן אסאך ריהעב, קען מען יא טרעפן פאר ביליגע פרייזן. פארשטייט זיך אבער אז דאס קומט מיט מער ריסק, און מ'דארף וויסן וויאזוי דאס צו טוען.

אזויפיל ווייס איך אז ס'איז זייער שווער אריינצוגיין דערין. עכ"פ פאר מיר... גיי דיסייד וועגן א געגנט, גיי טרעף א בראקער. גיי טרעף א דיעל. ס'איז נישט פון די גרינגע זאכן....

דארף מען טרעפן א גיטע ממוצעזאל דאס מסביר זיין....
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ממוצע האט געשריבן: פאר סאם ריזען איז שווער צו באקומען אויפריכטיגע עדווייס ווען ס'קומט צו ריעל עסטעיט.

אסאך מענטשן מאכן א סוד אז זיי טוען ריעל עסטעיט. איך ווייס נישט פארוואס... ווידעראום די בראקער וועט אפטמאל זאגן אז ס'איז גוטע אריינצוגיין. ווייל פאר אים איז גוט... שטייסטע...

גיי געב א קוק וועלכע ניקס שרייבן וועגן ריעל עסטעיט.

ווייל מכלומרש קענסטו אוועקכאפן דיעלס פון אים אויב ער וועט דיר אויסזאגן זיינע סודות.
אני הוא הנער, נער המדבר
לעבאוויטש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:50 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבאוויטש »

ווער עס איז נאר געווען לעיטלי ביי די אלע שעריף סעילס וכדומה
ווייסט אז עס גייט בכלל נישט פאר ביליגער
מענטשן האבן געלט. בענק הארד מאני גיבט %90
מען זעהט ארויס די געלט זייער שנעל סאי מענטשן קויפן פאר טייער
איך פלעג אמאל האבן א דירעקט קאנטעקט מיט א באנק צובאקימן זייערע פארקלויזערס
אבער די בענק זענען שוין קליגער זיי פארקויפן בכלל נישט פאר ביליגער
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בניהו האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: פאר סאם ריזען איז שווער צו באקומען אויפריכטיגע עדווייס ווען ס'קומט צו ריעל עסטעיט.

אסאך מענטשן מאכן א סוד אז זיי טוען ריעל עסטעיט. איך ווייס נישט פארוואס... ווידעראום די בראקער וועט אפטמאל זאגן אז ס'איז גוטע אריינצוגיין. ווייל פאר אים איז גוט... שטייסטע...

גיי געב א קוק וועלכע ניקס שרייבן וועגן ריעל עסטעיט.

ווייל מכלומרש קענסטו אוועקכאפן דיעלס פון אים אויב ער וועט דיר אויסזאגן זיינע סודות.

יא.

דאס איז א גרויסע פראבלעם אין די לאקאל מארקעט. אז עס איז א סעללער'ס מארקעט. דער סעללער איז ידו על העליונה. אלזא, קיינער קוקט נישט אן דעם בייער. אז דער בראקער האט א גוטער דיעל, האט ער איבערגענוג מענטשן פארוועם עס צו געבן. סא איז דא צוויי עצות. אדער צו זיין גוט מיט די גוטע. אדער צו באצאלן טאשן געלט פארן בראקער.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ממוצע האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: פאר סאם ריזען איז שווער צו באקומען אויפריכטיגע עדווייס ווען ס'קומט צו ריעל עסטעיט.

אסאך מענטשן מאכן א סוד אז זיי טוען ריעל עסטעיט. איך ווייס נישט פארוואס... ווידעראום די בראקער וועט אפטמאל זאגן אז ס'איז גוטע אריינצוגיין. ווייל פאר אים איז גוט... שטייסטע...

גיי געב א קוק וועלכע ניקס שרייבן וועגן ריעל עסטעיט.

ווייל מכלומרש קענסטו אוועקכאפן דיעלס פון אים אויב ער וועט דיר אויסזאגן זיינע סודות.

יא.

