ר' חיים יאלאס - בוני עולם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

ר' חיים יאלאס - בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

-אפגעטיילט פון 'בוני עולם דינער' אשכול-



זייענדיג צווישן די באטייליגטע ביים בוני עולם דינער זונטאג, און צוהערנדיג די אינטערסאנטע און גאר באלערנדע דרשה פון ר' חיים יאלאס, און פארשטייענדיג אביסל אויפן שפיץ אייזבארג וואס ער האט געזאגט, - הגם כ'האב נישט פארשטאנען רוב פון זיינע טערמינען, נאר פשוט וויסנדיג אין אלגעמיין וואס דזשינס זענען האב איך געקענט זעהן מיט וואספאר איבערמידליכע ארבייט דער איד מוז ארבייטן צו קענען דערגרייכן אזוינע דערגרייכונגען וואס ער האט דערמאנט - און זעענדיג אז פאר רוב עולם איז דאס געווען כחידה סתומה, נישט האבנדיג קיין אהנונג וואס דאס איז אפילו, וועל איך דא אביסל אראפשרייבן וויפיל איך פארשטיי אויפן שפיץ גאפל וואס דאס איז, וויאזוי דאס ארבעט, וויאזוי דאס אפעקטירט אונז אן דעילי בעיסיס, וויאזוי מען קען טוהן השתדלות זיך צו באהיטן דערפון בס"ד אין פוירסט פלעיס (און אין א נאט-שעלל דערמאנען דעם געוואלדיגן אויפטוה וואס ר' יוסף עקשטיין שליט"א פון דור ישרים האט דורכגעבראכן אין דעם געביט), און אין פאל מען איז באטראפן געווארן, וויאזוי מען קען זיך מעגליך ספראווען דערמיט בעז"ה.

דער הויפט קאנצעפט פון די גענעטיקס דעפארטמענט אינערהאלב בוני עולם איז 'גענעטישע קראנקהייטן', ד.מ. קראנקהייטן און פראבלעמען, סיי פראבלעמען לגבי האבן קינדער, און סיי קראנקהייטן וועלכע מאכן זיך ל"ע ביי קליינע קינדער, ביי פעלער וואס דאס איז א פועל יוצא פון א פראבלעם אין די די. ען. עי., און ווערט פאראורזאכט דורך די דזשינס (גענעס אין אידיש).

דאס צו פארשטיין ברויך מען געבן א שטיקל הקדמה איבער דשינס און די. ען. עי. בכלל:

א) וואס איז גענעטיקס

דער וואונדערליכער בריאה וועלכער ווערט אנגערופן "מענטש", פארמאגט א גוף און א נשמה, אין די צייט וואס די נשמה איז פון אייבערשטן אליינס, און מענטשן פון בלוט און פלייש קענען נישט און וועלן נישט אויסמאכן קיין כי הוא זה אין דעם חלק, נישט מאכן בעסער אדער ערגער, דאס איז בידו הגדולה. ווידעראום דער גוף, הגם דאס קומט פון הקב"ה און ער איז דאס מחי' יעדע מילי סעקונדע, קומט דאס אבער בדרך הטבע, פון דעם גוף פון זיין ביאלאגישע טאטע און מאמע, וועלכע פארמירן ביינאזאם א "קאפי" פון זייער גוף על כל סניפי' ואגפי', און דער גוף פארמאגט טאקע די אפדרוקן פון זייערע גופים, ווי פאלגענד.

דער מענטשליכער קערפער באשטייט פון טריליאנען צעלן, (צו זיין פונקטליכער, ארום צען טריליאן צעלן אין א געווענליכער קערפער) יעדעס ביסל הויט, פלייש, בלוט, באשטייט פון פילצאליגע צעלן, וועלכע פארמירן צוזאמען דעם פארעם, קאליר אד"ג פון דעם ספעציפישן חלק "מענטש". יעדער צעל פארפיגט אויף א משהו אינעם מענטשליכן קערפער.

