פון אלץ און אלעמען

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

פון אלץ און אלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דא אין דעם אשכול האף איך מיטן הילף פון באשעפער צו שרייבן א יעדע שטיק צייט אן אינטרעסאנטע ארטיקל אדער באריכט, וואס וועט גיין טראפלעך טראפלעך א תגובה יעצט א תגובה באלד, בקיצור אן קיין פרעשער פאר מיר און אן קיין פרעשער פאר דעם ציבור. (א בחינה וויאזוי קלינטאן'ס אימעילס קומען ארויס...)

אנטישילדיג פאר די ספעלינג, איך בין נישט צו גוט אין דעם.

היינט וועלן מיר זיך נעמען איבער דעם שרעקעדיגער לאנד ''צפון קאריע'' א ביסטריעזער ווארט וואס דעקט אויף ווילדע מאדנע געפילן ביי יעדע רעכט דענקיגער מאן, פון די שווארצע באריכטן וואס ליקן ארויס דורך די שפאלטענעס פון דעם פארשלייערטע לאנד.

די פירער פון צפון קאריע איז וואו באקאנט דער אינגער טראטשאק ''קים יאנג אן'' א נידריג קליינער גראבער מיט היפש טשאבי בעקעלעך, ער איז לויט וואו מ'ווייסט די דיקסטע פערזאן אין צפון קאריע, א פארצעף האט אויך גאנץ א מאדנע טאקע נישט אזוי משונה'גיד וואו זיין פאטער ''קים יאנג איל'' -- וואס האט אויסגעזען ענדערש וואו עפעס אן אנדערע באשעפעניש -- אבער גאנץ גאנץ פאני, ווען ער איז געבוירן איז אויך א מיסטעריע אזוי וואו אלעס און יענע לאנד, וואו מ'שאצט איז ער געבוירן אדער אין יאר 1934 אדער אין יאר 1933, אויב איז ער בכלל געבוירן געווארן, ער פירט זיך ענדערש אויף וואו א ש'ד

זיין פאטער האט עם געשטעלט אלץ פירער כאטש ער איז געווען פון די יונגערע קינדער, אבער צוליב וועלכע סיבה האט עם די פאטער געזען אלץ די ריכטיגע בהמה צו קענען פירן דאס לאנד, און טאקע אין יאר 2011 איז דער אכזר און רצח קים יאנג איל געשטראבן און זיין בורטאלער זין האט איבער גענימען די אמט.

דו וועלט האט געמיינט אז דא גייט זיין עפעס ריכטונגען צו די מערב וועלט וויבאלד ער האט שטראדירט אין שווייץ און מ'האט געמיינט אז ס'האט זיך אנגעקלעבט אין עם עפעס פון די מערב וועלט, אבער נישט לאנג האט גענימען אז די וועלט זאל איינזען אז מ'האנדעלט דא מיט א ריכטיגער דיקטאטאר אויסגעשטאט מיט אלע גרויליגע נאטורן וואס א דיקטאטאר דארף האבן און נאך א שמיץ אריבער אויך,

ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פון זיין פאטער ''קים יאנג איל'' (אגב, פון וואו דעי חברה ברענגען אפיר די מאדנע נעמען איז אויך א מיסטעריע) איז די גאנצע הויפט שטאט פארוואנדעלט געווארן און איין ריזיגער טייך פון טרערן וואס איז געמאנט געווארן דורך די רעגירונג, מיליאנען מענטשן זענען באפוילן געווארן צו ארויס קומען אין די גאסן פון פיאנגיענג און זענען געווען געצווינגען צו שטיין מיטן קאפ איינגעבויגן פאר עטליכע שעה צו ווייזן רעספעקט פאר זייער פירער.

אין די מעין סקוווער אין פיאנגיענג האבן זיך געהערט אזאנע קולות אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי די בורטאלער זיידע פונעם היינטיגער פירער ''קים איל סאנג'' האט געקענט פארוואנדלען אזוי פיל מענטשן און בלויזע שטיקער פלייש וואס ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, זיי זענען אין די הענט פון עטליכע מענטשן וואס קענען טאן מיט זיי וואס ס'געפעלט זיי נאר, אזוי איז די צערעמאניע אנגעגאנגען פאר עטליכע שעה מיט יאמערליכער געוויינערייען, און די וואס האבן זיך נישט געקענט ברענגען צו לאזן קיין טרער האבן כאטש זיך געמאכט ווייל זיי האבן געוויסט אז אדער וויינער אדער טויט, אדער זיין איינגעבויגן וואו א רעגן בויגן פאר טעליכע שעה אדער ליגן ליגן שיין אויסגעגראד אין דער ערד.

ווייטער, איך ווייס אויך נישט ווען, קען זיין באלד קען זיין מארגן. אבער ס'וועט מיטן אויבערשטענס הילף ווערן געאפדעיט זייער זייער אפט און וואו פארשטענדליך וועלן מיר ווייטער גיין מיט דעם ארטיקל.
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שכוח אמביציע פארן שרייבן, בלייבב נישט שטיין, לאז נישט דעם עולם סטאק און חוזק נאך די ערשטע....
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער,
אויף אזוי ווייט האט מען דעם עולם דארט דערקיטשעט ביי די באגרעבעניש צערעמאניע אז די אטאריטעטן האבן זיך גענימען פאברעצירן געשעענישן וואס האבן פאסירט נאכדעם וואס קים יאנג איל איז געשטארבן, וואו די אפעציעלער מידיא קוועלער האבן געוויסט צו פארציילן אז ערגעץ וואו אינעם לאנד האבן איינוואונער געזען וואו א פאמיליע פון בערן האבן זיך אפגעשטעלט וואו נאר ס'איז אנגעקימען די ביטערע נייעס אז די פירער איז געשטארבן און אלע די טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער בערעלעך האבן זיך גענימען וויינען איבער דעם שרעקליכען טראגעדיע וואס האט זיי באטראפן מיטן פארלירן זייער גרויסער פירער.

אויך האבן די מידיא קוועלער דערציילט איבער דעם וואס ריזיגע גרופע'ס פייגלען האבן זיך פארזאמעלט איבער א סטאטוע פון דעם געשטארבענעם פירער און האבן געשריגן און געשריגן און געשריגן פאר צער (איך מיין אז זיי שרייען נאך).

און די באשטימטער צייט האבן זיך מיליאנען מענטשן פארזאמעלט איבער די גאסן פון פיאנגיענג, ס'האט נישט געהאלפן גארנישט אלע האבן געדארפט ערשיינען צום צערעמאניע כאטש ס'איז געווען א שרעקליכער פרעסט דאן און ס'האט זיך אראפגעלאזט אן געדעכטער שניי, דאס איז געווען גאנץ א קליינער דאגה פאר די בורטאלער רעגירונג, זיי גייט נישט אן די לעבן פון פאלק זיי גייט אן בלויז איין זאך, געטריי צום פירער, איי ס'איז זיכער אז עלטערע מענטשן גייען אויסגיין פון די שרעקליכע פרעסטן און ס'איז זיכער אז טויזינטער גייען אהיים גיין מיט שרעקליכער ריקן וויי נאכן שטיין אזוי לאנג איינגעבויגן, אה דאס איז זיי אנגעגאנגען וואו די פאריעריגער שניי...

ווייטער וועט נאכפאלגן.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

איבער די גאנצער לאנד האבן זיך די איינוואונער צוזאמגענימען און אינאיינעם געיאמערט נאך דעם געטרייער פירער, ענדליך נאכן שטיין און ווארטן אז די קאר וואס פירט דעם פירער'ס קערפער זאל אנקימען איז עס ערשינען ווען צו דער זייט פון די קאר גייט די היינטיגע פירער קום יאנג אן און פון אינטער עם גייט זיין פעטער די מאן פון זיין טאטע'ס שוועסטער גייט פון אינטער עם, אגב, אט די פעטער איז געווען דער וואס האט זיכער געמאכט אז די מאכט גייט אריבער צום אינגען פירער און האט איבערצייגט די אלט געזעסענע גענעראלן אז ער איז די זאך און ער גייט זיין די נעקסטע פירער, און וואס האט ער געאטן פאר דעם גיטער פעטער מיינט איר?! געהארגעט, מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך עפעס געדאכט פאר קים יאנג אן אז דעי פעטער קרימט מיט די נאז אדער איז עם נישט געפאלן א פרעקל וואס זיין פעטער האט געהאט אינטער זיין אויגן....

