אפתח בעובדא מעניינת אותה ראיתי בהקדמת הספר המתוק "דף על הדף" למס' יבמות.
אחד התלונן בפני הגה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע על פושע ישראל בעירו היורד לחייהם של החסידים, והוסיף הלה לשמו של אותו רשע את הקללה "ימח שמו״. נזף בו הרבי על הקללה שהוציא מפיו ואמר, שודאי הוא שאין רצונו של הקב"ה שתאמר כן, אפילו על יהודי חוטא ופושע, שכן כבר נפסקה ההלכה בשו"ע אבן העזר (סי' קנז) שגם מומר שמת בלא בנים חייבת אשתו בחליצה. וחליצה באה במקום יבום, ועתה צא וראה שהתורה מנמקת מצות יבום במילים ״ולא ימחה שמו מישראל״, וכאשר הנך אומר על יהודי ״ימח שמו״ אתה נמצא חלילה מהפך את דברי התורה, ע"כ.
בברכת הצלחה לכל הלומדים.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
יישר כח הרב הקושר כתרים (האמיר דאך געלערנט הערשט אין חגיגה איבער די מלאכים וועלכע זענען קושר כתרים כביכול פאר'ן בורא עולם), פארן גיין פתיחה, לא הרי אשכול על מסכת יבמות הארוכה כהרי האשכולות שנפתחו בששה החדשים האחרונים, על מסכת קטנות, דא וועט האפנטליך קומען אן אשכול מפואר, אנגעהויבן טאקע מיטן חושב'ען פותח, ברוך שובך לברכה, חבי כמעט רגע, בלייבט מיט אונז און זייט אונז מהנה, און אדרבא יתוספו ספסלי בית המדרש, לאזן אנדערע אויך שוקל וטרי זיין אין די שווערע מסכתא פון ש"ס, שבזכותה נזכה לענ"י הרוכב על החמור בקרוב.
-
איר האט אנגעהויבן בדברי אגדה, ווי מ'האמיר הערשט געלערנט אז דאס איז מושך לב האדם כמים (ואולי זה הענין של מילתא דבדיחותא קודם הלימוד כדי שלבו יהי' נמשך לתוך הגמרא ואח"כ יונעם לו גם דברים הקשים כגדין) וועלן מיר קודם ממשיך זיין בדרך הזה, בדברי כ"ק מרן האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נשיא החבורה אצל הסיום, דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט דאס חסידישע טייטש פונעם רבי'ן רבי זושא זצ"ל אויף די ערשטע משנה, חמש עשרה נשים פוטרת צרותיהן וצרות צרותיהן וכו' עד סוף העולם, האט דער הייליגער רבי רבי זושא געזאגט פארן רבי'ן רבי שמעלקא פון ניקלשבורג, אז דער לימוד התורה איז מיחד דעם אות י' מיטן אות ה' פונעם שם הקדוש און עס ווערט בענעזאם חמש עשרה, בעט מען דעם רבוש"ע אז בזכות "חמש עשרה" זאל שוין זיין "נשים" מלשון אנה השם "פוטרת צרותיהן וכו' עד סוף העולם" מ'זאל מיר זוכה זיין ניצול צו ווערן מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה אמן.
האב איך געקלערט (די מייק ארבייט?) בעניי א שטיקל הוספה, אויב איז בכלל שייך מוסיף צו זיין על דבריו הקדושים שכל גופן אש, ואנחנו מה נגדו, אבער כל פטפוטי טבין וקוב"ה חדי, אז לעולם זאגט די גמרא שפעטער אז לשיטת רבנן שנושא אדם אנוסת אביו קען צוקומען נאך א מציאות פון א ערוה שפוטרת צרותיה און דאס איז 'אמו', נאר די משנה גייט בשיטת ר"י שאוסר אנוסת אביו,רעכנט די משנה נאר אויס ט"ו נשים און נישט ט"ז נשים. אזוי אויך פרעגט תוס' אינעם ערשטן תוס' פון די מסכתא פארוואס זאגט די משנה "חמש עשרה נשים" און נישט "חמש עשרה עריות" אזוי ווי חז"ל נוצן געווענליך אין אזא פאל.
