נעקסט סטאפ, מארס!

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

נעקסט סטאפ, מארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א מיליאן מענטשן אויף מארס… הערט זיך נאריש? פוסטע דמיונות? באקאנט אייך מיט די מענטש וועלכע האט א היסטערי פון איבערדרייען פוסטע דמיונות אין ריאלעטעט

אילאן מאסק גרינדער און אנפירער פון די באקאנטע 'טעסלע' קאר פירמע און גרינדער און אנפירער פון די באקאנטע 'ספעיס עקס' פירמע און ערפינדער פון די 'הייפערלאאפ' געדאנק, און נאך, זאגט אז ער גייט עס דאסמאל אויך אדורך פירן, און נאסא איז עכ"פ מודה אז ער לויפט פאראויס פון זיי מיט זיין פארשריט

אין א פרעזענטאציע און א נאכגעפאלגטע 'קשיות מיט תירוצים' סעסיע אויף רעדיט, האט מאסק אויסגעשמיעסט זיינע פלענער וועלכע הערן זיך ווי ריין פוקציע, אבער א פלאן איז דא! און ווי ער האט געוויזן מיט די טעסלע קאר אדער מיט זיין הייפערלאופ געדאנק אז פוקציע קען ווערן ריאלעטעט

די ענד פלאן איז צו האבן נישט ווייניגער ווי א מיליאן מענטשן וועלכע וועלן באזעצן דעם רויטן פלאנעט, אין אזוי פרי ווי אין 40 יאר ארום זאל שוין פונקציענירן א געהעריגע ציוועלעזאציע אויפן פלאנעט וועלכע זאל זיך אליינס אויפהאלטן און נאטירליך וואקסען. די געשאצטע פרייז לויט אים וועט שטיין נישט מער ווי $200,000 פער מענטש, און די צאל מענטשן וועלן גרייכן א מיליאן ביז 100 יאר ארום..

די פלאן באשטייט פון 4 פאזעס

1) אויסארבעטן א לאנדונג טעכניק

לאנדן א ספעיס קרעפט אויף מארס איז א גאר שווערע אויפגאבע די ענווייערמענט דארט איז זייער ברוטאל און טאקע פאריגע וואך האט א אייראפישע ספעיס גרופע זיך דאס אויסגעלערנט אויפן שווערן וועג ווען זייער געפלאנטע לאנדונג האט זיך אויסגעלאזט מיט א קראך, לאנדענדיג שנעלער און פין העכער ווי געפלאנט

טא דאס איז איז די ערשטע סטעיפ אין יעדע אזא מיסיע, צו אויסארבעטן א מהלך ווי אזוי צו גרינגערהייט אין זיכערערהייט לאנדען אויפן מארשען-פלאך

אנגעהויבן אין יאר 2018 וועט ספעיס עקס אנהייבן מיט פילאטלאזע רייזעס צום רויטן פלאנעט אויסצוארבעטן א לאנדונג סטראטעגיע ווי ער רופט עס אן "לאנדן אויף מארס אן מאכן נאך א קרעיטער.. " איינמאל די מהלך איז אויסגעארבעט וועט מען קענען גיין צום נעקסטן פאזע

2) מעטעין פעקטערי

די ווילדסטע חלק פונעם פלאן איז צו אויפבויען א פעקטערי אויף מארס וועלכע וועט פראדעצירן ברענשטאף!, דורך מישן געוויסע באשטאנטיילן וועלכע געפינען זיך אויפן פלאנעט קען מען טעכניש פראדערצירן קאמבאסטעבל מעטעין פיועל וואס דאס וועט קענען דינען פאר ברענשטאף וואס וועט צוריק ברענגען די ארויסגעשאסענע ספעיסשיפן וועלכע וועלן ווערן איבערגעניצט פאר קומענדע רייזעס און וועט מאכן די רייזע קיין מארס א מעגליכע צוויי וועג רייזע