דאס איז א גרויסע פראבלעם אין די לאקאל מארקעט. אז עס איז א סעללער'ס מארקעט. דער סעללער איז ידו על העליונה. אלזא, קיינער קוקט נישט אן דעם בייער. אז דער בראקער האט א גוטער דיעל, האט ער איבערגענוג מענטשן פארוועם עס צו געבן. סא איז דא צוויי עצות. אדער צו זיין גוט מיט די גוטע. אדער צו באצאלן טאשן געלט פארן בראקער.

אדער עפענען א תהלים און מתפלל זיין למי שהעושר שלו אז ער זאל ברוב רחמיו אינטערשיקן די ריכטיגע זאך. בדוק ומנוסה.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בניהו האט געשריבן: אדער עפענען א תהלים און מתפלל זיין למי שהעושר שלו אז ער זאל ברוב רחמיו אינטערשיקן די ריכטיגע זאך. בדוק ומנוסה.

דאס איז שוין נישט קיין חילוק צי ס'איז א סעללער מארקעט אדער פארקערט. ס'איז אלעמאל די זעלבע.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

סארקאסטיש האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן: ווער איז דעי יונה ווייס וואס איז לעצטענס געווען אויף biggerockets איינער ווייסט מער וועגן אים?

היינט אין עפיזאד 2 האבן זיי צוזאמען מיט דעי ווייס ארויפגעברענגט איינעם חיים ווייזער, איינער האט מער דיטעילס וועגן די חברה?

יונה ווייס איז א גרויסע עקספערט אין cost segregation,
סאיז בעיסיקלי א ליגעל לופהול אין די סיסטעם וואס העלפט מינימייזן פראפערטי אינקאם טעקס.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

לעב ריליסטיש האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
לעב ריליסטיש האט געשריבן:
ליכטענשטיין האט געשריבן: וויפיל געלט?
קענסט דיך שוין אויס אין א געוויסע געגענט?
קענסט פרובירן שעריף סעילס

100k

אין דזשוירזי סיטי קען מען נישט קויפן פאר הונדערט אלפים דאון?

אט דאס האב איך געווילט פרעגן וואס טו איך נעקסט

טרעף א דיעל וואס מאכט סענס, דהיינו וועסט קענען אפצאלן די מארגעזדש אין בלייבן אדער יא אדער נישט מיט טאשן געלט,
אין פרוביר צו זיכער מאכן אז די פרייז וויפיל דו צאלסט דערפאר איז נישט מעהר 75% פון מעקס פאטענשאל וועליו אז אזוי וועסטו קענען ארויסקעשן דיין 100k עווענטשולי.
(100k איז גענוג אנצוהייבן מיט א 2 פעמילי אין דזשערסי סיטי, גרינוויל/בערגען לאפאיעט געגענט)

לעבאוויטש האט געשריבן: עס איז באמת שטותים צו זאגן אז יעצט לוינט נישט צו קויפן
מען פלעגט דאס אייביג זאגן . פרייזן גייען נישט אראפ
איך געדענק אנהייב קאוויד פלעגט מען אויך זאגן קויף נישט וויל סגייט אראפ גיין
די מציאות איז זאכן גייען נאר ארויף אין ארויף
די מענטשן וואס קויפן נישט יעצט וועלן אויך נישט קויפן שפעטער. ווייל זיי ווארטן אויפן דיעל וואס איז נאכנישט באשאפן געווארן.....

גוט געזאגט.

ממוצע האט געשריבן: איך האב גראדע חשק אביסל צו טוען דערין. און איך מוטשע מיך מיט די זעלבע פראגע.

ס'איז זיכער אז די פרייזן האבן סקיי ראקעד. די שאלה איז צו ס'גייט אראפגיין עני טיים סאאן, צי בכלל. מיר האט אויסגעזעהן אין געוויסע געגנטער אז די לעצטע צוויי חדשים זענען זאכן אביסל געפאלן. אויך האב איך אנגעפאנגען צו זעהן אסאך מער שארט סעלס. לכאורה ווייל די פארקלאוזשער פראטעקשאן לויפט אויס. וואס דאס קען פאברעצירן גוטע דיעלס.