אבער עפ"י דרכו פונעם הייליגען רבי רבי זושא זצ"ל, זענען די ביידע זאכן מדויק, ווייל רבינו הקדוש האט דייקא נוקט געווען לשונו הקדוש אויף דעם אופן, סיי נאר צו רעדן פון די "חמש עשרה" עריות און אויסלאזן אמו, כאטש,דאס,איז א שיטה יחידאה פון רבי יהודה, און סיי אנצורופען די עריות בלשון "נשים" מרמז צו זיין די הייליגע תפלה און בקשה פון אנא השם בזכות היחוד של השם י' וה' נזכה לפטור מן הצרות והצרות צרורות עד סוף כל העולם (ואולי גם מטע"ז פתח רביה"ק את סדר נשים במס' יבמות ובזו המשנה, שנתקשו בזה התוס' סוף מסכתא מועד קטן לרמז את זה בהתחלת הסדר ודו"ק).
-
יהי רצון שזכות כל התנאים והאמוראים, וזכות כל הצדיקים הקדושים אשר מפיהם אנו חיים, יעמוד לנו להתחיל את המסכתא בכי טוב ולסיימה מתוך שמחה ונחת, צה"ר נעשה לתיבה להפוך את הצר"ה ע"י תיבותיהם הקדושים של חכמינו ז"ל, ונחל"ץ מכל נגע ומחלה ויקיום בנו מקרא שכ' צדיק מצר"ה נחל"ץ, אמן ואמן
ג: אזהרה שמענו עונש מניין אמר קרא כי כל אשר יעשה מכל התועבות וגו' לכאורה ווי ס'איז מבואר ברש"י כמה פעמים אז א צרת ערוה איז נישט קיין נייע איסור, נאר אז עס איז נישט דא קיין מצוות יבום ממילא קיימת באיסור אשת אח, איז וואס דארף איך א עקסטרע אזהרה
הבוחר בטוב האט געשריבן:

פשט פון די גמרא איז, אז ווילאנג איך האלט אז מ'דארף א פסוק אז מצות יבום גייט נישט אויב פאלט לפניו איינע פון די חמש עשרה עריות האמורות במשנתינו, טראץ דעם וואס דער געווענליכער איסור ערות אשת אח איז דאך נישט דא במקום מצוה, איז דאך דאס א חידוש (די גמרא שפעטער זאגט למעשה אז איך דארף טאקע נישט קיין פסוט פאר די צרות) און דאס ליגט אינעם ווארט פון עליה, קלערט די גמרא אז אולי אה"נ עס איז אסור אפי' במקום מצוה אבער כאטש דער הארבער עונש פון כרת אדער מיתת בי"ד פאלט אוועק במקום יבום אויב איז ער מיבם איינע פון די עריות, ברענגט די גמרא דעם פסוק פון כי כל ודו"ק. (אוודאי נאכדעם קומט צוריק אויך דער איסור אשת אח בתוקפו און אפי' אויפן צרה, אבער איך דארף דאך דאס אויסבויען קודם פון לימודים)
אז איר ברענגט ארויף די רש"י מיט דער איסור אשת אח, איז דא דא א קשיא פון רבי עקיבא איגר אויף משניות וואס איז מרפסין איגרא, די ישיבה'ישע וועלט קאכט זיך מיט די קשיא, מיט פארשידענע מהלכים. רעק"א פרעגט אז אויב א יעדע צרת ערוה וואס איז אסור לייבם איז קיימא עליו באיסור ערות אשת אח, קומט דאך אויס אז די צרות צרה איז דאך א פשוט'ע צרת ערוה, ווייל זי איז א צרה פון אשת אחיו (אזוי ווי אשת אחיו שלא בעולמו אדער אשת אחיו מאמו וואס די משנה רעכנט אויס), אויב אזוי וואס דארף איך א ספעציעלן פסוק פון לצרור צו אסר'ן און פטר'ן צרות צרותיהן, עס ליגט דאך אינעם אריגינעלן איסור פון צרת ערוה.
בחי' רבי שלמה (להג"ר שלמה היימן זצ״ל, יבמות ס' ע"א) תירץ דבעינן קרא לפטור צרת צרה באופן שלא חל איסור אשת אח על הצרה, כגון שהיתה נדה בשעה שקידש אותה אחיו ולא נטהרה וכיון דקי״ל אין איסור חל על איסור, לא חל עליה שם אשת אח מעולם, ובכה"ג דרשינן לצרור לפטור צרתה.
