לינקע פוס, איך בעט אייך ווארט אייער רייע...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

לינקע פוס, איך בעט אייך ווארט אייער רייע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אנגעהויבן האט זיך עס גאנץ נארמאל, האנט גיסט אויס די גלעזל וואסער אויפן שענקל אנשטאט צו דריקן די סנוז קנעפל, פיס אין די נעגל וואסער, באל אויפן קאפ פין זיך אויסגליטשן ביים אויפווישן, גלעזער ציבויגען, איך שלעפ א פוס, איך דערזעה מיך ענדליך אויפן אנדערן זייט טיהר, פארשליס די נומבער שלאס, עפען עס צירוק אויף, נעם מיין פרישטאג וואס איך האב פארגעסן, מאך צירוק צו די טיר

עלעוועיטער קומט צו גיין כ'גיי אריין, טיהר מאכט זיך צו, עפענט זיך צירוק, איך שלעפ אריין מיין ציצות, מאכט זיך צוריק צו, פארגעסן צו דריקן די קנעפל צים ערשטן שטאק, עמיצער א בין לאדען קוועטשט די קנעפל אויפן העכסטן שטאק און די עלעוועיטער קלייבט צו פאלגען יענעמ'ס מעשה ווי איידער מיין ריינע מחשבה, ארויף צים העכסטן שטאק אראפ ביז אונטען אה די פרישע ווינטעל קומט מיר אנטקעגן

אזוי פארזינקען אין מיינע דורכפעלער הער איך א פייף נאכגעפאלגט מיט א קוויטש, איך טרעף מיך שטיין אינמיטן די גאס מיט א קאר קעגן איבער מיר וואס מוטשעט זיך צו קומען צו אן אפשטעל מיך נישט איבער צופארן, און דאן האט זיך עס אנגעהויבן, פאר פחד שטעל איך מיך אפ אינמיטן גאס, מיר ביידע שטייען מיט די אויגן געוואנדען איינער צים אנדערן טיף אין מח צינד זיך אן א רויט לעמפעל, איך קען מיך שווערן אז דער וואס זיצט אונטערן רעדל האט א מיסעל לאנטשער אין זיין טראנק

איך שטיי פארקלאצט זיך אויסמאלענדיג די בילד ווי איך בייג מיך אראפ אויסצימיידען א אנקומענדע מיסל אין דערנאך דריי איך זיך האסטיג אויס צו זעהן די בנין אונטער מיר אויפגיין אין פלאמען, פין אונטערן באוויסטזיין זעה איך ווי די דרייווער -וואס הייבט אן אויסקוקן מער און מער ווי פידעל קאסטראו- ווייזט מיר מיט די הענט מיט אויסטערלישע ביטל ווי זאגענדיג "גיי שוין אריבער די פינסטערע משוגענער"

מיין פחד האט נאך נישט אויסגעוועפט, איך שטיי געפרוירן פאר עטליכע סעקונדן פראבירענדיג צו ברענגען מיינע פיס צו זיך צוציהערן צו מיין געשלאגענע מח, ווי עס קוקט אויס האט ער אויסגעטייטשט מיין ווארטן ווי איך זאג אים צו גיין, ענדליך ווען איך ברענג מיך צו שלעפן מיין לינקע פיס צו נאטירליך גיין פאראויס, הייבט ער אויך אן פארן, און מיר ביידע שטעלן זיך האסטיג אפ וחוזר חלילה

איך גיי ריקסוועגס צים סיידוואלק א באזיגטער, מיין נאז איז אזוי אראפגעלאזט אזש איך קען עס קוים זעהן, די קאר פליט אריבער מיט כעס און איך טראכט צו מיר א רחמנות אויף קובא, מיט אזאלכע פירער ווער דארף שונאים

איך קום אריין אין שול איך גיי גלייך צים קאווע שטיבל, גיס אריין אביסל קאווע בונדליך, עס גיסט זיך צו סאך, איך וויל אביסעל צירוק גיסן און עס בלייב גארנישט, שטייטליך פראביר איך נאכאמאל און עס געלונגט - מער ווייניגער