אויך, זעט מיר אויס, אז פראפערטיס וואס דארפן אסאך ריהעב, קען מען יא טרעפן פאר ביליגע פרייזן. פארשטייט זיך אבער אז דאס קומט מיט מער ריסק, און מ'דארף וויסן וויאזוי דאס צו טוען.

אזויפיל ווייס איך אז ס'איז זייער שווער אריינצוגיין דערין. עכ"פ פאר מיר... גיי דיסייד וועגן א געגנט, גיי טרעף א בראקער. גיי טרעף א דיעל. ס'איז נישט פון די גרינגע זאכן....

איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

איך האב אריינגעלייגט אסאך ארבעט זיך צו עדיוקעיטן. געליינט היבש אפאר ביכער. געפאקט און געמוזלט... כ'האב שוין אפילו א פרי אפראוועל... אבער פון דא און ווייטער בינעך סטאק...
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

ממוצע האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

איך האב אריינגעלייגט אסאך ארבעט זיך צו עדיוקעיטן. געליינט היבש אפאר ביכער. געפאקט און געמוזלט... כ'האב שוין אפילו א פרי אפראוועל... אבער פון דא און ווייטער בינעך סטאק...

אפשר געבסטו ארויס וועלכע ביכער ?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לויב האט געשריבן: אפשר געבסטו ארויס וועלכע ביכער ?

איך געדענק נישט די נעמען פונקטליך.

אפאר ביכער פון ביגגער פאקעט. און נאך. בנוסף צו וועבזייטלעך. איך האב שטודירט די נושא פון קאנסטראקשן. אפאר ביכער, מיט אסאך אינפאו אנליין. איך שטודיר די בילדינג קאודס, און אזוי ווייטער. איך מוטשע מיינע באקאנטע... כו' וכו'.

עניוועי... ענדערש פרעג פון די וואס זענען שוין אנגעקומען...
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ממוצע האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

זיי רופן דאס:
(BRRRR Buy, Rehab, Rent, Refinance, Repeat)
דאס איז באמת די בעסטע מהלך.

די טריי סטעיט עריע איז די בעסטע דערפאר ווייל די וועליו איז שוין דא אין סגרינג צו באקומען הויכע עפרעיזעלס אין ארויסנעמען די געלט, vs געוויסע אוט אף סטעיט ווי מקען שווערליך ארויסזעהן די געלט.

יעצט, אויבן אויף וואלט ניו יארק סיטי געווען די בעסטע דערפאר מיט די ריפיינענסינג חלק בעיקר, בראנקס ספעסיפיקלי ווייל סאיז נאך ביליגער ווי די אנדערע געגענטער,
די פראבלעם אבער וואס געשעט דא, סזייער נישט לענלארד פרענדלי אין מגייט דורך א גיהנם אין יעדע הינזיכט, אנגעהויבן מיט די שטרענגסטע רענט קאנטראל געזעצן(זעקס אין העכער) אין געענדיגט ביי די גיהנם וואס מען גייט דורך ביז מען עוויקט איינעם.

סא בלייבט איבער ניו דזשערסי די בעסטע אפשען,
בעיקר די חלק וואס איז נישט מעהר ווי א שעה פון דא,

די מעלות דארטן זענען:
-רענט קאנטראל געזעצן דארט זענען נישט אזוי שטרענג(רוב געגענטער, יוניאן סיטי איז יא א גיהנם),
-די בענק עפרעיזן גוט סא ריפיינענס ארבייט מעהר ווייניגער דארט.
-מברויך נישט ריזיגע נומבערס אנצוהייבן.
-עוויקשאנס זענען גרינגער(יעצט מיט קאוויד איז עס כמעט נישט בעסער פון ניו יארק, איין זאך יא וועסט גרינגער קענען מאכן א ביי אוט, דהיינו אפערסט דיין טענענט 5-10k אז ער יאגן פון שטח vs דעי ניו יארק סיטי טענענט וואס ווייסט ווי וועליובל זיין אפארטמענט איז).

