שאלה אין שעטנז

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שאלה אין שעטנז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האבן מיר היינט געקריגן א מתנה א linen set בעטגעוואנט, דערינען קומט מיט א קישן, און קוקנדיג אזוי דעם לעבל, האב איך באמערקט אז די אויבערשטער טייל פון דעם קישן איז א שטיק פעל פון א שאף ציזאמען מיט די האר 100% sheepskin און דער אונטערשטער טייל פון דעם קישן איז 100% flax, און עס איז ציזאמענגענייט אלס א קישן ציך, האב איך זיך געכאפט אז דאס איז דאך שעטנז!!, אבער מאידך גיסא טראכט איך נאכדעם, אז שעטנז איז דאך נאר אסור שוע טוווי ונוז, און דאס איז דאך נישט געוועבט נאר א שטיק הויט פעל ציזאמען מיט די וואל דערויף, איז דאס שעטנז האסור אדער נישט??
ווער האט דא א ידיעה דערינען??
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שעטנז. (עט ליעסט ווי לאנג דו הערסט פון א דיין אנדערש).

איך האב נישט קיין קלארקייט איבער די נקודה פון שוע טווי ונוז, צי מען נעמט עס אן בכלל און וויאזוי פונקטליך, אבער למעשה איז דא גענוג און נאך מקומות וואס הייסט שעטנז אנע זיין געוועבט צוזאמען. למשל ציצית אויף א בגד, וכדו'.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מי חכם

ער רעדט פון עור כבש מיט די צמר דערויף, איך מיין אז דאס איז נישט קיין שעטנז
.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מי חכם האט געשריבן: שעטנז. (עט ליעסט ווי לאנג דו הערסט פון א דיין אנדערש).

איך האב נישט קיין קלארקייט איבער די נקודה פון שוע טווי ונוז, צי מען נעמט עס אן בכלל און וויאזוי פונקטליך, אבער למעשה איז דא גענוג און נאך מקומות וואס הייסט שעטנז אנע זיין געוועבט צוזאמען. למשל ציצית אויף א בגד, וכדו'.

וועגן די ראי' פון ציצית קריגט ר"ת אויף רש"י וואס האלט אז ס'דארף זיין שוע טווי ונוז יחדיו און ר"ת האלט עקסטער שוע טוי ונוז נאר דער חיבור איז יחדיו, לויט רש"י איז נוז אריג, און לויט ר"ת מיינט עס שזירה אזוי ווי ציצית.
ס'איז אויך דא א שיטת הר"ש וואס האלט ווי ר"ת אז שוע טוי ונוז איז עקסטער נאר נוז טייטשט ער יא ווי רש"י אריג, און א פערטע שיטה שיטת הרמב"ם אז שוע טוי ונוז מיינט או או וכן פסק המחבר בסי' ש' סעי' א'.
ועיין כאן וכאן ובטוש"ע סי' ש' ש"א. ובש"ך סק"א
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז נישט געוועבט, נישט געשפינט, ניטאמאל געקניפט, בלויז א עור כבש גאנצערהייט!! סאו ציצית קומט נישט דא אריין, ווייל ציצית איז געשפינט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להלכה ולא למעשה:

סי' רצ"ט סעי' א' :

לפיכך עורות הכבשים שעושים מהם מלבושים מותר לתפרן בחוטי פשתן ואין חוששין לנימות של צמר אע״פ [ שנכרכו] בכלל חוט הפשתן שתפרו בו שהרי בטלו במיעוטן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח הרב הישן
עמיר פרעגן א מורה הוראה
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וועלכע מו״ץ פסק׳עט הלכות שעטנ״ז?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יהיה כן האט געשריבן: עס איז נישט געוועבט, נישט געשפינט, ניטאמאל געקניפט, בלויז א עור כבש גאנצערהייט!! סאו ציצית קומט נישט דא אריין, ווייל ציצית איז געשפינט

האסט געקוקט?
ס'דארף נישט זיין שזור, יעדע חיבור וקישור איז א פראבלעם.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

farshlufen האט געשריבן: להלכה ולא למעשה:

סי' רצ"ט סעי' א' :

לפיכך עורות הכבשים שעושים מהם מלבושים מותר לתפרן בחוטי פשתן ואין חוששין לנימות של צמר אע״פ [ שנכרכו] בכלל חוט הפשתן שתפרו בו שהרי בטלו במיעוטן

עורות אן צמר.
יהיה רעדט פון פעל צוזאמען מיט האר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער מקור איז דער רמב"ם .
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שאלתי מורה הוראה ת"ח מובהק ומפורסם שליט"א, והורה לי שלכתחלה אפריד את העור מן הפשתן, כי הדין המוזכר במחובר אינו פשוט כ"כ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און אייך א ישר כח פארן ברענגען סיי די שאלה און סיי די תשובה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכאורה איז עס אסור מדרבנן.
און דער דין פון רמב"ם און מחבר הנ"ל איז נישט דומה צו אונזער פאל, מיט צוויי זאכן, א', דארט רעדט מען פון עור וואס ס'איז געבליבן אביסל נימין של צמר. ב', דארט רעדט נאר אז מנייעט דעם עור אויף א בגד מיט א חוט של פשתן. און די נידון איז אז בשעת מנייעט מיט דעם חוש פשתן ווערט עס אויסגעמישט מיט נימין של צמר שע"ג העור, אויף דעם פסקנ'ט דער רמב"ם אז די נימין ווערן בטל לגבי העור ממילא אז מנייעט פשתן מיט עור איז קיין פראבלעם.
אבער דא רעדט מען פון עור וואס איז מלא שערות של צמר, און מנייעט עס צוזאם מיט א בגד של פשתן, און לכאורה קעמט מען אויס די שערות של צמר וואס איז אויף די עור, און ס'הייסט "שוע", און ס'אסור מדרבנן עכ"פ (ראה בית הלל בשו"ע יו"ד רצ"ט ס"ז, ובמהר"י קורקוס הל' כלאים פ"י ה"ז, ושו"ת רשב"ש סוף סי' ת"ר) און ממילא אז מנייעט צוזאם דעם עור מיט פשתן, אפילו מנייעט עס מיט א חוט של היתר איז עס אסור מדרבנן.