איינמאל די לאנדונג טעכניק וועט ווערן אויסגעארבעט וועט מען לויטן פלאן ארויפ שיקן א גרויסע ספעיס קרעפט גערופן "הארץ פון גאלד" וועלכע וועט פירן די אלע באשטאנטיילן אויפצושטעלן די פיועל פעקטערי און דאס אראפלאזן און איבערלאזן אויפן פלאנעט

3) מענטשליכע רייזעס

דערנאך וועט מען אנהייבן מיטן ציל פונעם פלאן און אנהייבן מאכן מענטשליכע רייזעס. די ערשטע, מיט בלויז 12 מענטשן אויף איינמאל און די עיקור פלאץ אויפן ראקעט וועט פארנעמען די שווערע טאנען סופליי מיט וואס די באזעצער וועלן אויפבויען זייער קאלעני גערופן 'מארס בעיס אלפע'

די מענטשן וועלן לעבן אין גלאזערנע דאמס (כיפה) און וועלן פארברייטען זייער וואוינארט מיט אריין גראבן ריזיגע היילן אין די ערד פונעם פלאנעט - מיט די הילף פון מיטגעשיקטע ראבאטישע דרילינג מאשינען - ווי די עיקר וואוינארט וועט זיין און די גלאזערנע דאמס וועלן בעיקר זיין פאר פלאנצונגען און גרין ספעיס

איינמאל זייער אונטערערדישע שטאט איז פולקאם פארענדיגט וועלן זיי זיך נעמען צו די מלאכה אויפצובויען די וויכטיגע פעקטערי מיט די באשטאנטיילן וועלכע וועלן זיי שוין אפווארטן אויפן פלאנעט

4) באזעצן מארס

איינמאל די ערשטע דריי סטעיפס זענען פארענדיגט דאן איז די ציל צו דאבלען די צאל רייזעס יעדע 26 חדשים מיט מער און מער ראקעטן וואס וועלן אפרייזן צו יעדע געלעגענהייט

די ספעיס קרעפט

קודם א קורצע הקדמה, צו פארשטיין ווי אזוי אזאלכע רייזעס קומען פאר און וואס עס מיינט ווען מען הערט קאפסעל אדער ראקעט דארף מען וויסן אז די וועג ווי אזוי די זאך ארבעט איז בעיסיקלי מען נעמט א קאפסעל וואס דעס איז געפארעמט ווי א פאנעל מיטן שמאלן זייט אויף ארויף, מען זעצט עס ארויס אויף א מיסל… און די קליגע מיסל ווערט ארויפגעשאסן און דאס טראגט ארויף די קאפסעל ארויס פון די אטמעספער אריין אין ספעיס ביז די קראפט פון גראוועטי האט שוין נישט קיין השפעה דערנאך פאלט די מיסל אוועק און די קאפסעל פליעט כמעט פון זיך אליינס ביז איר ציל

די ראקעט וואס וועט געניצט ווערן פאר די רייזעס וועט זיין די זעלבע ווי די ביז יעצטיגע פאלקאן 9 ראקעט מיט וואס ספעיס עקס איז באקאנט אבער אויף סטעראודס…!

זי וועט שטיין ביי א הייעך פון 254 פיס הויעך! און אויף דעם וועט ווערן ארויפגעשטעלט די קאפסעל וועלכע וועט ענטהאלטן די מיטרייזער און די קארגא. צוזאמען וועלן זיי שטיין ביי די ריזן הייעך פון 400 פיס הויעך, העכער ווי סיי וועלכע ספעיס קרעפט אמאל געבויעט צו ווערן

פאר די ציל פון די רייזע האט ספעיס עקס ערפינדען א נייע גאר מאכטפולע ענדשען געריפן "רעפטער ענדשען"

די ראקעט וועט ענטהאלטן 42 רעפטער ענדשענס און פארגלייך צו די פאלקאן 9'ס ניין 'מארלין ענדשענס', חוץ וואס די צאל איז מער איז יעדע רעפטער ענדשען דריי מאל שטערקער ווי די מארלין ענדשענס. די קאפסעל אליינס וועלכע וועט זיין הויעך 162 פיס און ברייט 54 און וועט האבן אייגענע 9 רעפטער ענדשענס