איך קוק אויף די צוקער מיט אפשיי, שטילערהייט מאכט ער זיך גרייט צו מאכן פין מיר פורים פונקט ווי זיין שוואגער די קאווע בונדליך וואס האט מיך נארוואס צינאר געלייגט, איך מאך מיך אפי נישט וויסענדיג פין אים, איך שפאצירט אים דורך כאילו ער עקזעסטירט נישט בכלל, און איך קען מיך נישט העלפן פין ארויפברענגען א זיגרייכע שמייכל, טאקע אויפן חשבון פין די באזיגטער צוקער

איך דריי מיך ארום צים הייס וואסער קעסל און איך בייג אראפ דעם מעכב, און ערשט דאן איז ווען איך האב מיך געכאפט אז איך האב פארגעסן צו נעמען א קאפ, איך שטיי מיט רויטע געבראטענע הענט ווען האלב צולאזטע קאווע רינט צווישן די פינגערס, א שטילע געלעכטער הערט זיך זיך ארויס פין די צוקער האלטער און איך שפאצירט אוועק אן אנידערגעשלאגענער, וואס זאל איך אייך זאגן... "גארנישט גוט געשעהט נישט נאך וואס די ערשטע קאווע אין טאג פאלט דורך "

הכנות, כ'האב שוין אפגעליינט די אלע נייעס - וואס איך האב שוין געוויסט - פונעם צווייטן זייט בלעטל . די בעק פין די טישו באקס, אקעי, זיי שניידן נישט קיין ביימער פאר די טישוס דעס האב איך שוין אויך געליינט, פין די זייט פין מיין אויג כאפ איך אויף ווי עס ליגט אויף דער ערד די הארטע פאפיר אין וואס די שבתדיגע אשר יצר טישוס קומען איינגעוויקעלט, כ'געב עס א כאפ ווי א הונגעריגער. כ'דריי עס אהער און אהין, קיין איין ווארט? די רשעים האבן נישט געקענט ארויף שרייבן כאטש עטליכע ווערטער?? פין ווי האבן זיי געוויסט אז איך גיי זיין לאנגווייליג אז זיי האבן אויסגערעכנט צו לאזן די פאפיר לער און ליידיג?!

די ביהכ"ס פלאשט, אקעי כאטש עפעס ארבעט ווי געפלאנט. די וואסער קומט ארויף?? איך טרעף מיך שטיין ביים כסא מיט בעטענדע אויגען, כ'פראביר מיך צו איבערצייגן אז די וואסער וועט זיך אוודאי אפשטעלן אבער עס גייט העכער און העכער, אט אט גייט ער פארפלייצען די דרעין לאזע אינסטעטוציע, כ'כאפ הענט און פיס און איך יאג ארויס, איך האב נאך עספיעט צו הערן די געשרייען פין מיינע שכנים, און מיין לעצטע בליק אויף צירוק באגעגענט זיך מיטן ספאנישן ערל וואס זעהט מיך לויפן ווי א קינד אומבאהערשט בשעת די האלוועי ווערט פארוואנדעלט און א צווייג פין די האדסען ריווער

כ'שלעפ מיך צים מקוה איר קענט זיך אליינס פארשטעלן ווי אזוי זאכן האבן זיך דארט אויסגעשפילט, איך וויל נאר זאגן צוויי זאכן, איך בין נישט מוחל דער וואס אויסגעלאשען די שויער ווען עס איז געוועהן אנגעשטעלט ביי - איינס העכער פרירונג גראד - וואסער, און איך בין נישט מקנה דעם בחורל וואס האט זיך צולאכט ווען ער האט געזעהן אז איך האב באמערקט אז די קאפל - וואס שווימט געמיטליך און זינקט צושטאטליך אין בור - איז מיינס