יעדער צעל, פארמאגט א "נוקליעס" (קערנדל אין אידיש), וועלכער איז דער מח פון דעם צעל, דאס קאנטראלירט און שיקט מעסידזשעס מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי זיך אויפצופירן און וואספארא אויפגאבעס דאס זאל ערלעדיגן צו יעדע צייט (רוב צעלן פארמאגן נאר איין נוקליעס). אין פאקט, דער נוקליעס פון יעדן צעל באזונדער פארמאגט מער מעמארי ווי דער דיקסטער דיקשאנערי איר האט נאר אמאל געזעהן...

דער נוקליעס באשטייט פון 23 סעטס פון קראומאוסאומ'ס, יעדער סעט קראומאוסאומ'ס באשטייט פון צוויי, איינס איז א קאפי פונעם טאטן און די צווייטע פון די מאמע, דארט איז דער פלאץ ווי די נאטור פון די עלטערן קומט אריין און באאיינפלוסט דעם גוף וואס צו טאהן.

יעדער פאר קראמאוסאומ'ס פארמאגט שנירלעך "די. ען. עי.", וועלכע זענען ווי א פינגער פרינט פונעם מענטש, נאכדעם וואס עס זענען נישט פארהאן קיין צוויי מענטשן אויף די וועלט מיט אקוראט די זעלבע די. ען. עי., אבער מען קען דאך טרעפן די אפדרוקן פון ביידע עלטערן און עס איז היבש דומה צו די געשוויסטערס (ע"ע די. ען. עי. טעסט), זינט דאס איז דאך פאקטיש דער קאפי פון די עלטערנ'ס, נאר ווערט אביסל פאראנדערשט ביי יעדן קינד.

די די. ען. עי. איז א צוזאמשטעל פון "דזשינס", וואס די דזשינס - פארמירט אלס די. ען. עי. - איז דער סאמע צענטערפונקט פונעם מענטש, דאס פראדוצירט יעדע מילי סעקונדע "ענזיימס" וועלכע פראדוצירן פראטעין וואס דאס איז פאקטיש "דער מעסעדזש" וואס זאגט פאר די חלקי הגוף זיך צו באוועגן, און צו פונקציאנרין אין אלגעמיין.

כ'האף כ'האב אייך נישט צעמישט ביז אהער... בייגעלייגט וועט איר טרעפן א בילד וועלכע אילוסטרירט דאס אביסל.

--

ב) גענעטישע דיסארדער, גענעטישע דיסארדער ווס. מחלות

אצינד, פארשטייען מיר אז דער מענטש איז פאקטיש א קאפי פון זיינע עלטערן, און אויב די דזשינס פון זיינע עלטערן האט א געוויסע פראבלעם קען ער דאס נאטורליך איבערנעמען ח"ו.

פארשטייט זיך אז אין פאל דער מענטש האט איין קליינע פארדרייטע דזשין וואס פונקציאנירט נישט ווי געהעריג, קען דאס פאראורזאכן א מאסיווער חורבן ח"ו, ווענדט זיך ווי דער דזשין שטייט איין. אין פאל דער דזשין איז רילעיטעד מיט א הויפט אקטיאר אינעם גוף, ווצב"ש הארץ - אויגן - האנט - פוס אד"ג, אפילו נאר איין דזשין איז פראבלעמאטיש קען דאס ח"ו גורם זיין א פענאמענאלער חורבן און אויב איז דאס אין איינס פון די אטעמען מאשינען וועט דאס געווענליך עווענטועל אוועקלייגן דעם גוף רח"ל.

אפילו אין פאל מען מערקט נישט אן דעם דיסארדער פון געבורט אן, וועט געווענליך א גענעטישע דיסארדער ארויסקריכן נאך אלס קינד, ווען דער חלק גוף ווערט מער אנטוויקלט און שטאלפערט זיך אן אין זיין בלאקעדזש, און קריכט צעביסלעך ארויס רח"ל.