די בילדער וואס זענען ארויסגעקימען פון צפון קאריע אין יענע טעג האבן אויפגעשאקט די וועלט וואו ווייט ס'גייט די בלינדע ליבשאפט וואס ס'איז דא ביי די באפעלקערונג צו די פירער, און מיר דארפן דא ארויס ברענגען אז רוב פון די לאנד זענען טאקע פארגלייבט אין זייער פירער און גלייבן נעבעך אז אן די פירער וואלטן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן, די רעגירונג מאכט אזא גיטער ארבעט צו וואשן די מוחות דארט אז זיי האבן פארוואנדעלט רוב פון די לאנד אלץ בלויזע ראובאטן, אויך ווייסן די נארט קאריע איינוואונער נישט עפעס אנדערש וואס מ'זאגט זיי, זיי מיינען אז זיי זענען די שטערקסטע לאנד אז זיי זענען די רייכסטע לאנד אז זיי האבן די מערסטע עסן פון די גאנצע וועלט, און אז די מערב וועלט זענען ראטן און די פארעם פון מענטשן...

ווייטער וועט נאכפאלגן
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
איבער די מח וואשונגען וואס מיר האבן אנגערירט אין די פריעדיגע תגובה וועלן מיר ב''ה שרייבן מער אריין אין די ארטיקל.

מ'האט געמאלדן די טויט פון דעם פירער עטליכע טעג דערנאך וואס ס'האט פאסירט, און וואו מ'פארשטייט איז דאס געווען צוליב דעם וואס די הויכע אויפן שטייסל האבן געקלערט וויאזוי מ'זאל דאס הענדלען אין לאנד און וויאזוי מ'זאל דאס איבערגעבן פאר די באפעלקערונג אז ס'זאל האבן די שטערקסטע אימנאציאלער אפעקט,

די מידיא האט אינאנצן נישט געמאלדן אז די פירער איז געשטארבן נאר אז זיין הארץ האט אויפגעהערט צו קלאפן... און אז דער פירער איז אייביג מיט די פאלק...ע''ל. דאס איז וואס די צפון קאריער איינוואונער ווייסן שוין פון יארן פריער נעמליך אז זייער פירער לעבט און איז אייביג מיט זיי, די נאציאנאלער זינגערייען און הימנע'ס רעדן אלע וויאזוי די פירער ''קים איל סאנג'' לעבט און באשיצט זיי, ע''ל.. די קערפער פון דעם אלטן פירער דער גרינדער פון די היינטיגע צפון קאריע ליגט שוין אופגעדעקט זינט 1994 ווען ער איז געשטארבן און מ'האט עם אפילו נישט באגראבן נאר מ'האט פראזעווירט זיין קערפער און דאס אריין געלייגט אין א גלאזענעם באקס וואו ס'ליגט שוין דארט פאר צענליגער יארן, און יעדער קען קומען עס זען (פארשטייט זיך נאר וועם די רעגירונג לאזט)

ווייטער וועט נאכפאלגן
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערות און קאמענטארן ביטע נאר שרייבן דא , נישט צו שטערן די המשך פון די מעשה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
יעצט ווען דו פירער קים יאנג איל איז געשטארבן האט מען עם געלייגט אויף דעם זעלבער וועג נעבן זיין טאטע, אוי איז דאס א גיטער וויץ, ס'ליגען דארט צוויי אפגעריסענע פארשוינען וואס האבן מיליאנען לעבן'ס אויף זייער הענט און ליגן דארט מיט אזא בזיון ווען די ארטיגע מענטשן מיינען גאר אז ס'איז א כבוד אזוי צו ליגן דארט.

די רעגירונג האט דערקעלערט אן 11 טאג טרויער וואו מ'גייט קלאגן אויף דעם פירער, ס'איז נישט צום פארשטיין ממש נישט צום גלייבן, ווען איינער פארלירט ח''ו א נאנטער וויינט מען זיך אויס און מ'זיכט צו מאכן ריאיגער די געוויסן, אבער דארט אין צפון קאריע איז עס געווען א פארקערטער עסק, ס'איז געווארן א מח שווענקעריי אז מ'דארף קלאגן ווילאנג ס'גייט און ווילאנג מ'קען, סיי מיט טעראר און סיי מיט פראפעגאנדע מיטלען, און לאמיר נאכאמאל זאגן אז רוב פון די באפעלקערונג גלייבט נעבעך טאקע די אלע נארישקייטן און זיי זענען טאקע ממש צודרייט געווארן פאר צער נאך די פירער איז געשטארבן, און וואו געזאגט אנשטאט די פירער'ס פון לאנד זאלן באראיגען די באפעלקערונג אדער כאטש פראבירן, נאר ענדערש האבן זיי געפייניגט די טרויעריגע באפעלקערונג אז זיי זאלן זיך נאך בייגן די קעפ פאר לאנגע שעות און די שווערע קעלטן, ס'איז זיי נישט געניג געווען אז די באפעלקערונג איז צעשאקעלט פון די פירע'ס טויט אליין, זיי האבן געוואלט נאך מער פארווייטאגן די פאלק.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

נאכן מעלדן פאר דעם אלגעמיינער פאלק אז זייער פירער איז געשטארבן האט א שווארצע וואלקן זיך אראפ געלאזט איבער צפון קאריע, נישט נאר אין די הופטשטאט נאר וואו אימער ס'איז אנגעקימען די נייעס האבן זיך מענטשן געריסן די האר פון קאפ, און דאס איז נישט קיין איבערשאצונג ס'איז דא קלארע בילדער דערפין, מענטשן וויסן נישט וואס צו טאן מיט זיך פאר ווייטאג.

בקיצור וואו געשריבן פריער איז דער אינגער טראטשאק קים יאנג אן געגאנגען פאראויס ממש אינדערזייט פון די קאר וואו זיין פאטער איז געלעגן א טויטער און פון אינטער איז געגאנגען זיין פעטער און מאכט ברענגער, דערנאך זענען געגאנגען די גענעראלן און אנדערע וויכטיגע לייט פון די רעגירונג לויט די סדר פון זייערע שטעלע'ס (אגב, צענליגער פון די הויכע באאמטע וואס האבן דאן געשפאנט פון אינטערן פירער זענען שוין פון לאנד א שטיק ערד און שימלען און זייערע קברים ווען דער אינג וועם זיי האבן געברענגט צו די מאכט זיצט און פרעסט פיצא מיט פאלאפעלס, און פארוואס זענען זיי מער נישט דא? ווייל פארן פירער האט א גלעזל שנאפס זיך צעבונטעוועט אין בויך און ער האט און זיין שוכרות זיי געשיקט צום טויט, וואס דאס איז א פאקט וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך די אינטערנאציאנאלער מידיא אז פילע פון זיינע קרבנות זענען געקימען ווען ער איז געווען אינטערן איינפלוס).

אויף אלע גאסן האבן געשפילט טרויעריגע פארכמארעטע מוזיק וואס האט נאך מער אראפ געברענגט די געמוט, די טויט קאריוואן האט זיך געצויגן היפש לאנג ווען איינער פון די קארס וואס זענען געפארן פאר דעם קאר וואס האט געפירט דעם פירער'ס קערפער האט אויפן דאך פארמאגט א ריזיגער בילד פון דעם פירער דערנאך איז געפארן אן אוטא וואס האט געהאט אויפן דאך א ריזיגער בלימען געביידע (א רחמנות אויף דעי בלימען, אידן וואלטן זיך געקענט מחיה זיין דערמיט לכבוד דעם הייליגן שבת...). דערנאך איז געפארן עטליכע מיליטערישער טראקס אנגעפאקט מיט באוואפענטע זעלנער (וואס ס'זיכן ביי א באגרעבעניש צערעמאניע באוואפענטע זעלנער איז א גרעסערע מיסטעריע וואו די מלעזיער ערליין פליגער...) און אינדערמיט פון די מיליטערישער קאריוואן איז געפארן די קאר וואס אויפן דאך איז געלעגן דער פגר און אויך ארום עם איז געווען באצירט מיט הערליכער בלימען, וואו נאר די פארזאמעלטע האבן געזען די קאריוואן האבן זיי נאך מער ארויף געשרויפט די טענער און זיך געריסן און געשריגן, ''וויאזוי קענסטו אינז איבער לאזן??'' וויאזוי וועלן מיר זיך באגיין אן דיר??'' און זיי האבן עס נעבעך געגלייבט מיט אן אמת, מענטשן האבן געחאלישט פון צער דו עולם האט זיך געווארפן אויף די ערד און נישט געוויסט וואס צו טאן...