מיין מנין קבוע האב איך פארפאסט נאכן פארברענגען א גוטע צוואנציג מינוט צו זיכן פאר תפילין ווייל מיינס האב איך געלאזט אונדערהיים, הגם איך האב די גאנצע וועג געפילט אז עפעס פארגעס איך אבער איך האב עס תולה געוועהן אין מיין פארגעסן אנציטוען מיין פאסיק און מיין הויזן האט מיך טאקע א גאנצע וועג געסטראשעט אז אט אט לאזט ער נאך

די ערשטע בייטל מיט א באקאנטע נאמען וואס איך האב באמערקט, האט נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויף צו שרייבן אויפן בייטל אז ער איז א געלינקטער, צעהן מינוט האט מיך גענומען צו כאפן וואס דא איז ראנג, פאר א שטיק צייט האב איך גענומען אין באטראכט די מעגליכקייט אז איך האב מיך איבערנאכט אויסגעדרייט דעם קערפער אבער מיין רעכטע 'רויטע אויג' האט מיך פארזיכערט אז נישט דאס איז די קעיס

צים עמוד איז ציגעגאנגען א איד וואס ווי עס קוקט אויס קאכט ער זיך אין מאטי אילעוויטש אין איז געוועהן איבערצייגט אז היינט איז זיין לעצטע טאג, איך נעם א סידור, און כהייב אן שעפשענען, איך פאר ארום אין רינגען פין "והוא רחום" פין "הודו" האב איך גענומען די עקזיט צו סוף "יהי כבוד", און פין ישתבח צוריק צו ברוך שאמר, אבער דאס איז גראדע נישט געוועהן אזוי שלעכט ווייל איך האב נישט געהאט א געלעגענהייט צו זאגן ברוך שאמר ציליב וואס איך האב גענומען אויך די עקזיט פין אשרי פין סוף הודו

זייטס מיר נישט דן, די סידור האט געפעלט היפש אפאר בלעטער און עס האט מיר גענומען ביז סוף דאווענען צו כאפן אז איך ליין פין א קינדערגארטען סידור, הגם איך האב מיך טאקע געווינדער אויף די ווערטער אונטען פין יעדן בלאט "קינדערגארטען ת"ת ד'עסאיזנישטדייןטאג"

איך האב אבער געוועהלט נישט אריין צוטראכטן אין די ווערטער ציליב וואס מיין ציצית איז סייווי געוועהן סטאק אונטער מיין שכן'ס זיץ, און ער האט מיך געוויזן מיט די האנט אז איך זאל אפי' נישט טראכטן פין בעטען , אזוי ארום בין איך סייווי געוועהן אן ארעסטאנט אויפן ארט. יעדע שטיק צייט שענק איך א בעטענדע בליק צים תיקון טישל וואס זעט אויס ווי איך קוק א פעסט פאוערד קליפ, א האר האט געפעלט אז איינער זאל אויך אויפעסן די טישטוך מיטן טיש אינאיינעם

עס גייט א שלאקס רעגן איך שפאציר ארויס פונעם שול מיין שורעם איז אויסגעבויגן אויף ארויף און ווערט שווערער און שווערער פין די ריזן מאס וואסער וואס עס איז מקבל, אבער פין די אנדערע זייט האב איך יעצט א פערעשוט אויב די וועלט זאל זיך ווען יעצט איבערדרייען פיס ארויף, מיין מעיל דינט ווי א המשכה צו מיין שיך, יעדען טראפ גליטשט גראד אריין אין די צווי ספאנדשעס וואס זענען נאך פאר צוויי מינוט צירוק געוועהן שיינע סניקערס

אויפן וועג האב אנגעטראפן פיל פין מיינע אלטע חבירים, איך האב זיי אלע דערקענט אבער דאך בין איך געוועהן איבערצייגט אז זיי דערקענען מיך נישט, די אויגן האבן זיך געטראפן ער קומט מיר אנטקעגן וואס טוע איך דא? איך געב א קליינע שאקל מיטן קאפ צו זיין אויף די זיכערע זייט, אבער נישט צו שטארק אז יענער זאל עס נאך קענען אויסטייטשען ווי א טוויטש