אנדערש ווי א געווענליכע מחלה ווצב"ש יענע מעשה ל"ע, וואס געשעהט ווען א פרעמדע געוויקס קומט אריין און הייבט אן פאראורזאכן חורבנות רח"ל און די דאקטוירים פראבירן דאס צו ארויסנעמען אד"ג, איז א פראבלעמאטישע דזשין עצם מעצמו פונעם מענטש, און עס איז כמעט אוממעגליך צו היילן, און באגלייט א מענטש ביז זיין טויט ה"י, וועלכע געשעהט פיל מאל גאנץ שנעל נאכדעם וואס עס ווערט אנטוויקלט, מען זאל נישט וויסן (עס איז כדאי צו באמערקן אז מען ארבעט, און מען האט שוין אנגעהויבן בויען א וועג צו קענען איבערשרייבן א דזשין, אבער דאס איז נאך גאר ווייט פון א חלום אפילו).

--

ג) גענעטישע ירושה

עס איז אוממעגליך צו טעסטן א מענטש אויף אלע זיינע דזשינס צו וויסן צו ער פארמאגט א פראבלעמאטישע דזשין, צוליב דעם וואס רוב גענעטישע דיסארדערס ווערן פאראורזאכט פון איין ספעציפישע דזשין, וועלכע פאראורזאכט א פראבלעם אויף איין ספעציפישע אבר/כח, און גיי הייב אן אונטערזוכן פון קאפ ביז פוס, הזמן יכלה והם לא יכלו... אפילו ווען מען זעהט שוין אז דער מענטש האט א מחלה וועלכע איז א דירעקטע רעזולטאט פון א גענעטישע פראבלעם, קען דויערן חדשים און יארן ביז מען קען אנהייבן אויספיגערן וועלכע דזשין איז דער גורם, און הערשט האלט מען ביי אל"ף.

וועט איר אוודאי פרעגן פון וואנעט קומט דער בחור אפיר, און פארוואס קריכט דאס ארויס ערשט תשע"ו, אויב דאס איז א פועל יוצא פון עלטערן'ס דזשינעטיק דיסארדערס וואלט דאס שוין געברויכט אפירקומען יארן צוריק?

נאר דער בוכ"ע האט אזוי אויסגעשטעלט די בריאה אז טראץ דעם וואס פילצאליגע מענטשן פארמאגן איין אדער מער פראבלעמאטישע דזשינס, וועט דאס נישט זיין קיין פעלער ווילאנג ביידע סעטס פון דעם ספעציפישן קראומאוסאום האבן דעם זעלבן פראבלעם, אויב איינס איז יא גוט וועט דער גוף פונקציאנירן ווי געהעריג, אנע דעם וואס מען זאל אפילו וויסן דערפון.

דער פראבלעם געשעהט ווען סיי די טאטע און סיי די מאמע האבן דעם זעלבן פראבלעם, זיי זענען "קעריערס" פון א פראבלעמאטישע דזשין, - איז נאך אלס פארהאן א שאנס אז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות וועט זיי שענקען געזונטע לעכטיגע קינדער אנע שום פראבלעם, אבער אין טייל פעלער - וועט דאס אריבערגיין צום קינד, וועלכער ווערט ל"ע געשעדיגט.

פארשטייט זיך אז ביי קרובים קען זיך פיל אפטער מאכן דער פראבלעם, צוליב וואס עס איז פארהאן א גרעסערער שאנס אז ביידע עלטערן וועלן זיין קעריערס פון א ענליכע דזשין, און אויב עס איז פראבלעמאטיש, תוצאותיו מי ישורנה.