ועיין בברכת שמואל (סי' ה') מה שהביא לתרץ בשם הגר"ח הלוי זצ"ל. ובמשנת רבי אהרן (סי' א'), ובקובץ הערות לרבי אלחנן (סי' ה' אות ב'), ובקהלות יעקב (סי' ג), ובחידושי הגר"ש שקופ (סי' ה').
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
מיללער האט געשריבן:
פשט פון די גמרא איז, אז ווילאנג איך האלט אז מ'דארף א פסוק אז מצות יבום גייט נישט אויב פאלט לפניו איינע פון די חמש עשרה עריות האמורות במשנתינו, טראץ דעם וואס דער געווענליכער איסור ערות אשת אח איז דאך נישט דא במקום מצוה, איז דאך דאס א חידוש (די גמרא שפעטער זאגט למעשה אז איך דארף טאקע נישט קיין פסוט פאר די צרות) און דאס ליגט אינעם ווארט פון עליה, קלערט די גמרא אז אולי אה"נ עס איז אסור אפי' במקום מצוה אבער כאטש דער הארבער עונש פון כרת אדער מיתת בי"ד פאלט אוועק במקום יבום אויב איז ער מיבם איינע פון די עריות, ברענגט די גמרא דעם פסוק פון כי כל ודו"ק. (אוודאי נאכדעם קומט צוריק אויך דער איסור אשת אח בתוקפו און אפי' אויפן צרה, אבער איך דארף דאך דאס אויסבויען קודם פון לימודים)
איך פארשטיי נישט וואס איר ווילט זאגען, אויב איז דא לימוד אז דא גייט נישט אן מצוות יבום, איז ער א פשוטער בא על הערוה, פונקט ווי ער זאל מייבם זיין אשת אחיו מאמו, נאך וואס איך לערן אחווה אחווה מבני יעקב, דארף איך נישט קיין עקסטרע למודים לחייבו כרות.
און אזוי זעט מען אין תס' לקמן כ. ד"ה בשלמא ווי תוס' פרעגט אויף אלמנה לכה"ג וואס מען איז נישט מייבם אבער חליצה איז מען מחיוב און די גמ' האט קודם געלערנט אז מייבם איז מען נישט ווייל אין עשה דוחה לא תעשה ועשה, אבער ס'איז נאך אלס דא א זיקה וואס צוליב דעם דארף ער געבן חליצה, פרעגט תוס' אמאי חולצת כיון דאין עולה לייבום דלא אתי עשה ודחי לא תעשה ועשה ותיהוי כי חייבי כריתות, איז מבואר אפי' אן א פסוק איין מאל ס'איז נישט שייך קיין יבום באקומט מען ממילא א דין ערוה.
נאר פון דעם אליינס וואס די לימוד פון עליה איז אין די פרשה פון עריות, און נישט אין די פרשה פון יבום וואלט זיך אויסגעוויזן אז דאס איז א דין און עריות, און אזוי לערנט טאקע דער בריסקער רב, און לויט דעם פארשטייט מען פארוואס מען דארף א עקסטרע אזהרה, אבער לויט רש"י איז שווער
אפי נאכדעם וואס תורה זאגט אז אז עס איז נישטא דא קיין מצות יבום, וואלט געווען א הוו"א אז פון דא ביז צוריקשטעלן דעם איסור כרת איז צו א ווייטער שפרונג, און אפשר גייט כאטש אראפ דער עונש.
מיללער האט געשריבן:
אפי נאכדעם וואס תורה זאגט אז אז עס איז נישטא דא קיין מצות יבום, וואלט געווען א הוו"א אז פון דא ביז "צוריקשטעלן" דעם איסור כרת איז צו א ווייטער שפרונג, און אפשר גייט כאטש אראפ דער עונש.