יענער קומט נענטער און נענטער, איך שטיי שוין הארט קעגן איבער אים עס קוקט אויס ווי א קראך איז אפגעזיגעלט, די לעצטע רגע גיי איך אביסל צורעכטס פארשטיי זיך ער טועט די זעלבע, איך פראביר לינקס והנה ער איז דא, אהין און צירוק עטליכע מאל און קראאאך די נעקסטע זאך וואס איך זעה איז מיין היט קראסן די גאס אן מיך, איך גיי עס נישט נאכלויפן! ווייל מיין עקספיריענס האט געוויזן אז אויב לויפט מען עס נאך לויפט עס שנעלער עס איז א ביליגע טרעפ

איך ווארט רואיג, עס שווימט אין א פאדעל, די ברום איז ווי א קליינע וואסער פאל און די היט איז ווי א מענטשליך געמאכט אינזל וואלט איך געהאט א מעקסיקאנער גרויסע היטל וואלט איך געהאט ריעל עסטעיט אבער גיי בוי עפעס אויף א קליינע שטאפענע היט, איך הייב עס אויף עס רינט פין אלע זייטן

איך דערזעה מיך ביי די טיר פין דער ארבעט, פאר די רשעות האט עמיצער אראפ געריסן דאס קליין צעהט'עלע וואס זאגט אויס פאר אנ"ש די קאמבענעישין נומער פין די טיר, איך האב געהאט א חשד אז דאס גייט פאסירן דעריבער האב איך געכאפט א בילד דערפין אויף מיין טעלעפאון אבער די בעטערי איז איצטער אויסגעניצט ווייל דער הינט וואס האט ערפינדען די יו. עס. בי. טשארדשער האט נישט געקענט צולייגען אביסל קאפ אז מען זאל דאס קענען איינפלאגען פין ביידע זייטן

ביז די מינוט בין איך געוועהן איבערצייגט אז די שרויף וואס שטעקט זיך ארויס פין די וואנט איז א געהיימע בעל ארויף צוקלינגען אז מען זאל עפענען די טיר, אבער נאכן פראבירן עס צו קוועטשן בין איך כמעט זיכער אז זיי מאכן נישט אזאלכע שטעכעדיגע באטענס, איך פארליר מיך נישט איך האב א בענדעטש אין מיין בערזעל אבער די באבו איז אויפן שפיץ פינגער איך לייג די בענדעיטש אין די לענג אבער עס שטעקט זיך ארויס ביי די צוויי זייטן

איך נעם עס אראפ מיטן פלאן עס צירוק צו לייגען אזוי פאכמאניש שיעף אבער די קלעיבאכץ'ס האט אויסגעהויעכט איר נשמה, בעיסיקלי האב איך עס דערמארדערט, פין אלע פארמעסיס הערט מען ארויסשרייען בענדעיטש לייווס מעטער און די פארמעסיסטן לויפן אראפ פין די סטעידשעס -וואס זיי שטייען אויף פאר סאם ריזען - צו מאכן ארדענונג, אבער ווילאנג די גאס ווייסט נישט אז איך בין דיר מערדער גייט מיך עס נישט אן בכלל

יו. פי. עס. איז דא מיט א דעליווערי פאר די ביזנעס, איך שטיי אין די זייט א געהאלפענער, ער וועט דארפן האקן ווי א מעשוגענער אז עמיצער זאל עפענען דערנאך וועל איך אריין גיין ווי א מלך! ער קומט צוגיין אנגעטוען מיטן די שמונה בגדים, עס איז קלאר אז זיי טרייבן איבער מיט זייער יוניפורם זיי זענען א דעליווערי קאמפעני נישט סיעל טיעם סיקס… וואס איז פשט פין די מעטשינג היטליך און זעלבע קאליר זאקן אבער ווער בין איך צו דשאדשען, ער שפאצירט גלייך צים טיהר געבט עס א שטיפ און עס עפענט זיך, שנעל לויפט מיר דורך די נעבעכדיג בילד ווי כ'שטיי יעדן טאג ווי ויזתא פארן הענגען און איך קלאפ אריין די נומערן יעדען טאג אין א שלאס וואס איז שוין לאנג אין א טיפע שלאף