דא איז דור ישרים אריינגעקומען אין בילד, נאכדעם וואס מערערע האבן זיך געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, און אוועקגעלייגט איינס אדער מערערע קינדער ל"ע פון א רייע מחלות, האט ר' יוסף עקשטיין געגרינדעט די ארגאניזאציע "דור ישרים" וועלכע מאכט טעסטס אויף די בלוט צעלן צו מען איז א קעריער פון א פראבלעמאטישע דזשין, און אויב יא, און די מדוברת איז אויך א קעריער פון דעם ספעציפישן פראבלעמאטישן דזשין, לייגט מען א סטאפ ארדער (מיר וועלן נישט אריינגיין צו דאס איז נוגד דעם תמים תהי', נאכדעם ווי אלע יארן האבן אידישע קינדער חתונה געהאט אנע די מאכערייקעס, וכבר נחלקו בזה רבוותא, ולמעשה נתפשט כמעט בכל תפוצות ישראל אז מען מאכט א דור ישרים טעסט, וכן אנו נוהגין).

פארשטייט זיך אז דור ישרים טעסט נישט אויף אלע פראבלעמען, א זאך וואס איז אוממעגליך ווי אויבנדערמאנט, זיי טעסטן נאר אויף די וועלכע מען האט שוין היסטאריע אז עס איז פארהאן אזא מחלה, און האט זיך געמאכט ביי אנ"ש אינעם עבר. זיי אפדעיטן כסדר די טעסט'ס, ווי נאר עס קומט אריין א געוויסע צאל קעיסעס פון א נייע מחלה, גייט דאס ארויף אויפן טעסט ליסט.

און אז איר האט מיטגעהאלטן די דרשה אביסל, פארשטייט איר שוין וואס ר' חיים יאלעס האט באטאנט אז עס איז נישט קיין פראבלעם זיך משדך צו זיין מיט די באטראפענע משפחות, נעמליך רוב מענטשן האבן סייווי פראבלעמאטישע דזשינס, און דער פראבלעם געשעהט נאר ווען ביידע עלטערן זענען קעריערס, ממילא מיט סיי וועם מען איז זיך משדך האט מען די זעלבע ריסק, ודוק.

--

ד) בוני עולם גענעטיקס דעפארטמענט

אלס טייל פון זייער אנגייענדיגע ארבעט להעמיד דורות ועולמות, האט בוני עולם זיך אריינגעלייגט אין גענעטיקס, נעמליך, ווען מען ווייסט שוין אז א פארפאלק פארמאגן א פראבלעמאטישע דזשין אין קאממאן, אנשטאט מען זאל אויפגעבן, און נישט האבן נאך קינדער אויס מורא פון דעם דזשין, קענען זיי טוהן פעולות צו די דורות העתידים אז דאס זאל נישט אריבערגיין צו די קינדער ואכמ"ל, און פארשטייט זיך אז דאס טוט מען נישט צופיהל מאל, און געווענליך אויב איינער האט שוין עטליכע געזונטע קינדער וועט מען נישט אננעמען די מאסנאמען.

אינערהאלב זייער ארבעט, האט ר' חיים יאלעס, דער דירעקטאר פון בוני עולם גענעטיקס דעפארטמענט, אריינגעבאמפט עטליכע מאל אין פרישע אומאודענטיפיצירטע מחלות, וועלכע האבן געשיינט צו זיין א רעזולטאט פון פראבלעמאטישע דזשינס, אבער מען האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס ווען וואו, נישט וויסנדיג ווי צו אנהייבן קוקן, וועלכע צעל צו ליינען, אויף וואס צו קוקן אד"ג, אפגערעדט אז ער האט נישט געוויסט וואס מען קען טאן דאס צו פרעווענטן.