עס איז צוטיילט אין אפאר קאונטיס:
-האדסאן קאונטי איז מעהר צו די טייערע זייט,(דזשערסי סיטי/בעיאן/יוניאן סיטי ועוד)
-עסעקס קאונטי מעהר צו די ביליגערע (נוארק/אירווינגטאן/איסט ארענדש ועוד)
-פעיסעיק קאונטי באשטייט פון אסאך טייערע רעזידענשאל געגענטער, נאר פעטערסאן אין פעסעיק זענען דארט אינטערסאנט.

איז קלאר ?

והכסף מנלן? נעמסט א שותף פאר די געלט?
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

intellectual האט געשריבן: והכסף מנלן? נעמסט א שותף פאר די געלט?

אויב די קויפסט עפעס וואס ווערט אפרעיזט לכתחילה מיט 25% מער וויפיל די צאלסט, קענסטו נעמען א לאון פאר די גאנצע מעשה און דערנאך גיין פאר א מארגעדזש. און דארפסט גארנישט האבן קיין אייגן געלט אראפצולייגן.

intellectual האט געשריבן: אין פרוביר צו זיכער מאכן אז די פרייז וויפיל דו צאלסט דערפאר איז נישט מעהר 75% פון מעקס פאטענשאל וועליו אז אזוי וועסטו קענען ארויסקעשן דיין 100k עווענטשולי

איך קען נישט קיין ריעל עסטעיט. איך פרעג נאר.

אגב, ישר כח! זייער שיין און קלאר מסביר געווען.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

לעב ריליסטיש האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
לעב ריליסטיש האט געשריבן:
ליכטענשטיין האט געשריבן: וויפיל געלט?
קענסט דיך שוין אויס אין א געוויסע געגענט?
קענסט פרובירן שעריף סעילס

100k

אין דזשוירזי סיטי קען מען נישט קויפן פאר הונדערט אלפים דאון?

אט דאס האב איך געווילט פרעגן וואס טו איך נעקסט

קודם רוף יעזורו אפיס און דו דארפסט קוקן אויף דיין בענעפיט נישט אויף זייער, שאדן פאר א ישוב זאלסטו נישט מאכן בשום אופן צב"ש קויפן ארום די אידישע געגנט און פארדינגען פאר גויים, אבער דארפסט נישט אנעמען זייער עצה "אן איבערטראכטן" ווייל זיי קוקן אויפן ציבור'ס טובה אבער דו דארפסט קוקן ערשט פאר דיר.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ניין, ביים קויפן געבט די באנק געבט נאר 75% פון די purchase פרייז אין הארד מאני לענדערס ביז 85%, אין אויך נאר אויב סאיז 75% פון די וועיליו.

ביי די ריפיי,ערשט דאן קוקט מען נאר אויף די וועליו,אין מען באקומט 75% פון די וועליו
בפשיטות האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:

אויב די קויפסט עפעס וואס ווערט אפרעיזט לכתחילה מיט 25% מער וויפיל די צאלסט, קענסטו נעמען א לאון פאר די גאנצע מעשה און דערנאך גיין פאר א מארגעדזש. און דארפסט גארנישט האבן קיין אייגן געלט אראפצולייגן.

intellectual האט געשריבן: אין פרוביר צו זיכער מאכן אז די פרייז וויפיל דו צאלסט דערפאר איז נישט מעהר 75% פון מעקס פאטענשאל וועליו אז אזוי וועסטו קענען ארויסקעשן דיין 100k עווענטשולי

איך קען נישט קיין ריעל עסטעיט. איך פרעג נאר.

אגב, ישר כח! זייער שיין און קלאר מסביר געווען.

עני טיים.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

intellectual האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

זיי רופן דאס:
(BRRRR Buy, Rehab, Rent, Refinance, Repeat)
דאס איז באמת די בעסטע מהלך.

די טריי סטעיט עריע איז די בעסטע דערפאר ווייל די וועליו איז שוין דא אין סגרינג צו באקומען הויכע עפרעיזעלס אין ארויסנעמען די געלט, vs געוויסע אוט אף סטעיט ווי מקען שווערליך ארויסזעהן די געלט.