ארויף די טרעפ א שטאק נאך א שטאק די שטיגען קרעכצן און פארציילן מיר א מעשה איבער די היסטאריע פין די הויז, ס'האנקערט זיך איין מיין שיך, טועט זיך אויס, פליעט אראפ ביזן ערשטן שטאק, מיין זאקן ווערט אנטפלעקט, כ'כאפ א בליק דערויף, אדער איז עס זייער דורך זיכטיג אדער איז דאס עקסטרעים לעכעריג, יאפ סאיז לעכעריג, די גראבע פינגער פין די פיס שטעקט זיך ארויס און גייט פאראויס ווי צו ווייזן די וועג און איך גיי עס נאך א פארזיגעלטער, אראפ אלע טרעפ ביז אונטען, שטיפ אריין די פיס אין די שיך, די בעק ווערט ציקוועטשט, שטיפ די פיס אויף פאראויס דאן די פערשט אויף ארויף, פאראויס ארויף פאראויס ארויף, ער איז אנגעטוען!

דריי שטילע קלאפעס אויפן טיר צו געבן צייט פאר אלע מיינע קאלאגעס צו אויפהערן רעדן פין מיר און חוזק מאכן אז מיינע אויגען ברעימען זענען לענגער ווי מיין שנאץ (איך האלט זיי און איין זאגן אז עס איז וועגן מיין שנאץ איז זייער קליין אבער צום לאמפ גערעדט), מיט א צובראכן געמיעט זעץ איך מיך אראפ אין אפיס

בטעות האב איך מיך געזעצט מיט אן שיעפע אימפעט און די בענקל האט אנגעהויבן ספינען. צו אלע צרות איז די לעווער - מיט וואס מען קען ריקן די בענקעל ארויף און אראפ - געוועהן סטאק, געבויגן אויף ארויף. מיין בענקל נידערט שטעטליך אראפ און איך גיי אונטער אין פולן זין פין ווארט, בשעת וואס איך דריי מיך ווי א סענטערוויאדש אונטער סטאקסנעס איינפלוס

בלויז מיינע אויגען שטעקן זיך ארויס העכערן טישל גענוג צו קענען מערקן ווי מיין ארויפגעקלעיבטער העיקעלע ציעט ארויף א ווייסע פאן פאר די וועגענדע נאסע היט אין טראסקעט אראפ אין סלאו מאשען ווי זיך צו רייצן מיט מיר, איך שטעל מיך האסטיג אויף אריין קלאפענדיג מיין נאז וועלכע איז ביז יעצט געוועהן אונטער געריקט אונטערן טישל

איך פיל ווי מיין צווייטע בענדעטש לויפט ארום אין מיין בערזעל מיט פרייד און גרייט זיך ארויפצילייגען די נארישע בליק אויף מיין פנים וואס נאר א בענדעדש אויף די נאז קען באווייזן- עס מאכט דיך אויסקוקן שטערבליך מיד און אזוי ווי די זאלסט ווען האלטן אט אט פאר א האטשא א גאנצען טאג

אין האלוועי ליגט אנגעלאנט אויף די וואנט עטליכע צוזאם לייג בענקלעך ווייל מיינע קאלאגעס ארגענעזירן כסדר קומזיצן צו וועלכע איך בין נישט געלאדענט בלויז ווייל כ'האב איינמאל אריין געוואקט און בטעות געטריפט אויף די ווייערס און אויסגעשאלטערט די גאנצע מעשה, שוין איך וועל נעמען א בענקל פין דארט און שטעלן מיין חברה קדישא בענקל אויף דער זייט, טראאך אלע בענקלעך געבן זיך א גליטש אראפ אויף דער ערד און בלייבן ליגן שיעף, איינס ארויף איינס אראפ בלאקירענדיג די דורך גאנג