דאס איז וואס איך פארשטיי נישט וואס דארף מען צוריקשטעלן, זי איז א ערוות אשת אחיו, איז ווי איך פארשטיי ווילסטו זאגן אז און פאל שמת אחיו בלא בנים איז די איסור אשת אחיו אראפ און יעדנפאל, נישט פארבינדן צו ער איז מקיים/מחוייב המצוה צו נישט, און איך דארף א עקסטרע לימוד עס צוריקצושטעלן, ס'איז דא אזא שמועס שפעטער אין די גמ' י: אם בא אחר חליצה, אבער דארט איז דא א מפורש'ה פסוק שנתקו ללאו, וצרוכים להתיישב בזה
מיללער האט געשריבן:
אז איר ברענגט ארויף די רש"י מיט דער איסור אשת אח, איז דא דא א קשיא פון רבי עקיבא איגר אויף משניות וואס איז מרפסין איגרא, די ישיבה'ישע וועלט קאכט זיך מיט די קשיא, מיט פארשידענע מהלכים. רעק"א פרעגט אז אויב א יעדע צרת ערוה וואס איז אסור לייבם איז קיימא עליו באיסור ערות אשת אח, קומט דאך אויס אז די צרות צרה איז דאך א פשוט'ע צרת ערוה, ווייל זי איז א צרה פון אשת אחיו (אזוי ווי אשת אחיו שלא בעולמו אדער אשת אחיו מאמו וואס די משנה רעכנט אויס), אויב אזוי וואס דארף איך א ספעציעלן פסוק פון לצרור צו אסר'ן און פטר'ן צרות צרותיהן, עס ליגט דאך אינעם אריגינעלן איסור פון צרת ערוה.
האט איינער א גוטן תירוץ אויף די קשיא?
דער מרומה שדה פרעגט אויך די קשיא ב. תוד"ה עד סוף עיי"ש מה שתירוץ
בנוגע וואס מ'זעהט דא אנהייב יבמות ווי די גמרא איז מדקדק אויף יעדע ווארט פון די משנה, ווי עס וואלט געווען א פסוק אין די תורה, וואס מ'זעהט נישט געווענליך אין גמרא (סיי די סדר פארוואס מ'הייבט אן מיט בתו און נישט אחות אשתו וכו' און נאכדעם פוטרות ולא אוסרות וכו'), בדומה לזה איז דא אנהייב קידושין שטעלט זיך די גמרא אויף יעדעס ווארט אין די משנה (האשה, נקנית, דרכים וכו').
דארט ברענגט די חשק שלמה בשם דעם בעל העיטור, אז יענע גאנצע סוגיא איז אן הוספה פון די רבנן סבוראי.
איז דא וואס ווילן צושטעלן דערצו אז איך די סוגיא דא אין יבמות איז פון די סבוראי,זעה דא:
אז מ'האלט אפאר טאג פאר פסח, איז דאך דבר בעתו מה טוב צו לערנען אביסל פון פסח אין די שיעורים, ובפרט אין מס' יבמות איז,א ספעציעלע חשיבות אז עס פאלט פונקט אריין עפעס מענינא דיומא.
בדף ה: וויל די גמ' ארויסלערנען פון קרבן פסח אז עשה דוחה ל"ת אפי' במקום שיש בו כרת, און די גמ' איז מדחה צום סוף אלס עשה שקודם הדיבור איז שטערקער ואין ראי' על כה"ת.
איז אינטערעסאנט וואס דער רש"ש ברענגט צו פונעם שאג"א ביי הל' מצה, אויף די באקאנטע תוס' במס' קידושין לח. ויאכלו מעבור הארץ ברענגט תוס' פון ירושלמי אז לכאורה פארוואס האבן זיי נישט געקענט עסן מצה של חדש דורך עשה דוחה ל"ת, און די ירושלמי ענטפערט אז מצה איז אן עשה שלפני הדיבור האט עס נישט קיין כח דוחה צו זיין א ל"ת שלאחר הדיבור.
צייגט דער שאג"א אז דאס איז א מחלוקת הבבלי פון דא מיט יענע ירושלמי, צו אן עשה שלפני הדיבור איז שטערקער אדער שוואכער לגבי דוחה זיין א ל"ת שלאחר הדיבור.
