sholom88 האט געשריבן:שעמעדיגער האט געשריבן: וועגן גיין אין מקווה וויל איך ציגיבן מיינע 2 סענטס!
עס איז נישט קיין שום פראבלעם צי גיין אין מקוה ווען מען האט א מורסע אנצידונג ווייל ווי מען האט פריער גערעדט איז יעדער צווייטער (וואס גייט אין מקוה אדער ווישט זיך מיט די האנטוך דרויסען פון סקיסע) אהנגעשטעקט מיט דעם! נאר די חברה מיט א שטארקע אימיון סיסטעמס קומט עס נישט אהן ארויס ציקומען אלס אן אנצידונג אבער אין די נאניע דרייען זיי זיך ארום כמטייל בגן עדן, וכן אויף די הויט דרייען זיי זיך ביי אלע וואס ניצן פאבליק פעסיליטיס!
וכש"כ ביי א איד וואס מיטשעט זיך מיטן פראבלעם נאר פונקט יעצט איז עס אינגאצען אויסגעהיילט!
איז צי וואס נישט לאזן אריין אין מקוה דער אומזלדיגער וואס יעדער זעהט אינטערן ריקן אז ער האט א ריזיגע געשווילעכץ?
שוין איבער גערעדט מיט א רופא, אבער כ'בין נישט קיין דאקטאר
די בלוט איז מיר ארויפגעעקומען פון די אומפאראנטפערטליכע ווערטער!
עס איז נישט שייך צו ענטפערן יעדע שורה, ווייל יעדעס קינד וואס ווייסט פון די וויירוס וועט אייך עס אפענטפערן אין שלאף.
נאר איין זאך: איר שרייבט אז איר האט עס דורכגערעדט מיט א רופא (וואס איז לשטתי נאך ארגער פון אלעם), ארויס מיט נאמען פונעם רופא אדער חזור בך!
דיסקלעימער: איך בין אין די מעדיצינישע פעלד, און האלט פרעזענליך מיט עטליכע טויטןא יאהר פון מורסא.
ישר כח פארן אויסקלארן. אפשר טאקע איז שוין העכסט צייט פטור צו ווערן פון די האנטיכער און די שולן...ב״ה אין די חדרים איז שוין דא פאפיר אבער אין רוב שולן איז נאך אלץ דא די האנטיכער.