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה

איך וויל נאר קלאר שטעלן אז די באשרייבונגען דא וועלן נישט זיין געצילט אויף די וועג פון די שפראך נאר אויף די אינטערעסאנטקייט פון די ארטיקל, און וויאזוי איך פיל עס ארויס צו ברענגען און יענע מינוט וואס איך שרייב עס.

אויך וויל איך געבן א שכח פאר די אלע חיזיק געבער'ס ס'איז א גרויסער שטיפ אויף ווייטער.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
אזוי איז די באגרעבעניש צערעמאניע געגאנגען ווייטער אויף די זעלבע שטייגער וואס מיר האבן שוין געשריבן פריער, געוויינט אין געקוויטשעט, זיך געראולט אויף די ערד און געשריגן פאר צער, געשריגן וויאזוי מ'קען זיך באגיין פון דא אין ווייטער,

שוין דער פגר ליגט שוין דארט נעבן זיין טאטע אריינגעפאקט אין א גלאז, אין א הערליכער בנין וואס איז באצירט מיט שטיקער גאלד פון אלע זייטן, דארט ליגט ער דער אכזר און שטיפט זיין טויטע קאריער פאר די קימענדיגע יארן ביז די דעניעסטע וועט צוזאם פאלן און מ'וועט האבן וואס ארום צו שלעפן און די גאסן אזוי וואו מ'האט געטאן צו דעם צאר אין רוסלאנד...

דער קליין געוויקסענער פירער האט זיך ארויף געזעצט אויפן טאטע'ס שטיל און נישט אנטוישט זיין פאטער אין גלאז, דער האט זיך גענימען מיט אן אויסרייניגונג. אין אמעריקע האט מען געקיקט קיין צפון קאריע מיט האפענונג'ס בליקן אז דער נייער פירער וואס האט באקימען א מערב וועלט בילדונג אין שווייץ, אבער נאך עטליכע וואכן האט די וועלט איינגעזען אז דער גראבער איז א פיל גרעסערע אכזר פון זיין הייך.

ווייטער וועט נאכפאלגן
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
איך וויל נאך צולייגן איין זאך, אז ביי די צערעמאניע זענען אויך געווען מייסטערהאפטיגע מארטשן וואו די פארטרערטע זעלנער האבן געדארפט מארשירן אויפן טאקט וואס דאס פאר זיך איז אן אויסערגעווענליכער רשעות אבער און א צייט וואס די מח געשווענקענער סאלדאטן קענען נישט צוזיך קימען פאר צער הייסט מען זיי נאך מארשן, דאס איז שוין א חד בדרא אין רשעות.

לאמיר אביסל אריבער גיין צו די טעגליכער צפון קאריע פון וואס מיר ווייסן, אינז מערב וועלט איינוואונער ווייסן איין זאך ''צפון קאריע'' מיינט באליסטישע מיסל'ס (אגב מיט דריי טעג צוריק האבן זיי נאכאמעל ארויס געיאגט עטליכע באליסטישע מיסעל'ס), אטאם באמבע'ס, סטראשערייען פון דעם פירער קים יונג אן, אבער וואס מיר שטעלן זיך נישט אפ טראכטן איז פון די צפון קאריער איינוואונער, מיר קלערן נישט פון די שרעקליכער ליידן וואס די ארטיגע באפעלקערונג גייט אריבער בעת וואס דער פירער זיצט אויף גאלדענע בענקלעך און עסט געבראטענע קאטשקע. בעת וואס זיין פאלק האט קוים רייז אין מויל צו נעמען זיצט ער און שווענדעט געלט אריין אין זיין צוריקגעשטאנענער מיליטער. בעת וואס זיין פאלק שטארבט פון שוואכע נערונג זיצט ער און בעדשינג אדער און זיין רעזידענץ אין פיאנגיענג און נעמט איין די בעסטע מעדעצינען וואס זאלן עם פארגלעטן עפעס א פיצי שניט אויף די האנט, חס ושלום אז די פירער זאל האבן עפעס ווייטאג, דאס קומט נישט און באטראכט, בעת וואס זיין באפעלקערונג האט א באשטימטער צייט וואס זיי מיזן איבער לאזן זייערע בעטן ליגט זיך דער פירער אויף זיין ריזן באקוועמער געלעגער און פופט זיך אריין ווען א יעדער שטיק צייט לאזט ער ריפן זיין באדינער און בעפעלט עם צו שיסן יענעם אדער יענעם...

ווייטער וועט נאכפאלגן
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
אין צפון קאריע זענען די בירגער וואו בלויזע חפצים. ס'איז בלויז ערלויבט עטליכע וועגן וויאזוי מ'מעג שניידן די האר, די עולם ווערט אויפגעוועקט דורך ריזיגע ספיקער'ס וואס באמבערן אוועק א יעדער צופרי און דערמאנט דעם ציבור אז א פרישער טאג איז אנגעקימען, (גלייבט מיר אז זיי ווילן נישט אז ס'זאל קומען א פרישער טאג) רוב צפון קאריע איינוואונער זענען קיינמאל נישט ארויס פון זייערע דערפלעך אדער שטעט צוליב דעם וואס זיי זענען נישט ערלויבט ארויס צו גיין אן די אפעציעלער צושטימונג פון די אינסטאנצן און זיי לאזן קיינעם נישט פארלאזן זייערע היים פלעצער נישט נאר זיך נישט אוועקציען צו אן אנדערע שטאט נאר אפילו נאר צו גיין באזיכן א קרוב אין א צווייטער דערפל איז ממש נישט שייך,

אויף די גאסן פון צפון קאריע זענען פאראן טויזינטער סטאטוע'ס פון דעם גרויסער פירער וואו מ'מיז ריפן דארט דעם זיידע קים איל סאנג און פון דעם שטארקער פירער וואו מ'ריפט דעם טאטן קים יונג איל, (דער היינטיגער פירער ריפט מען ''טייערער פירער'') ווען אימער מ'גייט פארביי אזא סטאטוע דארף מען נויגן אויף אראפ אויס רעספעקט פאר די פירער'ס ביי יעדער אזא סטאטוע שטייען עטליכע וועכטער און אינפארסירן דעם געזעץ פון זיך פארנויגן און אך און וויי פאר דער וואס פאלגט דאס נישט אויס.

אויך האבן אלע צפון קאריע איינוואונער צוויי בילדער וואס זיי מיזן אויפהענגען ביי זיך אינדערהיים וואס דאס טיילט די רעגירונג, דאס איז א בילד פון די צוויי פארשטארבענע פירער'ס קים איל סאנג און קים יונג איל, אויך דאס ווער זייער שטרענג אינפארסירט, א יעדער פאמיליע באקימט די צוויי בילדער און מיט דעם קומט מיט א ספעציעלער שמאטע וואס מעג נאר געניצט ווערן פאר דעם צוועק אפציפיצן די צוויי בילדער אז קיין שטויב זאל זיך אויף דעם נישט געפינען, גאר אפט קענען איספעקטאר'ס אריין קומען און הייזער אן קיין שום פריעדיגע מעלדונג און זיי מאכן א פעסטער אינספעקשן אויב די בילדער זענען געניג זאובער, און אויב כאפט מען איינעם וואס פיצט נישט אפ די בילדער אדער כאפט מען אז ס'איז פארשטויבט קען דאס יענעם קאסטן די לעבן, ס'איז ווייט ניטש קיינע גוזמאות...נעבעך די הארץ גייט אויס פאר די ארטיגע נעבעכדיגע באפעלקערונג.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
אין צפון קאריע איז שטרענג פארבאטן צו ליינער אדער לערנען רעליגיע, אויב כאפט מען איינעם ליינען רעליגיעזע ביכער יאגט מען יענעם אריין א קול אין קאפ (אדער א מיסל...) בכלל איז דארט אסור צו ליינען און טאן עפעס אויב ס'האט נישט די צושטימונג פון די רעגירונג,

און צפון קאריע איז דא אזא זאך וואו ''ביז דריי דורות ווערן באשטראפט'' צו איז דאס א לעגעטימער פארברעך צו איז דאס אז ס'איז עפעס נישט געפאלן פארן פירער אזוי וואו פריער דערמאנט, קען זיין אז פארן פירער איז נישט געפאלן וויאזוי יענעם'ס נאז לויפט אדער אז יענער האט צו דיקע אויגן ברעמען, נישט קיין חיליק וואס אויב פארן פירער האט אנגעכאפט אז יענער דארף מער נישט זיין אויף די פריי קומען מיט מיט עם ביז דריי דורות, דאס מיינט טאטע זין און אייניקל, און מיינטס נישט אז די איבריגע פאמיליע לעקט האניג אלעס ארום וואו קאזינעס נעפיאס פעטער'ס מימע'ס אלע ווערן פארדעכטיגטע פערזאנען און מ'צאפט זיי די בליט און פילע מאל טערפן זיי זיך שפעטער אויך און לאגער, אדער אויפן הענג שטעקל ווען טויזניטער מענטשן ארום און נאנטע פאמילע מיטגלידער זענען געצווינגען צו זינגען פרייליכער געזאנג בעת וואס זייערע נאנטע שטיקט זיך אויפן תליה.