די קאפסעל וועט אבער ווערן ארויפגעשאסן אן קיין פיועל צו קענען מאקסעמעזירן די קארגא וואג וואס דאס וועט טראגן אויף זיך און וועט דעריבער פליען בלויז מיט די קראפט פונעם ראקעט אויף וואס עס וועט זיצן און דאס וועט איר ארויסשיסן ביז זי דערגרייכט די ספערן

איינמאל די ראקעט וועט דערגרייכט ספעיס און אריין גיין אין 'ארביט' ארום די וועלט ווי עס איז די נאטירליכע ערשיינונג א שטייגער ווי די סאטעלייטס אדג וועט די ראקעט זיך אפטיילן פונעם קאפסעל און וועט זיך צוריק דרייען צו אונזער וועלטל (נד"ס, נישט די סייט…) ווי זי וועט מאכן א ווירטיקל לאנדונג און זיין גרייט פארן נעקסטן רייזע

אגב, דארף מען אריין האקן אז די פאקט אז די ראקעטן פליען צוריק נאך יעדע רייזע איז ספעיס עקס'ס הויפט חידוש ווייל דאס טועט דראמאטיש פארמינערן די קאסטן פון יעדע רייזע און מאכט עס דעריבער מער ווי א ערעפלאן רייזע ווי איידער א איין וועג רייזע וואס די ביז יעצטיגע ראקעטן האבן צוגעשטעלט, און דאס ברענגט אראפ די קאסטן פער מענטש פון 10 ביליאן! צו עווענטואל אונטער 100,000 דאלער!

צוריק צו אונזער קאפסעל וועלכע דרייט זיך ארום דערוואל אן קיין פיועל און אן קיין ציל.. א צווייטע ראקעט וועט ווערן ארויפגעשאסן האבענדיג צוגעטשעפעט צו זיך א עקסטערע טאנק אנגעפילט מיט פיועל, די ראקעט וועט צופליען צו אונזער קאפסעל, וועט זיך צוטשעפענען דערצו און עס אנפילן מיט פיועל און דערנאך וועט יענע ראקעט זיך אויך צוריקערן און מאכן א לאנדונג

איינמאל די צייט איז רייף און די צייט וואס די וועלט און מארס זענען די נענטסטע דערגרייכט וועט די קאפסעל אנצינדען אירע 9 מאנסטער מאטארן און זיך געבן א שיס ארויס פון ארביט אין ריכטונג צים פלאנעט וואס זי וועט דערגרייכן צווישן צוויי און דריי חדשים שפעטער דאס איז פיל שנעלער ווי די יעצטיגע 6-9 חדשים וואס עס וואלט גענומען פאר סיי וועלכע אנדערע עקזעסטירענדע ספעיסקרעפט, און ווי אילאן מאסק זאגט גלייבט ער אז מען וועט קענען נאך מער רעדעצירן די רייזע צייט ביז אזוי קורץ ווי 30 טאג

די קאפסלען זענען אזוי מאסיוו גרויס אז זיי וועלן קענען טראגן פון 100 ביז 200 מענטשן אויפאמאל! און וועט האבן געוויסע אונטערהאלטונגען און שפיל פלעצער דעריןמא שטייגער ווי א טיאטער און א רעסטעראנט אז די מיטרייזער זאל נישט זיין פארנומען נאר זיך ארומצוקריגן אויפן לאנגן רייזע…

איינמאל די קאפסעל דערגרייכט מארס וועט זי ארויסשיסן קראפט פון אונטער זיך און וועט מאכן א אנגענעמע שטאטע לאנדונג (אנדרש ווי ביז יעצט ווען פערעשוטס האבן פארשטאטערט די קאפסלען) נאכן ווערן פארקירט וועט זי דארפן ווארטן געדולדיג ביז די פיועל פעקטערי וועט ווערן פארענדיגט און דאן וועט זי זיך קענען צוריקערן ליידיג, - אדער מיט מענטשן וואס האבן שוין געהאט געניג.. - צום וועלטל

עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ארויסצופליען פון מארס דארף מען נישט האבן א עקסטערע ראקעט נאר די מאטארן אויפן קאפסעל זעלבסט זענען גענוג צוליב וואס זייענדיג פיל קלענער ווי די ערד פלאנעט האט זי א פיל שוואכערע גראוועטי כח


צייט צו עפענען א אשכול איבער די הלכה חלק… אבער איין זאך איז גוט אז א טאג אויף מארס געדויערט בערך אזוי לאנג ווי די טאג אויף דער ערד - בלויז 40 מינוט לענגער - טא די זמנים וועלן זיין בערך די זעלבע….

נ.ב. ביטע נישט אויסכאפן די imadim.com דאמעין, עס איז מיינס!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דרכי נועם - הער איך - ארבעט שוין אויף א היטש סיסטעם, עני באדי טו קאנפירם?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איים אין!

ייש"כ ברירה, דו ביסט א פראפעסיאנאלע שרייבער
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

עס גייט זיין מנינים ביז חצות?

גאר שיין באשריבן... (ווי אלעמאל)

ייש"כ
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יש ברירה האט געשריבן: 4) באזעצן מארס

איינמאל די צייט איז רייף און די צייט וואס די וועלט און מארס זענען די נענטסטע דערגרייכט וועט די קאפסעל אנצינדען אירע 9 מאנסטער מאטארן און זיך געבן א שיס ארויס פון ארביט אין ריכטונג צים פלאנעט וואס זי וועט דערגרייכן צווישן צוויי און דריי חדשים שפעטער דאס איז פיל שנעלער ווי די יעצטיגע 6-9 חדשים וואס עס וואלט גענומען פאר סיי וועלכע אנדערע עקזעסטירענדע ספעיסקרעפט, און ווי אילאן מאסק זאגט גלייבט ער אז מען וועט קענען נאך מער רעדעצירן די רייזע צייט ביז אזוי קורץ ווי 30 טאג

די קאפסלען זענען אזוי מאסיוו גרויס אז זיי וועלן קענען טראגן פון 100 ביז 200 מענטשן אויפאמאל! און וועט האבן געוויסע אונטערהאלטונגען און שפיל פלעצער דעריןמא שטייגער ווי א טיאטער און א רעסטעראנט אז די מיטרייזער זאל נישט זיין פארנומען נאר זיך ארומצוקריגן אויפן לאנגן רייזע…

איינמאל די קאפסעל דערגרייכט מארס וועט זי ארויסשיסן קראפט פון אונטער זיך און וועט מאכן א אנגענעמע שטאטע לאנדונג (אנדרש ווי ביז יעצט ווען פערעשוטס האבן פארשטאטערט די קאפסלען) נאכן ווערן פארקירט וועט זי דארפן ווארטן געדולדיג ביז די פיועל פעקטערי וועט ווערן פארענדיגט און דאן וועט זי זיך קענען צוריקערן ליידיג, - אדער מיט מענטשן וואס האבן שוין געהאט געניג.. - צום וועלטל


וויאזוי וועלן די מענטשען פילן פליענדיג ארויף מליאנען מייל פאר צוויי חדשים און א צו?


יש ברירה האט געשריבן: נ.ב. ביטע נישט אויסכאפן די imadim.com דאמעין, עס איז מיינס!


העי וואס איז מיט גילוי? כ'האב געמיינט אז די ביסט פון די לייב משפחה ביזדערווייל זעה איך אנדערש...

imadim.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

אויף מארס איז דא אגסיגען?
איז דא א אוזאוו לעיער וואס בלאקירט שעדליכע רעיס פון אריינדרינגען?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מה פתאום??? האט געשריבן: איים אין!