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אזאלכע הויעכע קולות זענען בכלל א מעגליכקייט, פין אלע אפיסעס שטעקן זיך ארויס דערשראקענע קעפ און איך שטיי אינדערמיט מיט א בלוטיגע נאז טראכטענדיג "ווי איז א ערדציטערניש ווען מען דארף עס?!" א זיבענער אויפן ריכטער וואג וואלט נישט געשאט יעצט, פארוואס האט עס נאר געקענט פאסירן ווען איך בין געשטאנען אונטער די חופה?! דאן זענען די אלע משפחה עסקנים - וואס האלטן אלץ די חופה שטאנגען - אנטלאפן, מיך איבערלאזענדיג שטיין אונטער די שווערער טעפעך פראבירענדיג נישט אויסציוועפן מיין הרהור תשובה

קודם פראביר איך אויפציהייבן צוויי בענקלעך אויף איינמאל אבער די בלוט דרוק איז מיר אזוי ארויף אז מיין פנים האט מיר אויסגעזעהן ווי א רעגן בויגן, איין בענקל אויף אמאל, גליטש כאפ, גליטש כאפ, איך בין שוין צירוק אין אפיס, כ'זיץ אויף א קאלטע צוזאם לייג
בענקל און מיינע פיס דריקן אויף דער ערד כ'זאל מיך נישט אראפגליטשן דערפין

א שנעלע חשבון הנפש ברענגט נישט אויף קיין רעזאלטאטן , איך הייב אן שפירן א זאטקייט, גענוג איז גענוג! איך שטעל מיך אויף מיט א פויסט און איך געב א זעץ אין טיש! אלעס איז שווארץ, איך וואקעל מיך ארום נישט צו פארלירן דעם באלאנס, זייט ווען זענען טישן אזוי הארט?! דאס האנט הייבט זיך אן אויפבלאזען אבער גארנישט וועט מיך נישט אפשטעלן יעצט, איך בין זאט ביז ארויף, עס קומט מיר טרערן פין די אויערן

כ'געב א כאפ מיין געשעדיגטע הענט און איך לויף אהיים, גענדיגט, אלעס האט א שיעור! איך לויף גלייך צים פרידשעדער אויף איר הענגט פראמענירט די נייע לוח וואס איך נעכטן געקויפט, כ'האב געצאלט דערפאר א הון תועפות ווייל יענער האט מיך אזוי שיין מסביר געוועהן אז יעדע טאג האט אן עקסטערע בלאט וואס מען קען ארויסרייסן, איך האב מיך דאן געווינדערט פארוואס דאס איז נייטאג, אבער היינט פארשטיי איך שוין צו גוט

כ'נעם דעם ארויסגעריסענעם בלאט איך שלעפ ארויס א צינדערל פין טאש (איך האב עס נאר ווייל איך האב געוואלט לערנען א לעקציע פאר מיין חבר אז א צינדערל בארגט מען נישט!) , אנגעצינדען, עס ברענט ווי דער טייוול, איך נעם א שנעלע ריקוד ארום דעם קאך טישל צו פייערן דעם מאמענט באלד איז נישטא קיין זכר פין דעם פארשאלטענעם טאג, אוטש! אה! אקעי די פייער איז שוין צו נאנט צים האנט , אריין אין גארביטש און פטור אן עסק

א רואיגע געמיט איז אויף מיר אויסגעשפרייט כ'גיי ארויס אין בעק יארד נעם אפיר דער "זירא גראוועטי" בענקל , אנגעלאנט , א מחיה, מנוחה, עפעס איז זייער רויט, די זון איז נישט צים געפינען אבער די פלאץ איז ליכטיג עס שיינט ווי א מצה אויבן, מצה אויבן, מצה אויבן, יאאאאאאש!!, כ'האב פארגעסן אויסצולעשן דעם שטיקל פאפיר פארן אריין טראסקען אין די נעפקין פילע מיסט קאסטן