איך וויל נאר זאגן אז אלעס וואס דא ווערט געשריבן איז באשטעטיגט געווארן דורך די מערב וועלט לעדנער.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
אויב האט איר נישט געוויסט וועל איך אייך דערציילן, צפון קאריע האט אן ערליין וואס אפערירט בלויז פון טשיינע קיין צפון קאריע, וויפיל פליגער זיי האבן האב איך נישט קיין השגה אבער איך גלייב אז נישט מער פון איינס צוויי ווייל פארוואס דארף מען א פליגער אויב קיינער פארט נישט ארויס און זייער ווייניג קומען אריין,

טוריסטן וואס גייען קיין צפון קאריע פארן קודם קיין בעדזשינג טשיינע וואס דארטן אדער נאך אינדערהיים דארפן זיי נעמען לעקציע'ס וויאזוי זיך אויפציפירן אין צפון קאריע אז זיי זאלן נישט ארעסטירט אדער דערשאסן ווערן,

דאס אז די טוריסטן דארפן נעמען לעקציע'ס קומט נישט פון די צפון קאריער רעגיגונג נאר פון די מערב וועלט לענדער און פון א יעדער טרעוולער עקספארט, דאס איז וועס זיי הייסן טאן פאר מ'פארט אהין, ס'איז פינקט די זעלבע וואו א קליין קינד וואס מ'דארף לערנער וויאזוי זיך צו פירן די זעלבע איז דא מ'דארף לערנער די אויסלענדישע וואס יא און וואס נישט, ווען מ'דארף זיך איינבייגן די קאפ און ווען מ'דארף זינגען א לידל פערן פירער, וואס מ'מעג יא פרעגן און וואס מ'דארף פרעגן,

ס'איז אזוי מאדנע אז ס'כאפט א סקרוך אין אלע ביינער וויאזוי מענטשן האבן נישט מורה צו אהין פארן פאר טוריזם, מ'שטעלט זיך ממש איין די לעבן אדער די פרייהייט, (מיט בערך א יאר צוריק האבן זיי פאראורטיילט אן אמעריקאנער טוריסט צו 15 יאר אין ארבעט לאגער צוליב דעם וואס יענער האט אריין געשלייכט אין טאש אריין א פראפעגאנדע פאפיר וואס איז געווען ביי יעדעם'ס פלאץ אין אן ארטיגע האטעל (אגב די האטעל איז די איינציגסטע וואו אויסלענדישע טוריסטן קענען גיין און איז פלאצירט אויף אן אינזל אויף א טייך אין די הויפט שטאט פיאנגיענג, דאס איז אויך וואו מ'ווייסט די איינציגסטע האטעל און גאנץ צפון קאריע, חוץ די אנדערע שלאף הייזער וואס זענען אויסגעשפרייט איבער די פלעצער וואו די אינסטאנצן פירן ארום און לאנד די טוריסטן צו זען זייערע פראפעגאנדע אטראקציע'ס) צוליב דעם קליינעם פארברעך האט מען עם אריינגעשליידערט אין א שווערער ארבעט'ס לאגער וואס זייער ווייניג קומען ארויס פון די ארטיגע לאגערן א לעבעדיגער, אדער שטארבט מען פון הינגער אדער קעלט אדער קרענק, אדער פיינוגט מען אויס ביז מ'קען עס מער נישט דערהייבן, אדער שיסט מען יענעם אויף טויט פאר סיי וועלכע סיבה..

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
צו פארשטיין עטוואס וואס מיינט אז פון קליין ווייז אן באקט מען זיי שוין אריין אין קאפ אז די פירער'ס זענען אפגעטער און אז אן זיי קען מען זיך נישט באגיין איז אנטרעסאנט נוכציברענגען אן אינטרעסאנטע ספעקטאקל וואס האט זיך אפגעשפילט דארט מיט עטילכע יאר צוריק,

געווען איז דאס ווען א דאקטער איז געגאנגען קיין צפון קאריע אויפן פארלאנג פון די צפון קאריער רעגירונג'ס פירער, עפעס א שלאבערישער תירוץ פארוואס זיי ווילן דוקה יענע דאקטער, געווען איז דאס אן אויגן ספעצעליבט דאקטער און ער איז געקימען קיין צפון קאריע,

וואו פארשטענדליך האט ער גלייך אנגעהויבן פרעגן לעגעטימע פראגע'ס וואס ער האט געדארפט וויסן אנבאלאנג זיין מיסיע דארט אונעם לאנד אבער ער האט זך געטראפן און א טאפ הייס וואסער ווען קיינער האט עם נישט געגעבן קיין נארמאלער ענטפער'ס,

די גרויסהאלטערישע צפון קעריער באאמעטע האבן עם געפירט צו א שפיטאל און פיאנגיענג אז ער זאל זען די גרויסע רייכטומען און די גאר גוטע העלט קער וואס די רעגירונג שטעלט צו און וואספארא גוטע דוקטורים זיי פארמאגן, דער דאקטער פארציילט אז ער האט דארט נישט געזען קיין איין פאציענט ממש גארנישט, אלעס איז געווען עם צו פארדרייען א קאפ און פאר בלויזע פראפעגאנדע און וואו פארשטענדליך האט צפון קאריע מיט געלאזט מיט דעם דאקטער א ריפארטער פון די מערב וועלט אזוי אז זיי זאלן קענען קאפאטעלרן מיט דעם דאקטער און עם ניצן אלץ א פראפעגאנדע געצייג פאר די וועלט אז צפון קאריע איז א פארגעשריטן און פרייער לאנד,

אבער וואו ס'זעט אויס זענען די ארטיגע פירער אזאנע צעקוועטשטע חברה אז זיי מיינען אז די גאנצע מערב וועלט האט נישט קיין שכל און וועט נישט פארשטיין די סעטואציע, בקיצור זיי האבן ארום געפירט דעם דאקטער איבערן שפיטאל און שטרענג מאנווערט דעם קעמערע מאן וועלכע שטויב ער מעג יא אפכאפן און וועלכע נישט, וועלכע זייט פון די וואנט ער קען פאטגראפירן און וועלכע זייט ער טאר נישט אפילו אהין בליקן,

דער דאקטער האט געזאגט אז ער וויל גיין זען עטליכע פאציענטן האבן זיי עם אריינגעפירט צו עטליכע קינדער וואס לויט וואו די דאקטער זאגט האבן די קינדער נישט אויסגעזען פאר עם צו זין עפעס אנדערש וואו די איבריגע צפון קאריער איינוואונער (כאטש וואס רוב ארטיגע איינוואונער זען אויס גאר שוואך און האלב קראנק זענען אט די צוויי געווען אונעם זעלבער צושטאנד וואו אלע איינוואונער וואס מיינט א קראנקע און די מערב וועלט האבן זיי אבער נישט געזען ביי די קינדער עפעס וואס זאל צייגן מער געזינט פראבלעמען וואו אלע איינוואנער'ס דארט) ווען ער האט געוואלט אריינגיין און די אפטיילונג וואו מ'האלט די ערוואקסענע און גאר קראנקע פאצינעטן האט מען עם געזאגט אז דאס איז קעגן די רולס פון לאנד אריינצולאזן א נישט איינגעשטעלטער אונעם שפיטאל דארט אריינצוגיין,

דער דאקטער דערציילט אז אונעם גאנצן שפיטאל האט ער ממש נישט געזען קיינע דאקטורים, נאר עטליכע מענטשן מיט ווייסע חלאטלעך וואס שטיפן בעטן אן קיין שום ציל, נאר צו וויזן פאר די אויסלענדישע אז ס'איז דאר א פינקציאנירענדע שפיטאל און אויך ווען ער האט אריין געבליקט און די אפטיילונגען וואו מ'האט עם נישט אריינגעלאזט האט ער דארט גארנישט געזען וואס זאל אנדייטן אז דארט איז א קריטישער אפטיילונג פון די שפיטאל, און דער איז א דאקטער און ווייסט וויאזוי אזאנע פלעצער דארפן צו אויסזען.