נאך א שיינע הערה מענינא דיומא, זעה איך בקובץ הערות לרבי אלחנן זצ"ל-הי"ד (סי' י"ז אות ב'), ער פרעגט פארוואס ביי די הלכה אין פסחים קח. בן אצל אביו צריך הסיבה זאגן די ראשונים די טעם ווייל סתם אב מחיל ליה ליקריה גבי בנו, ווייזט אויס אז אויב דער טאטע איז יא מקפיד טאר דער זון זיך נישט אנלאנען משום כיבוד אב, לכאורה די גמ' זאגט דאך דא אין יבמות ה: אז כיבוד אב איז נישט דוחה קיין שום מצוה (ואפי' מצוה דרבנן כמבואר ברמב"ם הל' ממרים פ"ו הי"ב), ונשאר שם בקושיא.

סיבת חיוב הסיבה הוא משום חירות (כמבואר בראשונים ורמב"ם וש"ע הרב). איז אויב דער טאטע וואלט נישט מוחל געווען אויף זיין כבוד וואלט דער הסיבה נישט געווען בדרך חירות אפילו אויב מדינא וואלט די מצוה דוחה געווען כיבוד אב, ווייל וויבאלד איינער איז מקפיד אויף זיין הסיבה שפירט זיך דאס נישט ווי קיין פולע חירות, ואדרבה ס'ברענגט ארויף אז ס'דא איינער איבער עם וואס איז מקפיד ווען ער איז זיך מתנהג בחירות, ממילא אויף אז פאל וואלט ווען געווען עדיף אז דער זון זאל זיך נישט מיסב זיין. אבער למעשה זאגט די גמרא אז דער טאטע איז נישט מקפיד, ממילא איז עס א חירות, ממילא קען ער זיך מיסב זיין.
בקיצור: בלי מחילת האב היה חסרון בה'הסיבה' ולא ב'כיבוד אב' (חי' נ"ש סטנסיל).
די עשה פון כיבוד אב איז אוודאי נישט דוחה א צווייטע עשה כגון הסיבה ואפי' עשה דרבנן כקושיתו.
אבער דאס וואס ווערט געפסקענט אין רמב"ם ושו"ע אז כיבוד אב איז נישט דוחה קיין לא תעשה, לכאורה אין די סוגיא דא איז מבואר נאר א לא תעשה שיש בו כרת איז עס נישט דוחה, איז דער ביאור הגר"א צייכנט צו אז עס איז געבויט אויף א מדרש רבא און תנדב"א, איז אינטערסאנט אז מען פסק'נט פון א מדרש נגד מה דמשמע מהגמ'
איך טראכט צו מען קען מחלק זיין אז ווען דער טאטע הייסט עם עובר זיין על דברי תורה, וואס די גאנצע מצוה הייבט זיך נאר אן צוליב דעם טאטן, זאגט די תורה כולכם חייבים בכבודי, משא"כ משא"כ די איסור מיסב זיין בפני אביו וואס דאס איז די תורה מחייב מדין מורא אב איז עס פונקט ווי יעדע אנדערע מצווה.
בקצרה די שאלה איז ווען די תורה זאגט כולכם חייבים בכבודי איז פשט אז דער טאטע האט נישט וואס מצווה צו זיין נגד התורה, קומט אויס דברים וואס די תורה איז מחייב אפי' מדין מורת אב איז נישט בכלל, אדער פשט איז אז די תורה זאגט קיינמאל קען כיבוד/מורא אב נישט מדחה זיין אנדערע מצוות צוליב וואס א מצווה שהוא משום כבוד האב קען נישט קומען פאר אנדערע מצוות שהם משום כבוד שמים

עי' בפנים בקובץ הערות שרצה לחלק משהו כזה אבל דחה ונשאר בקושיתו
א"ל רמי בר חמא לרבא אימא ערוה גופה שלא במקום מצוה תשתרי וכו' און רבא ענטפערט עליך אמר קרא בחייה כל שבחייה, ורמא בר חמא עני לי' דצריך האי בחייה למעוטי לאחר מיתה.
רמא בר חמא פרעגט דאך יעצט אז איך זאל מתיר זיין די ערוה שלא במקום מצוה, איז אויב האלט ער אז בחייה קומט צו מתיר זיין די ערוה נאר לאחר מיתה איז דאך אבער בחייה יא אסור? (אויסער אויב מ'וועט זאגן אז דאס וואס מ'איז מתיר לאחר מיתה איז נאר מוסיף אויף במקום מצוה, ס'איז נאר נישט אזוי מסתבא אין די גמרא)
בדף ח. מי לא מודי עולא שאם ראה קרי בליל שמיני שאין מכניס ידיו לבהונות שלא יצא בשעה שהיא ראויה להביא בה קרבן.