כ'בין שוין עמיוענט כ'בלייב ווייטער ליגען מיטן פנים אוועקגעדרייט, איך דריי מיך ניטאמאל אויס צו קוקן ווי מיין גאנצע הויז, האב און גוטס, גייט אויף אין פייערדיגע פלאמען איך ליג ווייטער כאילו עס איז מיין שונא'ס הויז, מיין שכן'ס דער שונא אנושי וואס טועט מיר כסדר טובות צו האבן נאך געלעגענהייטן מיך צו דערטרונקען אין "עדידיטוט" אז איך ניץ אים אויס

איך הער די פייפערייען פין די אנקומעדע פייערלעשער איך ליג דארט ווי אין א חלום די קולות ווערן העכער, עפעס שטימט נישט, די קולות זענען זייער פארהאסט כ'עקל מיך דערפין איך רעג מיך דערויף, וואס ליגט אונטער די פארהאסטע קולות?

עס איז מיין וועקער זייגער! אהה.. כ'שטיי אויף א דורך געווייקטער, די שווייס טראפט פין די דאך, אקעי יענץ איז א ליעק אבער איך בין אויך נאס, די ליפן טרייסלן מיר, איך פראביר מיך צו נעמען אונטער קאנטראל, עס איז בלויז געוועהן א בייזע חלום, גארנישט האט נישט פאסירט, בלויז א ביייייזע חלום, איך שטרעק אויס מיין ציטערדיגע הענט צו קוועטשן פארזיכטיג דעם סנוז קנעפעל, אפפס איך גיס אויס די גלעזל וואסער אויפן שענקל

אקעי, איך פארליר מיך נישט, עס איז בלויז א צופאל, אזאלכע זאכן קענען געשעהן, איך טרעט אראפ פין בעט, כ'שטיי מיט איין פיס אין די אייז קאלטע נעגל וואסער שיסל , דעטס איט! איך בין אין פולשטענדיגע פאניק מאוד, די הענט און פיס ציטערן, איך קען שפירן ווי מיין בארד ארגענעזירט א פייערדיגע קבלת פנים פאר א טוץ נייע ווייסע הארעליך וואס קומען אריין מיט א גאלאפ, איך האב נישט די מוט צו אטעמען

מיינע מחשבות פראבירן אויפציכאפן מיט מיין בלוט דרוק ווען פליצלונג כאפ איך מיך ביים קאפ, יעצט איז נישט די צייט צו פעניענען! איך ברויך זאפארט מאכן פייער אינשורענס!!

און דאס מיינע פריינט, איז ווי אזוי איך בין געווארן אן עושר.…
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז שוין גענדיגט?!

יו איז דאס גוט געווען
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

אנבעליוועבל... איך וויין פון געלעכטער...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע:אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

אנגעפאנגען ליינען
אנגעהויבן לאכן
געזען סאיז צו סאך פאר מיינע נח לרצות'דיגע מילצן צו ליינען אויפאמאל
ארויסגעפרינט
שכח!
לעצט פארראכטן דורך קיטשי אום דינסטאג יולי 19, 2016 4:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איין מאל די קאפי געלונג נישט קען בענדעידזש לייוו׳ס מעטטערס אנגרייטן ריזיגע פראטעסטען... וואס??? אה עס איז נאר א חלום..... אוי האט דאס מיר געהאלטן געשפאנט.... שכוח ברירה איך זע אז דו קענסט
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

רבונו דיונה!! נאר געליינט האלב... איך קען נישט ממשיך זיין... איך זיץ דא און לאך ווי א וואנזיניגער... שוין נישט געלאכט אזוי זייט כ'האב געזען דיין קאפל שווימען אין מקוה...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אין מילים! איך ראטשקע זיך פאר געלעכטער עס רינט מיר טרערן פון די אויערן מאין הפוגות. שוין לאנג נישט געהאט אזאנס.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