יעצט, אויבן אויף וואלט ניו יארק סיטי געווען די בעסטע דערפאר מיט די ריפיינענסינג חלק בעיקר, בראנקס ספעסיפיקלי ווייל סאיז נאך ביליגער ווי די אנדערע געגענטער,
די פראבלעם אבער וואס געשעט דא, סזייער נישט לענלארד פרענדלי אין מגייט דורך א גיהנם אין יעדע הינזיכט, אנגעהויבן מיט די שטרענגסטע רענט קאנטראל געזעצן(זעקס אין העכער) אין געענדיגט ביי די גיהנם וואס מען גייט דורך ביז מען עוויקט איינעם.

סא בלייבט איבער ניו דזשערסי די בעסטע אפשען,
בעיקר די חלק וואס איז נישט מעהר ווי א שעה פון דא,

די מעלות דארטן זענען:
-רענט קאנטראל געזעצן דארט זענען נישט אזוי שטרענג(רוב געגענטער, יוניאן סיטי איז יא א גיהנם),
-די בענק עפרעיזן גוט סא ריפיינענס ארבייט מעהר ווייניגער דארט.
-מברויך נישט ריזיגע נומבערס אנצוהייבן.
-עוויקשאנס זענען גרינגער(יעצט מיט קאוויד איז עס כמעט נישט בעסער פון ניו יארק, איין זאך יא וועסט גרינגער קענען מאכן א ביי אוט, דהיינו אפערסט דיין טענענט 5-10k אז ער יאגן פון שטח vs דעי ניו יארק סיטי טענענט וואס ווייסט ווי וועליובל זיין אפארטמענט איז).

עס איז צוטיילט אין אפאר קאונטיס:
-האדסאן קאונטי איז מעהר צו די טייערע זייט,(דזשערסי סיטי/בעיאן/יוניאן סיטי ועוד)
-עסעקס קאונטי מעהר צו די ביליגערע (נוארק/אירווינגטאן/איסט ארענדש ועוד)
-פעיסעיק קאונטי באשטייט פון אסאך טייערע רעזידענשאל געגענטער, נאר פעטערסאן אין פעסעיק זענען דארט אינטערסאנט.

איז קלאר ?

והכסף מנלן? נעמסט א שותף פאר די געלט?

קודם א גרויסן יישר כח פאר דיין צייט און מיה צו שערן די וועליועבל אינפאו. זאלסט זיין געבענטשט.

זייער קלאר.

די שאלה איז וועגן די ביליגע געגנטער. וואס טוט מען וועגן קריימס? צאלט דארט דער עולם? וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט דעם? איך מיין גראדע אז פון די אלע געגנטער וואס דו האסט אויסגערעכנט איז פעטערסאן ממש פון די ביליגסטע. בעיקר אין די הינזיכט פון גרעסערע פראפערטיס. למשל א 3 פעמילי, דריי בעדרום יעדע איינס, פאר א ביליגע פרייז. עפעס וואס איז שווערער צו טרעפן אין ניוארק למשל (לויט ווי איך זעה אנליין). אבער די געגנט זעט אויס באמת שרעקעדיג בנוגע קריים. סא וואס טוט מען?

מיין צווייטע פראגע איז, איז דא א מעגליכקייט צו טרעפן דיעלס אנליין? זענען דא מענטשן וואס האבן הצלחה דארט? אלעמאל האב איך מורא, פארוואס איז עס אזוי ביליג? וויאזוי קען זיין אז קיינער האט עס נאכנישט גענומען? (אסאך מאל טאקע יא...). מ'קען זאגן אז ס'איז נישטא וואס צו דערלייגן, זעסט עפעס וואס געפעלט דיר, גיי קוק עס. מאך א קאנטראקט. מאך א האום אינספעקשאן. און קוק וואס טוט זיך. ארבעט עס טאקע אזוי? ס'איז אנדערש ווי ווען דו האסט א היימישער בראקער וואס איז דיר מסביר די גאנצע זאך וואס טוט זיך. (צי ס'איז יא פונקט אזוי אדער נישט...). אפשר זאל איך פרובירן צו נעגאשיעטן פאר ביליגע פרייזן. אבער אפשר איז עס א שאד די צייט.

