עקספיריענס מיט די ליסינג עפפ האנקער Honcker?
ישר כח
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בשבילי נברא האט געשריבן:בעלבאטיש האט געשריבן: די זעלבע זאך מיט די עדווערטייזמענט פון
Honcker leasing
שטייטס ווייט
סאיז אויך יודן
איך האב געהערט ערשט האנטיג פון אפאר וואס זענען ארייגעפאלען
זעט אויס פון דעם אז אזוי ווי סתם תגובות דא זענען אבי גערעדט ,דאס זעלבע מיט די עדס
סאיז א גוטע כלל פאר יעדע אנליין זאך וואס מ'טוט וואס איז נישט א ריזיגע באקאנטע קאמפאני ,פרעגט אייך גוט נאך
איז אזוי, די עפפ איז גראדע זייער א גוטע זאך און א געוואלדיגע בייפאל פון א אידישן קאפ.
אבער! עס איז (לפענ"ד) נישט געמאכט פארן היימישן ציבור!
ביי אונז איז ב"ה דא גענוג אסאך גוטע ליסינג קאמפאניס (און עטליכע נישט אזעלכע גוטע...) וואס זענען אלץ גרייט דיר צו געבן דעם פערזענליכן סערוויס, בנוסף וואס די קאמפעטישן איז אזוי גרויס אז יעדער לויפט נאכן קאסטומער צו געבן דעם ביליגסטן פרייז וואס איז נאר שייך, אבי דו זאלסט נאר קומען צו אים, נא אוודאי לוינט זיך ענדערש צו ארומקאלן אפאר ליסינג קאמפאניס און זעהן וואס זיי אָפפערן.
ביי די אלגעמיינע גאס איז אבער די מעשה אינגאנצן אנדערש, ביי א גוי איז געווענטליך דער עסק פון ליסן א קאר א גאנצע אפקומעניש, ס'איז נישט דא ביי זיי די אלע ספעשיל'ס אויף ליסן א קאר, דארפסט אראפ גיין צום דילער און פארהאנדלען פאר א גוטן פרייז, און די דילערס זענען עפי"ר פיפיגע חברה וואס מ'ווייסט קיינמאל נישט אויב און מיט וויפיל ער האט דיך אריינגענארט, (דעם פרייז וואס זיי האבן אדווערטייזט מיט קידוש לבנה אותיות איז עס זיכער נישט) וכו'.
איז געקומען דער מר. האנקער, און גענומען דעם גאנצן Nightmare פון ליסען א קאר און עס איבערגעדרייט פאר א זיסן חלום, ער זאגט דיר אז דו קענסט זיצן אין שטוב אויפן קאוטש און גיבסט א קליק אהער און א קליק אהין, און מען דעליווערט דיר דעם קאר צום טיר, און דערצו נאך פאר אזא ביליגן פרייז, ס'איז דאָך ממש מעין עולם הבא.
איי דער פרייז איז אביסל אנדערש פון וואס ער האט דיר געוויזן לכתחילה, ביי א גוי איז דאס גארנישט, קןדם כל ווייל ער פארשטייט אליין אז געוויסע פי'ס זענען נאכנישט אינקלודעד, און חוץ מזה זענען די דילערס הונדערט מאל ערגער מיטן ארויפלייגן אלע מינע טשארדזשעס, און זיי זענען שוין צוגעוואונט אז דאס איז א חלק פונעם Car buying process.
יונה האט געשריבן: ביים זוכן פאר צו ליעסן א קאר האביך מיך פארבינדן מיט עטליכע היימישע אגענטן, אלע האבן אינטערגעקרעכצט אז די פרייזן זענן יעצט הויך. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען אפשר שאפן איז א 16 אדעסי.
כ'האב געהאט געזען די אומגלויבליך עדווערטייזמענט אויף אייוועלט, אבער נישט געוואלט איינשטעלן אן הערן קראנט פון מענטשן, ספעציעל נאכדעם וואס מאנכע האבן זיך דא אביסל אפגערעדט. אבער אזוי ווי די היימישע האבן נישט געהאט עפעס לייטיש האמיר באשלאסן בלית ברירה צו נעמען די ריסק.
כ'מוז זאגן אז ס'האט זיך געלוינט! כ'צאל פאר א '17 אסאאאאך ביליגער ווי די ביליגסטע אגענט, די גאנצע פראסעס איז געגאנן זייער געשמירט ב"ה. כ'האב געקענט רעדן מיט זיי טעלעפאניש, טעקסן און אימעילן אויף אלעם זייער שנעל און קלאר באקומען תשובות.
די קאר איז אנגעקומען גענוי ווען אפגעשמועסט, דאס וואס מ'האט אפגעשמועסט, און פאר די פרייז אפגעשמועסט קיין דאלער מער.
יישר כח אייוועלט פארן זיין די גוטע שליח. כ'טו רעקאמענדן אלע וואס זוכן ליעסעס אויסצוטשעקן דעם עפפ. איר וועט נישט דערלייגן בעז"ה.
כ'שרייב עס לטובת הציבור, ווען כ'וואלט געזען אזא באשרייבונג פאריגע וואך, וואלט עס מיר שטארק ארויסגעהאלפן, טא יעצט ווען מ'האלט שוין דא, פאר וואס נישט העלפן אנדערע מיט געציילטע שורות.
הצלחה רבה.