רח"ל וואס דער האט געטון מיט מיר!! אקסעדזשין פליז! אזאנס צאמגעלאכט דא...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחחחחח

ככככככככככככככ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נאופס. נישטא קיין ברירה, איך מוז זאגן, אז עס איז גוט איז עס גוט
א געשפעט האב איך
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ריבוינע שלעוילם דיונה, ווי נעמט מען אזא שפראך.. איך האב אזוינס צוזאם געלאכט מיינע קאלעגעס וואנדערן זיך וואס עס גייט פאר מיט מיר..
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחחח!! וואס האב איך פון סתם איבערשרייבען אלע אויפגעשוידערטע תגובות פון אויסגע'לאכט'ע חברה?

אבער הא הכך רעך לא יגונה... כ'מוז זאגן אז כ'האב אזאנס געלאכט, אז נאר! (נאר מיט א קמץ א).

וויאזוי זאגט יענער: "יש ברירה", חייבים להמשיך! (תיקון קוראים: חייכים להמשיך...)

טענקס 'יעשי'! כ'האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ליינענדיג אנ'ארטיקל! גרעיט דשאב!!
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווען משוגא וואלט געמאכט קליין...

יש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יש ברירה?יש! יש!

טענקס
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'מיין כ'דארף א נייע אפיס בענקעל, אלעס אין אפיס האט מיטגעלאכט מיט מיר אפילו מיין ערקאנדישאן יוניט האט געשפריצט וואסער אויפן סקרין

יישר כח!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

נארוואס געניצט דאס ערשטע מאל די 'מארק אנריעד' קנעפל...
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט!
;l;p-
לאמיר עס נאכאמאל ליינען. ס'ליגט ארבעט דא.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

וגם אני בחלומי געלאכט און זיך געוואקעלט,
יישר כח יש
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

שוין לאאאנג נישט אזוי געלאכט...

און איך האב לכאורה פארפאסט אנדערע ארטיקלען פון אונזער פוה"א, איז דאס זיין סטייל אלס? וואו איז יושר אז מ'פארציילט דאס נישט ברבים?

קיפ איט אפ.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

מיין ציגרעטל בין איך דיר נישט מוחל, האסט מיר עס חרוב געמאכט, איך מיין עס אמת'דיג, יעדע מאל כ'האב אריינגעצויגען, א פרישע אויספלאץ..

פיין הנאה געהאט, א ריזן ישר כח.
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע:אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

ניין ניייייין דער איז בכלל נישט נארמאל!!!! געקאטשעט פאר געלעכטער !!!-:c:h;1@
יש ברירה קייפ אןן!!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7201
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

הפלא ולעפעלע

איך האף נאר אז דיין אינשורענס בראקער האט מיטגע׳חלום׳ט מיט דיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ידיד האט געשריבן: רבונו דיונה!! נאר געליינט האלב... איך קען נישט ממשיך זיין... איך זיץ דא און לאך ווי א וואנזיניגער... שוין נישט געלאכט אזוי זייט כ'האב געזען דיין קאפל שווימען אין מקוה...
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נישט געהאט קיין ברירה און געלאכט אויפן קול

א דאנק, זייער שטארק הנאה געהאט!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW WOW WOW
אזא גוטע ליין (READ) שוין זייער לאנג נישט געהאט
געליינט און געוואקלט, געליינט און געקייכט, און אלעס פאר געלעכטער

יש יש!!

(א דאנק פארן שרייבן אזא זאפטיגס ארויס-פון-די-בלוי, איך האב עטליכע מאל געקוקט צי דו פראוועסט נישט עפעס א פרישע שר אלפים, אבער ניין, עס איז דיר בייגעפאלן א גוטס, און האסט גענומען די מיה דאס אפצושרייבן. א דאנק!)
ארעלע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעלע »

איז דעיס גיט געווען!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”