פאר די סוגית הגמרא איז עס בפשטות נישט קיין נפק"מ, אבער עס קלאר אז די גמ' דא נעמט אן פאר א פשטות אז "לילה מחוסר זמן" אנדערש ווי שיטת ר' יוחנן וואס מ'האמיר געהאט אין חגיגה (און אין יומא/פסחים) אז לילה לאו מחוסר זמן.
-
אגב, וויפיל זאכן האט איר שוין באגעגענט אין יבמות פון מסכת חגיגה אליינס?
הבוחר בטוב האט געשריבן:
ג: אזהרה שמענו עונש מניין אמר קרא כי כל אשר יעשה מכל התועבות וגו' לכאורה ווי ס'איז מבואר ברש"י כמה פעמים אז א צרת ערוה איז נישט קיין נייע איסור, נאר אז עס איז נישט דא קיין מצוות יבום ממילא קיימת באיסור אשת אח, איז וואס דארף איך א עקסטרע אזהרה
בדף ח: פרעגט תוס' לרבי דנפיק פטור צרות מולקחה ועד תימה דהשתא ליכא כרת בצרת ערוה וא"כ תיבעי חליצה כמו חייבי עשה דמרבינן להו מיבמתו, ועיין עוד בתוס' ישנים שם וא"ת לרבי וכו' א"כ אזהרה שמענו עונש מנין וכו' ואין לומר דליכא רק אזהרה דא"כ לא ליפטרו מחליצה כמו דאמרינן לקמן דחייבי לאוין חולצות, עיי"ש מה שתירצו.
עכ"פ מבואר אפילו במקום וואס עס איז נישט דא קיין דין יבום, וואס לכאורה דאס ברענגט דאך א דין כריתות פון אשת אח, פון דעסוועגען וואלט געווען א דין חליצה צוליב וואס די כריתות איז נאר נאך וואס עס איז נישט דא קיין יבום, איז כדי צו האבן א פטור לגמרי סיי פון יבום און סיי פון חליצה און אזוי אויך א דין צרה איז נאר אויב ס'איז דא א דין ערוה פון פאר דעם איז וועגן דעם דארף מען א ספעציעלע אזהרה ארויפצולייגען א דין כריתות אנעם דין א"א. (ובאמת כל זה מבואר בברכת שמואל וכמבואר באריכות בקונ' עלי יוסף)
בדף י. רב אשי אמר לעולם לית ליה לרבי הני כללי "ובפלוגתא קמיירי" וכו' מ"ט לא דייקת מתני' דמתני' רבי יהודה היא דקתני שש עריות חמורות וכו'
פשט איז אז פון די קומענדיגע משנה איז קלאר אז מתני' רבי יהודא, ממילא איז,שוין נישט שייך צו פרעגן פארוואס,שטייט נישט אין די משנה ט"ז עריות.
וצ"ע פון אנהייב זאגט די גמרא בדף ט' אז פארדעם רעכנט ער נישט אויס ט"ז ווייל אנוסת אביו פלוגתא דר"י ורבנן ו"בפלוגתא לא קמיירי", און יעצט ווער איז מכריח אז מתני' רבי יהודה הייסט עס אז בפלוגתא קאמיירי, ער האט דאך באלד פון אנהייב געקענט זאגן מתניצין רבי יהודה היא און פטור אנייסעק?
אגב, מזה שלוי הקשה לרבינו הקדוש על המשנה בל' נסתר ולא בל' נוכח הכריחו האחרונים שהמשניות היו סדורות קודם לרבי, ועי' בהגהות המהרצ"ח מה שכ' בזה.
מיללער האט געשריבן:
בדף י. רב אשי אמר לעולם לית ליה לרבי הני כללי "ובפלוגתא קמיירי" וכו' מ"ט לא דייקת מתני' דמתני' רבי יהודה היא דקתני שש עריות חמורות וכו'
פשט איז אז פון די קומענדיגע משנה איז קלאר אז מתני' רבי יהודא, ממילא איז,שוין נישט שייך צו פרעגן פארוואס,שטייט נישט אין די משנה ט"ז עריות.