:P
פאר די הייבסט אן צוזאם פאקן די פעקלעך וואלט געוועהן כדי זאלסט וויסן אז אילאן מאסק האט געזאגט אז די מענטשן וואס וועלן רייזן אנהייב דארפן זיין גרייט צו שטארבן... טא ציעט אייך ארויס באצייטנס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נא_שכל האט געשריבן: וויאזוי וועלן די מענטשען פילן פליענדיג ארויף מליאנען מייל פאר צוויי חדשים און א צו?

אויב מען פליעט אויף א קאנסטענט ספיד שפירט מען נישט גארנישט נישט קיין חילוק ווי שנעל מען פארט, אסטראנאטן וועלכע פליען אין ארביט פליען כמעט 18,000 מייל א שעה אן שפירן עפעס בכלל

דאס יא, דאס זיין אזוי לאנג אין זירא גראוועטי קען האבן א גאר שלעכטע אפעקט אויף א מענטש און מאכן ערענסטע קאמפליקאציעס, געוויסע עקסערסייזעס קענען ארויסהעלפן עס איז א שטארקע פראבלעם
נא_שכל האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: נ.ב. ביטע נישט אויסכאפן די imadim.com דאמעין, עס איז מיינס!


העי וואס איז מיט גילוי? כ'האב געמיינט אז די ביסט פון די לייב משפחה ביזדערווייל זעה איך אנדערש...

imadim.jpg

:twisted:יענער איז סתם א רויבער...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מילין_יקירין האט געשריבן: אויף מארס איז דא אגסיגען?
איז דא א אוזאוו לעיער וואס בלאקירט שעדליכע רעיס פון אריינדרינגען?

א געוואלדיגע קשיא

מארס האט עפעס א אטמעספער אבער כמעט גארנישט און די רעיס קענען זיין שעדליך. נאך מער איז עס א ריזיגע פראבלעם פארן גאנצן וועג אהין ווען מען וועט נישט האבן קיין שום באשיצונג

מען קען עס נישט פארגלייכן מיט די אסטראנאטן וועלכע פארברענגען אין די ISS ווייל דארט זענען זיי נאך אין די מאגנעטעשע פיעלד פון די וועלט און דאס שטיפט אוועק די רעיס פון אריין קומען

מאסק מאכט עס כסדר אוועק מיט געוויסע עצות וו.צ.ב. מאכן א מאגנאטישע פיעלד אבער עקספערטן האלטן אז ער נעמט עס נישט געניג ערענסט

עכ"פ עס זענען נאך פארהאן אסאך פראבלעמען און זאכן וואס דארפן ווערן פארענטפערט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

.
Screenshot_2016-10-27-17-34-50-1.png

א סקיצע פונעם ספעיס-שיף

Screenshot_2016-10-27-17-34-59-1.png

אריין געזומט אין די אויבערשטע חלק ווי מען וועט וואוינען

Screenshot_2016-10-27-17-35-08-1.png

איינער קוקט ארויס פונעם שפיץ אויבן...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לויט ווי איך האב פארשטאנען וויל ער לעזן די פראבלעם פון אקסיגען און שעדליכע גאזן מיט די גלעזערנע דאומס [איך פארשטיי נאך נישט ווי אזוי], ניין?
----

וואס איז זיין ציל מיט דעם? ער איז אויך פון די מענטשן וואס זארגן אז ביז געציילטע יארן גייט נישט זיין גענוג פלאץ און עסן אויף אונזער פלאנעט?

פון וואס וועלן די מענטשן דארט לעבן?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אה, שיער פארגעסן די וויכטיגסטע, שכח יש פאר די הערליכע קלארע אינפארמאטיווע באשרייבונג!! (אזוי ווי אלעמאל)
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

ביטע ענטפערן... פון ווי וועט זיין לופט צו אטעמען, און די ארויסגעאטעמטע צו ווערן דיזאלווד?
איז דא א דרך לויט די תורה אז מען קען עגזיסטירן אויף נאך א פלאנעט?
וואס איז די אויפטוה פון גיין צו מארס?????
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מילין_יקירין האט געשריבן: ביטע ענטפערן... פון ווי וועט זיין לופט צו אטעמען, און די ארויסגעאטעמטע צו ווערן דיזאלווד?
איז דא א דרך לויט די תורה אז מען קען עגזיסטירן אויף נאך א פלאנעט?
וואס איז די אויפטוה פון גיין צו מארס?????

