ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים זצ"ל
דער ספר איז אין א געוויסע זין א לעבנ'ס ביגרופיה פונעם רב שליט"א, וואס דער רב האט פארציילט פאר ר' בן ציון במשך כמה זמנים, דערינען פארציילט ער זיינע אינגע יארן און אלע זיינע וואנדערנישן, זיינע יארן אין לאנדאן, אין אנטווערפען, אא"ו.
ווי אויך איז דערינען פילע ערשטהאנטיגע דברי תורה און אינטערסאנטע סיפורים פונעם זיינע פילע רבי'ס און רבני'שע פערזענליכקייטן מיט וועם דער רב שליט"א האט געהאט שייכות דורכאויס די יארן
דער ספר קומט ארויס בהסכמת פונעם רב שליט"א, און דער רב שליט"א האט געבעטן אז ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א זאל איבערקוקן דעם גאנצן ספר.
אזוי ווי דער ספר אנטהאלט אין זיך גאר אסאך היסטארישע אינטערסאנטע חומר עפען איך א עקסטערע אשכול צו דיסקוסירן די ענינים. ודי.
דער ספר האט 32 פרקים אויף גדולי ישראל און חשובע פערזענליכקייטן
כ'לייג דא ביי א טיילווייזע מפתח:
בית הוריו 'פעזינג'
הגה"צ רבי יהושע לייב שילל זצ"ל אב"ד פעזינג
רבני העיר לדורותם.
הגה"צ רבי שמחה רובין זצ"ל האדמו"ר מסאסוב – לונדון.
הגה"צ רבי משה שניידער זצ"ל ראש ישיבת 'תורת אמת' בלונדון.
הגה"צ רבי לייב לאפיאן זצ"ל ראש ישיבת 'בית יוסף' גייטסהעד.
הגה"צ רבי אליהו אליעזר דסלר זצ"ל ראש כולל הרבנים ב'גייטסהעד'.
הגאון רבי נפתלי שאקאוויצקי זצ"ל אב"ד גייטסהעד.
הגאון רבי שמואל יוסף ראבינאוו זצ"ל.
הגה"צ רבי שלמה בוימגארטען זצ"ל.
הגה"צ רבי אליעזר פאזען זצ"ל.
הגאון רבי יחזקאל אברמסקי זצ"ל.
הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש זצ"ל האדמו"ר משאץ – לונדון.
הגאון רבי העניך פדווא זצ"ל אב"ד לונדון.
הרה"צ רבי משולם יששכר אשכנזי זצ"ל.
זקני חסידי חב"ד מ'לונדון' . [רבי מענדל פוטערפאס ז"ל ועוד]
הגאון רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל אב"ד אנטווערפן.
הצדיקים לבית פשעווארסק
הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
פון די ירושלימער גדולים
ה"חזון איש".
ה"דעת סופר".
דער טשעבינער רב.
הג"ר יוסף יונה צבי הורוויץ זצ"ל מאונסדארף.
הגה"צ רבי אליהו לאפיאן זצ"ל
ה"אמרי חיים" מוויז'ניץ
ה"בית ישראל" מגור
ה"לב שמחה" מגור
הרה"ק רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל זצ"ל מסקולען
ועוד ועוד
ר' בן ציון האט שוין באויזען נפלאות ביים ארויסגעבן דעם ספר מיכאל באחת פון הגאון הגדול ר' מיכאל פארשלעגער זצ"ל, וואס דערמיט האט ער גענומען אן אומבאקאנטער אדם חשוב וגדול און אים מפרסם געווען. און דער ספר קען מען זיך אויך רישן אז ס'וועט אויך מאכן א שטארקע רושם לטובה.
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').