ווייטער וועגן דעם דאקטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דאנערשטאג פרשת שופטים
ווייטער פון פריער
דארט און צפון קאריע מאכט זיך גאנץ אפט אז איינער ווערט ל''ע בלינד צוליב דעם וואס זיי באקומען נישט די ריכטיגע נערונג אדער וויכטיגע מעדיקל הילף, און אין דעם פעלד האט זיך דעי דאקטער פון וואס אינז רעד מיר ספעצעלעזירט,
ס'איז דא שפטעלער און צפון קאריע וואס טוריסטן האבן באהאלטערנערהייט אפגעכאפט וואו מ'זעט אז די אייווי בעג איז אן אפגעניצטע באטל טרינקען אדער אן אנדערע זאך וואס איז אמאל געניצט געווארן פאר עפעס אנדערש און יעצט ניצט מען עס פאר די נעבעכדיגע פאציענטן,

אפילו דאס וואס זיי האבן שוין יא קענען זיי פילע מאל איבער ניצן, וואו נאדלען אדער אנדערע גאר טויטפולער זאכן וואס קענען אנטשיידן דעם פאציענט'ס לעבן, איי וועט איר פרעגן וואס די מענטשן דארט טראכטן, זיי טראכטן נישט, זיי ווייסן נישט אז ס'איז דא בעסער'ס, זיי מיינען אז אויסער צפון קאריע איז דאס אויך נישט דא, וועט איר פרעגן וואס די דאקטוירים דארט טראכטן וועל איך אייך זאגן, די דאקטוירים זענען די זעלבע געוואשן און געבאקען וואו די איבריגע באפעלקערונג, זיי גייען נישט קיין אמעריקע אדער ענגלאנד שטאדירן, זיי גייען נישט אריבער די גאר וויכטיגע בעסיק'ס וואס א דאקטער דארף אריבער גיין און זיכער נישט די וויסענשאפט וואס איז קריטיש וויכטיג אז א דאקטער זאל און אכט נעמען, און אויך נישט יעדער קען ווערן א דאקטער נאר די גאר עליטע וואס זענען גאר גאר גאר (נישטא געניג ''גאר'ס'' ארויס צו ברענגען די פאקט) געטריי און לויעל צו די רעגירונג און קיינער ארום און ארום איז נישט געווען קיין פאררעטער קיינמאל (פאררעטער לויט די צפון קאריע סטאנדארטן),

בכלל קען מער דארט גארנישט באקימען אדער אנקימען צו עפעס, א קאר דארט איז ממש אזוי וואו א פריוואטער ערעפלאן דא, דאס איז נישט קיין וויץ, דארט איז מען נישט ערלויבט צו האבן קיין קארס חוץ פון די פאר עליטע פון וואס זענען געווענליך קאנצעטרירט אין פיאנגיענג.

אויב איינער האט שוין יא די פריוועליגע צו גיין ווערן א דאקטער (שוחט...) פארט מען אראפ צו די הויפטשטאט פיאנגיענג און דארט זענען דא די גאר פארגעשריטענע קאלידזשעס פון צפון קאריע...

ווייטער וועגן דעם דאקטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אגב דאס איז נישט מיין ציל מיט דעם אשכול אבער אז מ'רעד פון צפון קאריע קען מען נישט ארויסלאזן די נייעס וואס קומט אריין אז וואס מ'האט געמיינט אז ס'איז אן ערדציטערניש מיט בערך א שעה און א האלב צוריק שטעלט זיך ארויס גאנץ מעגליך צו זיין א נוקלער טעסט וואס דער קליינע דיקע פירער האט געלאזט אדורך פירן אוועקנעמענדיג דאס ביסל ברויט פון זיינע בירגער (ליין חפצים) און אריין שמייסן די ביסל געלט און זיינע ספארט'ס אינטערהאלטונגען..
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
דאנערשטאג פרשת שופטים
צוריק צום דאקטער, וואס מיר האבן פארגעסן צו שרייבן איז אז דער פאטאגראפירער פון דעם דאקטער איז אפיציעל נישט געווען פון קיין נייעס סטאנציע אזוי האבן די צפון קאריע באאמטע געמיינט אבער און ריכטיגן פארב איז דאס געווען א באהאלטענער ריפארטער פון סי ען ען און וואס ער האט אויפגעכאפט אינטערן טיש אפילו זאכן וואס די חברה דארט האבן נישט געלאזט פאטאגראפירן, וואס דאס מיינט ממש גארנישט, נאר און די שיינע פרויזדער פון דעם שפיטאל און דעץ איט,

אבער דער פאטאגראפירער האט אין געהיים אפגעכאפט וויאזוי ס'זען אויס די ריכטיגע שפטעלער און לאנד און עטוואס וויאזוי די טעגליכער צוגאנג אין לאנד גייט צו, די דאקטער האט געוויסט אז ער דארף זיך מיט ברענגען זיין אייגענע סופליי פעקל ווייל וואו געזאגט איז דאס קוים דא אין צפון קאריע, איי וואס וועט ער זאגן פאר די באאמטע פארוואס ער ברענגט מיט די אייגענע און ער טראסט זיי נישט, דאס איז א שרעקליכער פארברעכן און ס'קען עם נאך קאסטן די לעבן, האט דער דאקטער וואס איז געווען אזא איינער וואס פארט ארום איבער די וועלט צו טאן יאמעניטערישע הילף פאר אימזיסט און ער טראגט שטענדיג זיין אייגן פעקל געצייג מיט זיך, אזוי האט ער על כל פנים געדארפט זאגן פאר די ארטיגע אינסטאנצן,

אן אינטרעסאנטע זאך האט דער דאקטער פארציילט וואס ער האט געזען דארט איז אז און געוויסע שפעטעלר האט ער געזען היפש פארגעשיטענע מאשינען וואו עקסירעי מאשינען און נאך אזאנע גרויסע געצייגן אבער ווען ער האט געקיקט אויף דעם האט ער געזען אז דאס איז געמאכט געווארן אין אמעריקע אדער אין אנדערע מערב וועלט לענדער, זענדיג דאס האט ער זיך אנגעריפן אזוי נישט כאפענדיג ''דאס איז פון אמעריקע'' די באאמטע דארט זענען געווארן גאנץ באליידיגט און די דאקטער האט שנעל געמיזט אוועק דרייען דעם שמיס נישט צו פארטאכלעווען זיין לעבן און א לאנד וואו זיין געביין וועט אפילו נישט אנקומען צו קיין באגרעבעניש,

אבער זאגט ער אז ס'זענען טאקע דא עטליכע מאשינען וואס די אמעריקאנער אדער אנדערע ארגענעזאציע'ס האבן אהין געשיקט כדי צו ארויסהעלפן די געפלאגטע צפון קאריע איינוואונער אבער די חברה דארט האבן נישט קיין השגה וויאזוי דאס פינקציאנירט און ס'שטייט דארט וואו א שטיק מעביל נאך איבער געדעקט מיט די פלעסטיק, וואו אויך טויג די אלע מאשינען א מכה ווען מ'האט נישט רוב פון די קריטישע געצייגן אין רוב לאנד וויאזוי צו באהאנדלען שטערבליכע קרענק און אפילו נישט נאר שרעקליכער קרענק נאר אפילו א סטרעפט וואס קען זיך אריינגלינטען אין א טויטליכער פאזע, שוין אפגערעד וואס די דאקטוירים דארט ווייסן בטעות אויך נישט וואס טוט זיך מיט זיי,

מ'ניצט אלטע פארזשאוועטע קוקער'ס צו מאכן אפעראציע'ס און מאדנע געצייגן פארן ארום און די קערפער פון דעם קראנקן באת וואס איבער עם שטייען עטליכע שיסטער'ס און קריבלען ארום דארט אין די געדערים און שפילן דאקטעריי... ממש דאס איז די סטענע דארט, ס'איז א שרעק...