לופט וועט זיין אזוי ווי שעפעלע האט געזאגט

די גלאזערנע דאומס ווי אויך די היילן וואס וועלן ווערן געגראבן וועלן זיין פרעשערייזד און מאשינען וועלן רייניגען די לופט

איך האב מיך באצויגן צו די שעדליכע ראדיאציע שטראלן וואס טוען כסדר ארום פליען אין ספעיס, איך האב געמיינט אז דאס פרעגט איר.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

איז שוין א באשעפעניש בכלל געווען אויף דעפ פלאנעט, אז מ'רעדט שוין פון גיין אין די מאסן?

לאמיר זעהן איין מענטש קודם ארויף און אראפ סעיפלי, נאכדעם העט מען פארהאנדלן ווייטער..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יונה האט געשריבן: איז שוין א באשעפעניש בכלל געווען אויף דעפ פלאנעט, אז מ'רעדט שוין פון גיין אין די מאסן?

לאמיר זעהן איין מענטש קודם ארויף און אראפ סעיפלי, נאכדעם העט מען פארהאנדלן ווייטער..

באמת דיין קשיא פארענטפערט דיין קשיא....

די סיבה פארוואס עס איז אזוי שווער אהין צופליען איז ווייל עס איז בעיסיקלי א איין וועג רייזע ווי וועט זיך איין מענטש דארט א עצה געבן...

אויסער טאמער מען רייזט אהין א גאנצע גרופע צוזאמען וואס קודם כל וועלן זיי קענען צוזאמען ארבעטן און בויען א וואוינארט, און מען קען אויסארבעטן די פיועל פעקטערי וואס דאן קען מען טראכטן פון צוריק אהיים ברענגען די ספעיס שיף מיט די מענטשן
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

פארוואס איזעס א איין וועג רייזע, ווער לאזט נישט צוריקקערן זיך?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאו בעיסיקלי ארבעט מען יעצט שווער אויפצוקומען מיט א וועג אז מענטשן זאלן בכלל קענען אנקומען דארט סעיפלי און צוריק קומען און קענען דורכלעבן דעם טאג מיט לופט און נישט ווערן געשעדיגט פון די שעדליכע זאכן דאארט.

נו, איך האב אויסגעטראפן אן אנדערע פלאנעט ווי מ'קען זייער גרינג אנקומען, און צוריק קומען, און אטעמען ריינע אקסיגען אויך! און חוץ פון דעם איז דא דארט נאך פארשידענע טעכנאלאגיע ווי וואסער צום טרינקען און געוויקסן צום עסן, ועוד.

נו אויב אזוי מה לי לצרעה הזאת??
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

עגזעקטלי!
צו מאכן די פראגע סימפל:
וואס שטעלט מארס צו פארן מענטשהייט, וואס פלאנעט ערד שטעלט ״נישט״ צו?

אהין פליען אין וואוינען אין א תפיסה?!!! אין א לאך אינדערערד?!!!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איך מיין אז דער פלאן איז דארט צו ווערן באערדיגט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יונה האט געשריבן: פארוואס איזעס א איין וועג רייזע, ווער לאזט נישט צוריקקערן זיך?

טעכניש קען מען אבער דאס וועט פארלאנגען מיטצונעמען א טאנק מיט הונדרעטער טאנען מיט פיועל פארן וועג צוריק א זאך וועלכע וועט חוץ ארויפשרויפן די פרייז צו אסטראנאמישע אומעגליכע ציפערן וועט מען אויך דארפן פראדעצירן אזאלכע גרויסע ראקעטס און אזאלכע גרויסע קעפסעלס אז די זאך וואלט געווארן אונגאנצען געווארן אומעגליך
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: סאו בעיסיקלי ארבעט מען יעצט שווער אויפצוקומען מיט א וועג אז מענטשן זאלן בכלל קענען אנקומען דארט סעיפלי און צוריק קומען און קענען דורכלעבן דעם טאג מיט לופט און נישט ווערן געשעדיגט פון די שעדליכע זאכן דאארט.