וועגן געלט. איך האב געהאט א חשבון וויפיל געלט איך וויל אריינלייגן אין מיין ערשטע דיעל.. אבער די חשבונות האבן זיך שוין לאנג געטוישט. און דאס האט געמאכט מיין אויסוואהל קלענער. און מיין באשלוס האט זיך געמוזט אביסל טוישן... אבער אויף די ביליגע זייט בין איך נאך ב"ה אקעי.

--
מיר גראדע איז אויסגעקומען אז מ'מוז האבן מער ווי 25% ARV (עפטער ריפעיר וועליו) כדי צו קענען ארויסנעמען די גאנצע געלט, אדער נאנט צו די גאנצע.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ממוצע האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

איך האב אריינגעלייגט אסאך ארבעט זיך צו עדיוקעיטן. געליינט היבש אפאר ביכער. געפאקט און געמוזלט... כ'האב שוין אפילו א פרי אפראוועל... אבער פון דא און ווייטער בינעך סטאק...

ביסט שוין א גוטע קענדידאט צו גיין ארבעטן פאר איינער וואס האט ריעל עסטעיט...
נארמאל די מענטשן וואס האבן אליינס קענען נישט די אלע זאכן, מאנכע קענען אפילו נישט גוט ענגליש.
די קלוגע מאכן צופיל חשבונות און קויפן נישט, די נערנים קויפן אן טראכטן און רובא דרובא געלונגט עס..
לא לחכמים לחם.
אגב איך קאנסידער מיר פאר א נער..
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

intellectual האט געשריבן:
ביי די ריפיי,ערשט דאן קוקט מען נאר אויף די וועליו,אין מען באקומט 75% פון די וועליו
בפשיטות האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
.

עני טיים.

אויך נאר נאך א געוויסע צייט אפשניט, קענסט נישט ריפיינענסן א האלב יאר נאכדעם און ארויסנעמען מער ווי האסט געצאלט ווייל עס איז 75 פראצענט LTV,נארמאל וויל די באנק זאלסט בלייבן מיט געלט אין די דיעל פאר אפאר יאר.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן: איה"נ עס פאדערט אסאך ארבייט אין אסאך עקשנות,
אין יעדער גייט דיר עדווייסן אנדערש, יעדע געגענט האבן מענטשן וואס שווערן זיך ביי די בארד ווי גוט סאיז אין אנדערע ווילן נישט געדענקן פון די געגענט נאכן שווערליך אנזעצן דארט,
וואס זוכסטו צו טוהן אין ריעל עסטעיט? בראקערעדזש/בייער/פליפער.

קויפן און האלטן. ריהעב, ריפיינענסן, און קויפן נאך.

איך האב אריינגעלייגט אסאך ארבעט זיך צו עדיוקעיטן. געליינט היבש אפאר ביכער. געפאקט און געמוזלט... כ'האב שוין אפילו א פרי אפראוועל... אבער פון דא און ווייטער בינעך סטאק...

ביסט שוין א גוטע קענדידאט צו גיין ארבעטן פאר איינער וואס האט ריעל עסטעיט...
נארמאל די מענטשן וואס האבן אליינס קענען נישט די אלע זאכן, מאנכע קענען אפילו נישט גוט ענגליש.
די קלוגע מאכן צופיל חשבונות און קויפן נישט, די נערנים קויפן אן טראכטן און רובא דרובא געלונגט עס..
לא לחכמים לחם.
אגב איך קאנסידער מיר פאר א נער..

אה יע...

אסאך דערלייגן אויך... איך ווייס נישט וועגן רובא דרובא... אבער פון נישט טוען קומט מען זיכער נישט אן...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט פאר Beginner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
אויך נאר נאך א געוויסע צייט אפשניט, קענסט נישט ריפיינענסן א האלב יאר נאכדעם און ארויסנעמען מער ווי האסט געצאלט ווייל עס איז 75 פראצענט LTV,נארמאל וויל די באנק זאלסט בלייבן מיט געלט אין די דיעל פאר אפאר יאר.

דאס איז ווען מען האט מתחילה גענומען א מארטגעדזש. ביי א הארד מאני איז עס נישט אזוי. ריכטיג?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”