דא קומט אריין זיין אויפטוה ביי די דרשה, אז מען האט אנגעהויבן צוזאמשטעלן קעיסעס, און זאמעלן אינפארמאציע איבער די קעיסעס, איבערגעדרייט וועלטן צו טרעפן ענליכע געליטענע צו קענען אנהייבן בויען א פארמולע און נאכגיין דעם שורש המחלה, און אזוי האט שוין בוני עולם בס"ד באוויזן צו אידענטיפיצירן צוועלף נייע מחלות, און אזוי ארום באוויזן צו טרעפן א וועג דאס צו אוועררייטן.

אויב ח"ו וועט זיין א שטייגענדע צאל באטראפענע פון די מחלות, וועט דור ישרים פארשטייט זיך אנהייבן סקרינען פאר די פראבלעמען אויך, ולה' הישועה.

יעצט זייט מוחל און הערט איבער די דרשה...
אטעטשמענטס
illustration_basic_terms_275_pixels.jpg
א געשפעט האב איך
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א גרויסען דאנק "צולייגער" האסט עס שיין צולייגט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW

יישר כח פארן אזוי שיין אפשרייבן.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א שיינעם דאנק צולייגער!! דאס הייסט געטאן צום זאך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער שיין און קלאר מסביר געווען! יישר כח צולייגער.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

יישר כח צולייגער, גוד דשאב
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

גאר אינטערעסאט.

פון דא זעהט אויס אז א מענטש האט אין טאטעל בערך 10,000,000,000,000 אנדערע צעלן, דאס געט זייער קלאר צו פארשטיין פארוואס יעדע מענטש האט אנדערע די.ען.עי.

וויל איך אבער פארשטיין, ווי אזוי קען מען פון א שטיקל האר אדער בלוט (ביי א קריים סין) כאפן דעם פארברעכער?
איך וואלט ווען נישט געזאגט אז יעדע חלק גוף האט אזויפל טריליאנען צעלן.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן: אפשר ערלעדיגט מען אויך א ריקארדינג פונעם נגינה חלק,ביטע.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

צילייגער. יישר כח.
יעצט קען איך שוין פארשטיין זיין דרשה.
ער האט גערעדט ווי איינער וואס קומט פון א אנדערע מדינה און זאגט מיר גייי אראפ אפאר גאסן וועסט זעהן די פארק און נאכדעם די סווימינג פאל וכו',

פאר אנשים כערכנו איז דאס אומפארשטענדליך, איך בין דאך קיינמאל נישט געווען אין יענער מדינה. נאך דיין באשרייבונג האב איךל שוין געהאט א שטיקל בריקל צו פארשטיין וואס ער האט געזאגט.

למעשה, וואס האט ער פראבירט מסביר זיין פאר די עולם? איז די עיקר נקודה געווען אז ס'איז נישט דא וואס זיך צו זארגן ביי שידוכים?
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

די עיקר נקודה איז געווען אז בוני עולם דארף געלט פאר אסאך אנדערע זאכן אויך ווי למשל אויב מאכט זיך א פראבלעם מיט עטליכע קינדער און מ'האט מורא עס זאל זיך נישט איבער חזר'ן ווייטער, קאלט מען אויך בוני עולם, נישט נאר אויב האט מען בכלל נישט, און דאס קאסט אסאך געלט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

WOW איז נישט דאס װארט!

א ישר כח פאר מיר מעורר זיין א פינצקינע אין די געװאַלדיגע נפלאות הבורא פון דעם אדם השפל הנברא בצלמו!

נא און אזעליכע װאס זענען ״מומחים״ אין דיזע זאכען טענה׳ן גאר ר״ל אז עס איז פון זוך אליין..
װי האט יענער געזאגט =אן אפּיקורס? אין משגעים הויז בלאנגט אזא איינער
װידערום פון די אנדערע זייט זעט מען דעם גרויסען כח היצר װאס קען דאך פארדרייען א קאפ נאך זעהן די געװאלדיגע זאכען
און נאך מער כח הבורא װאס האט באשאפֿען דעם יצר און אהערגעשטעלט עס זאל תמיד בלייבען א בחירה!