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
דער דאקטער האט צוזאמגענימען אריבער טויזענט פאצינעטן וואס טייל פון זיי זענען געווען בלינד שוין פאר צענליגער יארן, געוויסע אויף איין אויג און געוויסע אויף ביידע אויגן,

ער האט אויף זיי אלע אדורך געפירט אפעראציע'ס און נאכדעם וואס ער איז שוין געווען זיכער איז אויב זיינע פראקטעצירונגען זענען אדורך וואו ס'דארף צו זיין איז שוין צייט אויפציקניפן די אויגן צודעק פון די אלע פאציענטן,

ער האט אדורך געפירט זיינע אפעראציע'ס אין א פראוועזארישער שפיטאל אין איינער פון די שטעט לאנד און א שמיציג פינקציאנירענדע שפיטאל אבער וואס האט ער געקענט טאן דאס איז געווען וואס ער האט געהאט, ביינאכט איז די קיין לעקטער נישט געווען נאר איבער די פראפעגאנדע בילדער וואס האבן געהאנגען אין די גאסן, קיין גרויס מעשינערי האט ער נישט געהאט, אבער דער דאקטער איז געווען היפש אפטעמיסטיש אז פילע פון זיינע פאציענטן וועלן קענען זען און וועלן עם דערפאר שטארק דאנקבאר זיין,

ס'איז געקימען די טאג וואס מ'האט געזאלט אראפ נעמען די אויגן צודעק פון די קראנקע, מ'האט זיי אלע אריין געפירט און איין גרויסער צימער אויף די פארלאנג פון די ארטיגע אינסטאנצן, מ'האט אלע אוועק געזעצט אויף רייעס בענק וואו כאילו ס'איז דא א דעי קעמפ און מ'גייט אויסטיילן מדריכים פאר דעם עולם, אבער וואס די חשבון איז געווען איז זייער פשוט, אויף די וואנט קעגן איבער איז געהאנגען צוויי בילדער איינס פינעם גרויסען פירער קים איל סאנג און איינס פונעם שטארקער פירער קים יאנג איל,

די בילדער זענען סייווי געהאנגען דארט ווייל דאס איז דאך אזוי און גאנץ צפון קאריע אבער די באאמטע האבן געוואלט אז וואו נאר מ'נעמט אראפ די שמאטע פון די בלינדע מענטשן זאלן זיי שוין זען די גרויסע פירער און ווייזן פאר די דאקטוירים וואו שטארק זיי האבן ליב זייער פירער וואס זיי האבן שוין נישט געהאט די געלעגענהייט צו זען א בילד פון עם פאר לאנגע יארן. (אגב רוב צפון קאריע איינוואוינער זען נישט זייער פירער דורך אויס זייער לעבן נאר אויף די בילדער)

ס'איז געקימען די פארכטיגע מינוט מ'האט אנגעהויבן אראפ נעמען די באדאזשן פון די אויגן זייערע, ''אוי טייערער פירער נאר דו נאר דו האסט געקענט דאס טאן, מיר זענען דיר אזוי דאנקבאר'' אזוי און ענליכער ווערטער זענען געווען די ערשטע רעאקציע פון דעם ערשטען געהיילטער דערנאך וואס מ'האט פון זיינע אויגן אראפ גענימען די צודעק,

דער דאקטער איז געשטאנען אינדערזייט און נישט געגלייבט וואס ער זעט, ס'איז געווען וואו ער זאל נישט עגזעסטירן אדער אז ער איז פשוט געווען דא א טעכנישער חלק פון דעם גאנצן פרעצעדור און אז די גרויסע פירער האבן פאקטיש זיי אויסגעהיילט.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה, אנטישילדיג פארן שטיין בלייבן ביי אזא געשפאנטער שטיקל...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער
די פאציענט איז געלאפן צו וואנט וואו ס'איז געהאנגן די צוויי בילדער און זיך געווארפן צו דער ערד מיט יאמערליכער קולות שרייענדיג לויב ווערטער צו די גרויסע פירער וואס האבן עם אויסגעהיילט ע''ל,

ער האט אפילו נישט ארום געקיקט אויפן עולם נאר איז דארט געשטאנען פארגאפט און געפלעפט איבער די צוויי בילדער און גערעד צו זיי און געבריקעט מיט די הענט און פיס פאר גרויס רעספעקט פאר די פירער, די יאמערליכער וויינערייען האבן אנגעהויבן זיין קעטשי די גאנצער עולם דארט האט זיך גענימען שרייען מיט דאקט ווערטער צום בילד וואו גרויס און מעכטיג די פירער זענען, אלע האבן מיט געוויינט מיט דעם נארוואס זעעדיג געווארענע מאן וואס האט זיך ארומגעוואלגערט וואו א פאריקטער נעבעך ארום די בילדער, נעבעך זיי זענען דאך ווייט פון שילדיג דאס איז וואס מ'האט זיי אויסגעלערענט און דאס איז וואס זיי ווייסן,

דערנאך איז מען געגאנגען ווייטער, די קומעדיגע אין די רייע איז געווען א פרוי וואס יענעם'ס פאטער איז איר געשטאנען צו די זייט, ווען די דאקטער האט אויפגעוויקעלט אירע אויגן צודעק האט מען איר געפרעגט די זעסט דיין טאטע האט זי געזאגט יא, אבער די געטרייער טאטע האט נישט געוואלט לאזן זיין טאכטער אליינס אויפן וואסער אן די גרויסע פירער, נאך פאר ער האט עפעס געזאגט און נאך פאר ער האט ארום גענימען זיין טאכטער האט ער איר געזאגט וואס פארא העלדישע פירער זיי האבן און וואו מ'דארף זיי דאנקען אז זיי האבן איר אויסגעהיילט ע''ל,

''שכח גרויסע פירער'' האבן זיי צוזאמען אויסגעריפן פון גרויס גערירטקייט, ''שכח גרויסער פירער'' ''קום לאמיר גיין זאגן שכח פאר אינזער פירער און זיי זענען ביידע געגאנגען פאר די צוויי בילדער און געוויינט און געשריגן, שכח גרויסער פירער שכח גרויסער פירער אינזער גרויסער דשענירעל קום יונג איל'' און ביידע האבן זיך אראפגעבויגן וואו א רעגנבויגן אויסריספעקט פאר די גרויסע פירער'ס און ווידעראמאל מיט שרעקליכער געוויינערייען ''שכח גרויסער פירער שכח שטארקע גענעראל קים יאנג איל מיר געדענקען אייביג ווער דו ביסט''

נעבעך נעבעך,

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דינסטאג כי תצא
ווייטער פון פריער
דארנאך האט דער דאקטער אראפ גענימען די אויגן באנדאדש פון א פרוי אין די דרייסיגער יארן, ווען די געשרייען פון ''גרויסער פירער'' הילכען נאך אפ אונעם גאנצן זאל פון אלע פארזאמעלטע וואס גראטאלירן דעם פירער נאך פארן פריעדיגער פאציענט,

וואו נאר דער דאקטער האט אראפ גענימען די שמאטע פון איר אויגן און זי האט געכאפט איר ערשטע בליק אויף דער וועלט (אויף צפון קאריע) און יארן האט זי גארנישט אנדערש געזען אדער געטראכט נאר צו דאנקען און לויבן דעם גרויסער פירער און דעם שטארקער פירער, זי איז מיט עקסטאז און יאמערליכער געוויינערייען צו געלאפן צו די בילדער און אויסגעשריגן ''גרויסער טייערער פירער איך וועל פון היינט און ווייטער ארבעטען נאך שווערער דיר צו ברענגען פרייד און גליק, שכח גרויסער פירער'ס'' ווען קוויטשערייען און וויינערייען פילן אן דעם ראסטיגער זאל, אלע האבן מיט איר מיטגעשריגן און מיטגעוויינט, געביקט און זיך פארנויגט פארן בילד און געבענטשט דעם פירער.