נו, איך האב אויסגעטראפן אן אנדערע פלאנעט ווי מ'קען זייער גרינג אנקומען, און צוריק קומען, און אטעמען ריינע אקסיגען אויך! און חוץ פון דעם איז דא דארט נאך פארשידענע טעכנאלאגיע ווי וואסער צום טרינקען און געוויקסן צום עסן, ועוד.

נו אויב אזוי מה לי לצרעה הזאת??

פארוואס מען איז געפארן צו די לבנה פארשטייסטו יא?
אברך
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

אן ערשטקלאסיגער ארטיקל געשריבן דורך אן ערשטקלאסיגער שרייבער !

עטליכע געדאנקען :

דער מאסק שיינט צו האבן א פאנטאזיע אויף שרויפן.

עס דארף נישט זיין שווער צו טרעפן עטליכע און צוואנציג מענטשן פאר די ערשטע גרופע, עס זענען פארהאן גענוג בעלנים צו אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס די ערשטע גרופע אויף מארס אפילו פאר א ספק סועסייד.

וואס איך פארשטיי נישט איז וואס מאכט אים טראכטן אז הונדערעטער טויזענטער מענטשן גייען אהינלויפן דאס איז דאך זיכער אז דאס לעבן וועט נישט זיין אזוי באקוועם ווי דא, חוץ אויב גלייבט ער אז קלימאט טויש וועט מאכן דאס לעבן דא אומדערטרעגליך.

צום קעפל פון די אשכול "וועלכע אויסגאבע וואלט איר געגליכן", מיין ענטפער: א אויסגאבע וואו יש ברירה האט א קאלום...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש ברירה האט געשריבן: פארוואס מען איז געפארן צו די לבנה פארשטייסטו יא?


פארן איז איין זאך און נעמען מיליאנען מענטשן אויף צו וואוינען דארט איז א צווייטע זאך.

(חוץ מזה וואס די פארן צום לבנה ודומיו איז טאקע אויך א אומזיסטע פארשווענדעניש פון ביליאנען און טריליאנען דאלארן פאר שטותים והבלים אויף א אומדערהערטן מאסשטאבליכן פארנעם וואס איז נישט געהערט געווארן. לו חכמה ישכילו וואלטן זיי עס גענוצט פאר אביסל נארמאלערע וויכטיגערע זאכן. [אבער צו דעם פארלאנגט זיך א באזונדערע שמועס נישט אין דעם אשכול])
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: פארוואס מען איז געפארן צו די לבנה פארשטייסטו יא?

פארן איז איין זאך און נעמען מיליאנען מענטשן אויף צו וואוינען דארט איז א צווייטע זאך.

יא מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט... דער מאסק האט געוויסע קאפריזן אין קאפ אז מענטשן דארפן באזעצן אלע פלאנעטן און אז מען זאל נישט זיין אנגעוואנדען אין בלויז אונזער וועלטל
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: (חוץ מזה וואס די פארן צום לבנה ודומיו איז טאקע אויך א אומזיסטע פארשווענדעניש פון ביליאנען און טריליאנען דאלארן פאר שטותים והבלים אויף א אומדערהערטן מאסשטאבליכן פארנעם וואס איז נישט געהערט געווארן. לו חכמה ישכילו וואלטן זיי עס גענוצט פאר אביסל נארמאלערע וויכטיגערע זאכן. [אבער צו דעם פארלאנגט זיך א באזונדערע שמועס נישט אין דעם אשכול])

מען קען זיך טענען איבער דעם אבער אגב די גאנצע אפאלא פראגראם וועלכע האט געטראגן מענטשן צו די לבנה זעקס באזונדערע מאל האט געקאסט בערך 110 ביליאן דאלער אין היינטיגע געלט, טאקע אסאך, אבער נישט אזוי סאך ווי מען מיינט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”