נ.ב.
אזא ״צולייגער״ נוי באדי װאוד מיינד
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בילדער האט געשריבן: גאר אינטערעסאט.

פון דא זעהט אויס אז א מענטש האט אין טאטעל בערך 10,000,000,000,000 אנדערע צעלן, דאס געט זייער קלאר צו פארשטיין פארוואס יעדע מענטש האט אנדערע די.ען.עי.

וויל איך אבער פארשטיין, ווי אזוי קען מען פון א שטיקל האר אדער בלוט (ביי א קריים סין) כאפן דעם פארברעכער?
איך וואלט ווען נישט געזאגט אז יעדע חלק גוף האט אזויפל טריליאנען צעלן.


מער איבער דעם פון אונזער "גערעכטער" נפלאות הבורא -DNA און די געוואלדיגע ארטיקל דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען וואס איז אריין אין מי מנוחות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

בילדער האט געשריבן: גאר אינטערעסאט.

פון דא זעהט אויס אז א מענטש האט אין טאטעל בערך 10,000,000,000,000 אנדערע צעלן, דאס געט זייער קלאר צו פארשטיין פארוואס יעדע מענטש האט אנדערע די.ען.עי.

וויל איך אבער פארשטיין, ווי אזוי קען מען פון א שטיקל האר אדער בלוט (ביי א קריים סין) כאפן דעם פארברעכער?
איך וואלט ווען נישט געזאגט אז יעדע חלק גוף האט אזויפל טריליאנען צעלן.


די די. ען. עי. איז די זעלבע אין אלע צעלן, ואפ"ה איז נאך דא גענוג פלאץ אין דעם צעל אליינס צו זיין מיט א פראצענט פון א פראצענט אנדערש פון אנדערע מענטשן.

פר בן בקר האט געשריבן: למעשה, וואס האט ער פראבירט מסביר זיין פאר די עולם? איז די עיקר נקודה געווען אז ס'איז נישט דא וואס זיך צו זארגן ביי שידוכים?


די עיקר נקודה איז ווי זאל ער קומען האט מסביר געווען, אז בוני עולם האט ביז היינט געהייסן א ארגאניזאציע וואס געט געלט פאר דעם פראצעדור, און אויך פאר מאראל סופארט, אבער זיי האבן געוואלט אויפדעקן אז זיי האבן א געהעריגע ריסוירטש דעפארטמענט, וועלכע איז מחולל פלאות אין דעם געביט פון גענעטישע קאודינג.

אין פאקט האט ר' שלמה באכנער זז"ג שוין דערמאנט די נקודה מיט א וויילע צוריק ביי א דרשה, ווען ער האט ארויסגענומען א קליין פלעשעלע וואס האט אנטהאלטן אין זיך א פיצינקע די. ען. עי., אויסרופנדיג מיט פאטאס אז מען האט מצליח געווען צו אידענטיפיצירן א נייע גענעטישע דיסארדער.

און כ'מוז באמערקן אז ר' חיים יאלאס איז א "דזשיניעס", די גרעסטע דאקטוירים און פראפעסארן אויפן געביט פון גענעטיקס ווערן נבהל ונשתומם פון זיינע ידיעות און המצאות, און אוודאי פון זיין איבערמידליכע ארבעט יומם ולילה, אפילו ווען עס איז פארהאן פיצינקע שאנס צו קענען אידענטיפיצירן א דזשין.