דערנאך איז געקומען אן אלטער באבישקע וואס האט שוין פאר לאנגע יארן נישט געקענט זען און האט נישט געקענט זען די בילדער פון די גרויסע פירער'ס,

וווען מ'האט פון איר אראפ גענימען די שמאטע פון אויגן האט זי זיך ערשט ארום געקוקט און ווען זי האט באמערקט די בילדער אויפן וואנט --וואס די באאמטע האבן זעכער געמאכט אז ס'נעמט נישט מער וואו עטליכע סקאונדע'ס ביז דאס געשעט-- איז זי ממש בלאס געווארן פון עקסטאז,

אן דעם וואס קיינער זאל איר אינטערהאלטן איז די אלטער פרוי ארויפגעלאפן די פלאטפארמע וואס איז געשטאנען אינטער די בילדער און האט מיט זאודיגע טרערן זיך פארנויגט און זיך נאכאמאל פארנויגט און ווידעראמאל אזוי איז זי געשטאנען דארט פאר עטליכע מינוט און זיך געביקט און געביקט צו די בילדער, ווען זי האט זיך געקענט כאפן עטוואס די אטעם האט זיך רירענד אויסגעריפן רעדענדיג צו די בילדער, ''וואו גוט זענט איר גרויסע פירער, וואו שיין זענט איר צו האלטן אן אלטער פרוי אזוי וואו מיר אין אייער ארעמ'ס, שכח שכח'' און ווידער א קנייטש איין און דרייען לכבוד די גרויסע פירער.

ס'איז זיך נישט פארצישטעלן וואס ס'מיינט ליידן, איך וועל ברענגען א ווארט וואס האט געזאגט להבדיל הרה''ק מסאטמאר זי''ע אז מ'זאל קענען עטוואס פארשטיין וואס די צפון קאריער בירגער גייען אריבער טאג טעגליך,

דער סאטמערער רב האט אמאל געזאגט פארוואס זענען מענטשן נישט מער בצער אויף דעם אז דער משיח איז נאך נישט געקומען, האט ער געזאגט אז מענטשן ווייסן נישט וואס מיינט גוט זיי מיינען אז וואס זיי האבן אדער דאס וואס זיי האבן געהאט איז דאס וואס עס דארף זיין און דאס איז פיינע צייטן אבער ווען משיח וועט קומען וועט מען זען וואס מיינט גוטע צייטן,

להבדיל קען מען זאגן עטוואס אזוי איבער די איינוואוינער פון צפון קאריע זיי מיינען נעבעך אז זיי זענען אונעם געשמאקסטער אטמאספער וואס ס'איז נאר דא אין די וועלט זיי מיינען נעבעך אז קיינער האט נישט די גרויסע פריוועליגיע'ס וואס זיי האבן און זיי האבן נאך רחמנות אויף די רעשט וועלט וואס האבן נישט אזאנע גוטע צייטן, די רעשט פון די וועלט האבן נישט די פריוועליגיע פון בלייבן לעבן אויב מ'האט נישט קיין פרעקלעך אויף די נאז די רעשט פון די וועלט האט נישט די פריוואליגיע אז זייער פירער זאל זיי אויסהיילן און מאכן אויס בלינד...

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אמביציע האט געשריבן: דער סאטמערער רב האט אמאל געזאגט פארוואס זענען מענטשן נישט מער בצער אויף דעם אז דער משיח איז נאך נישט געקומען, האט ער געזאגט אז מענטשן ווייסן נישט וואס מיינט גוט זיי מיינען אז וואס זיי האבן אדער דאס וואס זיי האבן געהאט איז דאס וואס עס דארף זיין און דאס איז פיינע צייטן אבער ווען משיח וועט קומען וועט מען זען וואס מיינט גוטע צייטן,

א גרויסע שכוח איך האב זייער הנאה צו ליינען דיינע ארטיקלען, נאר א קליינע הערה,
פראבעבלי איז געווען אז איינער האט געזאגט אז רבי [ר' יודא הנשיא] האט געזאגט [אין מס' נדרים מייין איך] אז ווען ירמיה הנביא קלאגט נשיתי טובה, מיינט ער צוזאגן אז אונז ווייסן מיר שוין בכלל נישט וואס עס פעלט, נשיתי וואס עס מיינט בכללל טובה, און ווער עס האט עס געהערט האט געטראכט זיכער מיינט עס די רבי ז"ל אבער עס קומט פון ר' יודא הנשיא
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

שכח פארן אויפמערקזאם מאכן, אויב מ'קען ביטע שרייבן אין די ספעציעילער אשכול פאר הערות אויף ''אלץ און אלעמען'' אזוי אז מ'זאל נישט צומישט ווערן דא..

שכח הצלחה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דינסטאג פרשת כי תצא
ווייטער פון פריער
אין צפון קאריע קען די רעגרונג איינטיילן פאר די בירגער וואס זיי באגערט. אין צענטער פון די הויפט שטאט פיאנגיענג שטייט א ריזיגער געביידע וואס איז פון אינעווייניג אינגאנצן רוי און פון אינדראוסן זעט עס אויס זעט עס אויס וואו א ווייס איך וואס, וואו עפעס א פרימאוד פון עגיפטן אדער וואו א ראקעט וואס גרייט זיך ארויף צו פליען אין די ספערן, אדער גאר וואו א בארג עינדליך צו בארג עווירעסט,

בקוצר דער גרויסער חכם און שוטה הזקן הנפלה ''קום איל סאנג'' (זיין נאמען הערט זיך וואו עפעס א שטילער שלאפעדיגע טעראר גרופע...) זיך בארעכענט אז די וועלט דארף זען וואס דאס מיינט קאמעניזים, די וועלט דארף אנערקענען אז ער איז גערעכט און אז די קאמעניסטישער שיטה איז די בעסטע אין דער וועלט.

ער האט געלאזט צוזאם רופן זיינע בעסטע ארכיטעקטן פון איבערן לאנד און וואו אויך האט ער געצווינגען טויזנטער ארבעטער זיך ארויף צו שיירן דאס ארבעל און זיך נעמען צו די עבודה,
ער האט זיך בארעכענט אז מיט דעם וואס ער גייט אויפבויען א ריזן סטראקטער וואס זאל זיך אנזען פון נאנט און ווייט וועט עס עם געבן עפעס לעגעטימיטעט אויפן וואלטס ארענע,

דער ראולי פאולי (פונקט וואו די היינטיגע פירער איז ער געווען א קליינער באלי און זיך געראולט וואו א בעסקיט באל ראולט זיך אראפ די שאסיי...) האט מיט גרויס עקספערטיז דיזיינט מיט זיינע גרויסע דיזיינער'ס א הערליכער געביידע וואס זאל זיך אנזען מיילן ווייט, ער איז אנגעקומען צו א גאר נאבעלער שעיפ פון א מורה'דיגע מורה'דיגע ראקעט, (וואו איך פארשטיי האט ער געוואלט אז ס'זאל אויסזען וואו די ערשטע ראקעט וואס איז ארויף צום ספעיס...) און אין איינוועגס זאל עס שוין אויך רעפרעזענטירן די עגיפטישער פרימאודן...

ער האט געזאגט זיינע ארבייטער א צייט וואס די געביידע מיז זיין פארטיק, איר פרעגט אויב ער האט באצאלט?! איך גלייב נישט ווייל וואו מ'ווייסט זענען פילע וואס האבן געבויט די געביידע דערשאסן געווארן גלייך נאכן ענדיגן זייער דזשאב, און וואו אויך ווייסן נישט די צפון קאריע איינוואונער נישט וואס ס'מיינט באצאלן ווייל ס'איז דאך קאמעניזים.

מ'האט געארבעט מיט פליייס זיך אינטערזינגענדיג שיינע לידלער וואו פיין און גרויס די פירער איז, ספיקער'ס האבן געקנאקט אין קאפ אריין פראפאגאנדע לידער אזוי וואו ס'איז איינגעפירט איבער גאנץ צפון קאריע וואו אין די גאסן זענען דא ריזיגע ספיקער'ס און דענעווירן די איינוואונער דארט פון צופרי ביז ביינאכט..