וצ"ע פון אנהייב זאגט די גמרא בדף ט' אז פארדעם רעכנט ער נישט אויס ט"ז ווייל אנוסת אביו פלוגתא דר"י ורבנן ו"בפלוגתא לא קמיירי", און יעצט ווער איז מכריח אז מתני' רבי יהודה הייסט עס אז בפלוגתא קאמיירי, ער האט דאך באלד פון אנהייב געקענט זאגן מתניצין רבי יהודה היא און פטור אנייסעק?
תוס' בדף י. ד"ה דקתני שש עריות חמורות מאלו פרעגט די קשיא
די גמ' ברענגט אראפ שיטת ר' שמעון וואס קריגט ביי אשת אחיו שלא היה בעלמו, אז ייבם ולבסוף נולד מותר(לפי המסקנא דאיתותב ר"א) אין די גמ' שפעטער יח: איז מבואר סברת ר' שמעון אז נאר אויב ס'האט חל געווען אויף אים א זיקה מאחיו שמת ואסורה עליו מטעם א"א שלא היה בעלמו בלייבט עס אסור לעולם, משא"כ אויב כשנולד כבר נתייבמה איז דאך שוין נישט דא קיין זיקה איז נישט דא קיין נאסרה אויך נישט, און רש"י דערמאנט עס דא אויך ט: ד"ה בנולד ולבסוף וכו' וכי פליג ר"ש בייבם שמעון וכו' דהתם שרי ר"ש לייבומי דלא נפלה לפניו מכח ראובן אחיו שמת כבר ולא נאסרה עליו כלום שכשנפלה מכח שמעון שהיה בעלמו נפלה עכ"ל. די ביאור צו דעם איז אז עס איז דא א דין שפעטער ל. הרי זו אסורה עליו עולמית הואיל ונאסרה עליו שעה אחת, אמר רב יהודה אמר רב כל יבמב שאין אני קורא בה בשעת נפילה יבמה יבא עליה הרי היא כאשת אח שיש לה בנים ואסורה, דאס הייסט נאר אויב די איסור איז געווען בשעת נפילה/זיקה.
אבער באמת דארט רעדט מען ביי א פאל וואס די איסור איז געווען נאר בשעת נפילה, דהיינו זי איז געווען אחות אשתו, אפי' שפעטער איז זיין ווייב געשטארבען בלייבט אן איסור כיון שנאסרה שעה אחת, לכאורה ביי אאשל"ב פאלט דאך דער איסור קיינמאל נישט אוועק איז וואס איז מיר א נפק"מ צו ס'איז נאסרה בשעת זיקה צו נישט ווי איז די איסור אוועקגעגאנגן, נאר דא קומט צו נאך א נקודה אז ווען דער ערשטער ברודער איז מייבם איז נעשית כאשתו לכל דבר און עס פאלט אוועק די גאנצע אישות פונעם ערשטען, און דאס איז די דין פון ר' יוסי בר חנינא מלמד שמגרשה בגט ומחזירה, וואס דא שטייט אפי' שלא במקום מצוה ווייל מען רעדט דאך שוין נאך ייבום מעג ער חתונה האבן מיט איר, און דאס ווערט דערמאנט אין רש"י שפעטער יח: ד"ה ולא מת בא"ד אבל היכא דייבמה השני פקעה זיקת אח הראשון "ונעשית אשתו של זה השני".
די גמ' יא. פארענטפערט לויט ר"ל די רישא כר"ש החולץ ליבמתו וחזר וקדשה צריכה חליצה מן האחים הילודים, דרוקט רש"י צוויי מאל בד"ה ומתרץ לה ובד"ה הילודים שנולד לאחר שקדשה אחיו החולץ וואס לכאורה קומט ער באווארענען די נקודה וואס מיר האבן פריער אויס געשמועסט אז עס איז שוין געווען אשתו כנ"ל, אבער לכאורה דעם דין שנעשית כאשתו איז דאך נאר ווען ער איז מייבם און דא רעדט מען אז ער האט חולץ גיווען איז ווי שטייט אז דא איז אויך דא די דין פון נעשית כאשתו אז ס'איז פקע די אישות פונעם ערשטען.