בעת וואס די דאקטוירים זענען דא פאר כבוד און וויסנשאפט, ספענדן זיי נישט קיין צייט צו אויספארשן אזוינע זעלטענע מחלות, וועלכע זיי האבן א שוואכע שאנס צו קענען אנקומען ערגעץ, משא"כ ר' חיים מיט זיין אידיש הארץ, טראץ זיין ברייטע וויסנשאפט, און טראץ וואס ער האט נישט מער ווי פיר און צוואנציג שעות און טאג, טוט ער כל מה שביכלתו צו פארשן און צוזאמשטעלן, און צו לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די דאקטוירים אז זיי זאלן קאלאבארירן מיט אים, אפילו ווען די שאנסן זענען זעראו! ושכרו כפול מן השמים.
א געשפעט האב איך
יצחק דוד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2016 7:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דוד »

וויאזוי קען איך קאנטאקטען ר' חיים'ן? איך האב שוין פראבירט אריינצוקאלען צו בוני עולם, אבער איך האב נישט געקענט אנקומען צו אים.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יעצט געליינט, ייש"כ צולייגער!
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

מה פתאום??? האט געשריבן: יעצט געליינט, ייש"כ צולייגער!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

גוגל האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן: יעצט געליינט, ייש"כ צולייגער!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יעצט אנגעקומען אהער, הערליכע דזשאב!
עס שרייעט זיך אויס מה רבו מעשיך ה'!רופא כל בשר ומפליא לעשות!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10967
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך וויל מיר דא בשער בית רבים באדאנקען פאר ר' שלמה באכנער און ר' חיים וואלעס פארן אונז מזכה זיין פאר די הייליגע טעג מיט די געוואלדיגע מצוה נעכטען ביים בלוט דרייוו און ווילי.. יישר כח דער אויבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט קענען העלפן אנדערע .
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

eller האט געשריבן: איך וויל מיר דא בשער בית רבים באדאנקען פאר ר' שלמה באכנער און ר' חיים וואלעס פארן אונז מזכה זיין פאר די הייליגע טעג מיט די געוואלדיגע מצוה נעכטען ביים בלוט דרייוו און ווילי.. יישר כח דער אויבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט קענען העלפן אנדערע .
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10967
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אינטערסאנט איז נאר געווען ווי ר' שלמה אליין איז געשטאנען דארט א גאנצען צייט און יעדעם פערזענליך באדאנקט ! ער וואלט דאך געקענט אהין שיקען איינע פון די צענדליגע עסקנים.... אשרי לו !!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
זאב יונה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 31, 2022 3:41 pm

Re: ר' חיים יאלאס - בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאב יונה »

אפשר ווייסט איינער וואס איז מיט דעם געווארען ? פארוואס האט זיך די העכסט וויכטיגע מבצע פונעם Jewish genome project אפגעשטעלט ?!

בדרך אגב ליגט מיר אין זכרון אז אין אט די תקופה האט בוני עולם ארומגעשיקט א בראושער מסביר צו זיין וואס זיי ווילן אויפטון, וואו קען מען דאס אפירזוכען?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ר' חיים יאלאס - בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

זאב יונה האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:24 pm
אפשר ווייסט איינער וואס איז מיט דעם געווארען ? פארוואס האט זיך די העכסט וויכטיגע מבצע פונעם Jewish genome project אפגעשטעלט ?!

בדרך אגב ליגט מיר אין זכרון אז אין אט די תקופה האט בוני עולם ארומגעשיקט א בראושער מסביר צו זיין וואס זיי ווילן אויפטון, וואו קען מען דאס אפירזוכען?
ר' חיים איז שוין לאנג נישט אין בוני עולם, האט געעפנט אן אייגן קאמפעני.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: ר' חיים יאלאס - בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

ר' חיים איז שוין לאנג נישט אין בוני עולם, האט געעפנט אן אייגן קאמפעני.
[/quote]

מה שמו ?
זאב יונה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 31, 2022 3:41 pm

Re: ר' חיים יאלאס - בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאב יונה »

ער ארבעט פאר/מיט RMANJ/IVI וואו מען קען זען זיינע פובליקאציעס ערשיינען צוזאמען מיט Dr J scott פון די אנפירער אין RMANJ
די אפטיילונג פון ריסערטשביי RMANJ האט א באזונדערע נאמען איך געדענק נישט יעצט די נאמען
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”