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מיטוואך תצא
ווייטער פון פריער

און יארע 1987 האט צפון קאריע געמאלדן מיט גרויס פאמפע פאר די וועלט אז זיי גייען אויפשטעלן די העכסטע האטעל איבער די וועלט און וואו זיי האבן געזאגט וועט די געביידע זיין אויך גאר שיין און באפיצט וואו ס'פאסט זיך פאר צפון קאריע...
צוויי יאר שפעטער האט מען פארענדיגט די דרויסענדיגע טייל פון די געביידע און די געביידע האט וואו געפלאנט געדארפט אויפצימאכן אירע טויערן מיט עטליכע חדשים שפעטער, אבער דא האבן די גרויסע חעלימער בילדער'ס געזען אז די געביידע איז א שרעקליכער דורכפאל סיי די פאנדעמענט איז געווען געבויט אויף א זייער נישט פירפעסיאנאלער וועג און ס'איז געווען א סכנה אזי די סטראקטער זאל זיך איינברעכן א יעדע סקונדע, וואו אויך האבן זיי אנערקענט אז די גאנצע געביידע איז איין שטיק גארנישט ממש א כאאס פון א געביידע וואס האט נישט קיין שום מעגליכקייטן אין זיך, ס'שפייט געלעכטער, ס'שרייט שאנדע, ס'פארשעמט די לאנד, און צום אלעם אז ס'זעט דאך אויס ממש געפערליך, געפערליך איז אן אנדער סטעיטמענט.

אבער דאס איז וואס זייער פירער האט געוואלט האבן זיי דאס געמיזט טאן, זייער פירער האט אויסגעוועלט צו בויען א ספעיס שאטל ארויפשיסער געביידע סאו וואס האבן זיינע מענטשן געקענט טאן, זאגן פארן פירער אז די דיזיין פון די געביידע איז א בושה פארן לאנד האט קיינער זיך נישט געטרויט, אפילו ווען מ'האט עס געבויט האבן די ארבייטער שוין געזען אז די געביידע איז קיין געביידע ניט האבן זיי געציטערט צו זאגן עפעס פארן פירער אז ער זאל טוישן פלאן.

חוץ פון דעם האט דער פירער אראפגעלייגט א צייט ווען די געביידע דארף זיין פארטיג און אך און וויי וואלט געווען אויב דאס פאסירט נישט וואו די פירער וויל, וואו אויך זענען די אלגעמיינער אונעם לאנד דארט ארום וואו די נאכט און קים איל סאנג האט נישט געהאלטן ביים אריינגיסן זיין אייגן געלט אין די געביידע האבן זיך די ארבייטער באניצט מיט וואס די צפון קאריע פראדאצירער האבן געקענט מאכן, און וואו פארשטענדליך קענען זיי זייער שוואך די אינהאלט פון פראדעצירן זאכן וואו צימענט אדער שטאל און אלע אנדערע ציגעהערן וואס קומען מיט ווען מ'בויט אזא געביידע.

אבער קיינער האט נישט געוואלט זאגן פאר פירער אז ס'איז א דיזעסטער ווייל אויב וואלט מען געזאגט וואלט יענער געווען מיטן קאפ אראפ, סאו האבן זיי געבויט און געבויט און געבויט ביז די געביידע האט זיך אויפגעמאכט איר מויל און האט גענימען שרייען ''איך בין איין שטיק דורכפאלן'' ס'איז געקומען צו א פונקט וואו מ'האט שוין נישט געקענט באהאלטן די שטימפיגקייט פון דעם געביידע פארן פירער ווייל מיטן שטיין דארטן אין צענטער פון פיאנגיענג מיט אירע 105 שטאק האט יעדער געזען אז ס'איז איין שטיק פלאפ.

און די צוויי יאר וואס מ'האט געבויט די געביידע (וואס איז נאר געווען די דרויסענדיגע חלק) האט קים איל סאנג אריינגעגאסן אין דעם פראיעקט די פאנטאסטישער סומע פון זיבן הונדרעט און פיפציג מיליאן דאלער... דאס איז גאנצע צוויי פארצענט פונעם לאנד'ס אקאנעמי.. ס'לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר, ס'שטייען מיליאנער בירגער און הינגערן צום טויט און דער פירער זיצט זיך אויף פאטעלן מיט דאבל קישענעס הערליכע שענדעליעס באדעקן זיין פאלאץ, ער פארמאגט אלעקטעריק 24 שעה א טאג, עסן האט ער פון אלעם וואס ער וויל, אבער נישט נאר וואס ער געט פאר זיינע בירגער גארנישט נאר ער נעמט נאך אוועק פון זיי זייער ביסן און גיסט דאס אריין און א געביידע וואס זאל דינען זיין פארזענליכער אינטערעסן...

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

לאמיר אוועק געבן עטליכע תגובת און פארשטיין געבן וואו צפון קאריע איז און פארוואס דרום קאריע האט אזוי וואס מורה צו האבן פון זיי צוליב זייער גיעגראפיע.

צפון קאריע געפינט זיך אונעם מזרח הרחוק ווייט ווייט אוועק פון אינז, פון קאלעפארניע איז עס א ווייטקייט פון איבער פינף און א האלב טויזענט מייל און פון אינז דא אין ניו יארק איז עס ווייט אן ערך פון זיבן טויזענט, (מייל רעד מען דא נישט פון קיין פליגער ראד נאר די נאנסטע און מייל וואס קען גיין פון אויבן אינטן און אלע זייטן פון די וועלט, העמיר אביסל פארשטיין געבן וואס איך מיין, אמעריקע איז נאנטער ביי מייל צו צפון קאריע וואו זי איז צו להבדיל ארץ ישראל, אבער די וועג קיין צפון קאריע נעמט פיל לענגער וויבאלד די פליגער ליניע'ס לויפן אנדערש וואו די ווייטקייט איז באמת, א משל, מאנסי איז ווייט פון סיגעיט אן ערך פון 35 מייל אבער אויב גייסטו פארן אויף 35 מייל א שעה גייסטו נישט אנקומען דארט אין איין שעה נאר פיל לענגער דאס איז וויבאלד די שאסייען זענען געדרייט און לויפן נישט לויט די ריכטיגע מייל וואו מ'ריפט עס ''לופט מייל''. די זעלבע איז מיטן פליגער וואס כאטש ס'איז פיל ווייניגער אימוועג וואו א קאר האט עס אבער נאכאלץ א ראד וויאזוי זיי פארן, געווענליך פראבירט מען צו זיין וואו נענטער צו לאנד אז אויב ס'מאכט זיך אן עמערדשענסי זאל די פליגער קענען וואו שנעלער לאנדען.)

בקיצור צפון קאריע איז פלאצירט אין צפון מזרח אזיע (די וועלט האט זיבן קאנטינענטן, צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, איסטראליע, אייראפע, אזיע, אפריקע, אנטארקטיקע, געוויסע ריפן אייראפע און אזיע מיט איין נאמען ''אייראזיע''. אויסטראליע איז די קלענסטע פון אלע קאנטינענטן און זי איז צו גרויס צו קענען ווערן אנגעריפן אן אינזל און די זעלבע איז מיט גרינלאנד וואס איז א ריזן אינזל זי איז אבער צו קליין צו קענען ווערן אנגעריפן קאנטינענט. באמת איז נישט דא אזא זאך וואו צפון דרום מזרח מערב ווייל די וועלט איז דאך וואו א באלי און פון אלע זייטן זענען די זעלבע ספעיס מיט די זעלבע ווייטקייטן וואס מ'ווייסט, אבער אז מ'זאל וויסן וואס טוט זיך האט מען אזוי אויסגעשטעלט די מאפע, לאמיר זאגן אז איר שטייט און אמעריקע, די זייט צו קאנאדע ווערט אנגעריפן צפון און די זייט צו מעקסיקא ווערט אנגעריפן דרום די זייט צום אטלאנטיק ים ווערט אנגעריפן מזרח און די זייט צום פאסיפיק ים ווערט אנגעריפן מערב, קוקט אויף א גלאוב וועט איר בעסער פארשטיין.)

צוריק צום נושא, צפון קאריע געפינט זיך אויף די צפון זייט פון אזיע און גרעניצט זיך פון איין זייט מיט כינע און פון די אנדערע זייט מיט דרום קאריע, די קאריע האלב אינזל וואס אזוי ריפט מען עס איז וואו איר נאמען אן האלב אינזל, דאס מיינט אז דריי זייטן זענען ארום גענימען מיט וואסער און פון איין זייט איז עס פארבינדן מיט לאנד וואס אין דעם פאל איז עס כינע...

ווייטער איבער צפון קאריע גיאגראפיע וועט נאכפאלגן א''ה
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”