פאר מער זע מלבושי ישע להג"ר יעקב בלויא ז"ל פ"ג הי"ג. ובהערות שם. ובשו"ת עמק התשובה (ח"ג סי' פ"ד).
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דברים של טעם ו'שכל' !
שכוח
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נא_שכל האט געשריבן: לכאורה איז עס אסור מדרבנן.
און דער דין פון רמב"ם און מחבר הנ"ל איז נישט דומה צו אונזער פאל, מיט צוויי זאכן, א', דארט רעדט מען פון עור וואס ס'איז געבליבן אביסל נימין של צמר. ב', דארט רעדט נאר אז מנייעט דעם עור אויף א בגד מיט א חוט של פשתן. און די נידון איז אז בשעת מנייעט מיט דעם חוש פשתן ווערט עס אויסגעמישט מיט נימין של צמר שע"ג העור, אויף דעם פסקנ'ט דער רמב"ם אז די נימין ווערן בטל לגבי העור ממילא אז מנייעט פשתן מיט עור איז קיין פראבלעם.
אבער דא רעדט מען פון עור וואס איז מלא שערות של צמר, און מנייעט עס צוזאם מיט א בגד של פשתן, און לכאורה קעמט מען אויס די שערות של צמר וואס איז אויף די עור, און ס'הייסט "שוע", און ס'אסור מדרבנן עכ"פ (ראה בית הלל בשו"ע יו"ד רצ"ט ס"ז, ובמהר"י קורקוס הל' כלאים פ"י ה"ז, ושו"ת רשב"ש סוף סי' ת"ר) און ממילא אז מנייעט צוזאם דעם עור מיט פשתן, אפילו מנייעט עס מיט א חוט של היתר איז עס אסור מדרבנן.

פאר מער זע מלבושי ישע להג"ר יעקב בלויא ז"ל פ"ג הי"ג. ובהערות שם. ובשו"ת עמק התשובה (ח"ג סי' פ"ד).

איךל האב אביסעלע אריינגעקוקט אין שו"ע, און בפשטות ביזטו גערעכט, עס איז נישט ממש מותר לכתחלה
דעריבער ווינדערט מיר זייער, אז נאכדעם וואס איך האב מעורר געווען דעם נותן דערויף, איז יענער געגאנגען צום סטאר אין ווילי. וועלכער האט דאס פארקויפט, און דער מוכר איז טאקע געווארן ממש אויס-מענטש היתכן ער האט חלילה מכשיל געווען פיל אידן מיט שעטנז, דעריבער האט ער זיך געוואנדן צום שעטנז לאבאראטעריע, וועלכע האבן עם בארואיגט אז עס איז נישט קיין שעטנז ווייל עס איז נישט קיין געוועבטע סחורה, למעשה בינעך בכלל נישט זיכער אז זיי האבן גוט גע'פסק'נט, ווייל 'שוע' אליינס איז בפשטות אסור מדרבנן (דער רמב"ם דארט איז נאר מותר בצירוף אז עס איז א ספק, וספיקא דרבנן לקולא, עיי"ש בבית הלל הנ"ל)
מאידך גיסא, מוז איך ארויס ברענגען שבחו פון דעם מוכר הנ"ל, וועלכער האט טאקע ממש נישט גערוהט, איך בין נתפעל געווארן פון די יראת שמים, ווי עס טוט א יוד וויי א ספק עבירה, מי כעמך ישראל!!
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

הגאון רבי יעקב בלויא זצ"ל פון ירושלים, האט א ספר אויף שעטנז, א לייכטע שפראך כדרכו, ספר "מלבושי ישע" ס'איז דא אין אוצר החכמה.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מענטשאלע האט געשריבן: הגאון רבי יעקב בלויא זצ"ל פון ירושלים, האט א ספר אויף שעטנז, א לייכטע שפראך כדרכו, ספר "מלבושי ישע" ס'איז דא אין אוצר החכמה.


עיין למעלה

נא_שכל האט געשריבן: פאר מער זע מלבושי ישע להג"ר יעקב בלויא ז"ל פ"ג הי"ג. ובהערות שם. ובשו"ת עמק התשובה (ח"ג סי' פ"ד).
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: שאלה אין שעטנז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

ס'דא איינער וואס האט עקספיריענס אין האבן געפרעגט א שאלה איבער Uggs סליפערס, אויב עס איז שעטנז?
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: שאלה אין שעטנז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

רבי יענקב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:21 am
ס'דא איינער וואס האט עקספיריענס אין האבן געפרעגט א שאלה איבער Uggs סליפערס, אויב עס איז שעטנז?
כזה.
20240606_092720.jpg
20240606_092720.jpg (395.5 KiB) געזען 493 מאל
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: שאלה אין שעטנז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

עס זענען דא וואס מען דארף בודק זיין
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”