וואונטשן ביי שמחות

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ברכות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 4:21 pm

וואונטשן ביי שמחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכות »

ב"ה שמחות ביי כלל ישראל ווערן נתרבה, יעדן צווייטן טאג האט מען ב"ה אפאר שמחות אטיילצונעמען, וכן יעזור ה' להלאה אז מען זאל האבן צו גיין נאר אויף שמחות, און יעדער איינער פערזענליך זאל מאכן אסאך שמחות, ביז מיר וועלן שוין זוכה צו די ריכטיגע שמחה בביאת משיח צדקינו, ווי מיר וועלן זיך אלע אינאיינעם מיטפרייען.

על כן, עס קומט אויס צו גיין אויף אלע ערליי שמחות, שלום זכר, קידוש, וואך נאכט, ברית, פדיון הבן, אפשערן, בר מצוה, ווארט, תנאים, חתונה, שבע ברכות, א.א.וו. און מען דארף אנווואונטשן די בעל שמחה, טאטע, זיידע, פעטער, ברידערס, שוואגער, דארף מען אייביג זיך אפשטעלן טראכטן וואס וואונטשט מען פאר יעדן באזונדער, אסאך בעלי שמחות וועלן טאקע פארדעם נישט לאזן אויסרעדן, ווייל ער פארשטייט אז ער ווייסט נישט וואס צו וואונטשן, פון די אנדערע זייט זענען אבער דא בעלי שמחות וואס וועלן ווארטן ביז יענער ענדיגט דעם גאנצן פזמון און נאכדעם צוריקווואונטשן, און אז איינער ווייסט נישט וואס צו וואונטשן טוישן זיך אים די פנים אויף עטליכע קאלירן... ואכמ"ל

די זעלבע זענען דא בעלי שמחה וואס וויסן נישט וואס צוריק צו וואונטשן, און מען ענפערט בלויז "אמן", אדער צומאל "ביי די אויף שמחות", און פארשטייט זיך אז עס זענען אויך דא פארשידנארטיגע מענטשן וואס וועלן בעטן "וואונטש מיר צוריק א ברכה"...

איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק צו עפענען אן אשכול "וואונטשן ביי שמחות" ווי די חברי האייוועלט זאלן קענען אויסשמועסן אלע ברכות וואס צו וואונטשן ביי שמחות, באזונדער פאר די בעל שמחה, טאטע, זיידע, פעטער, ברידער שוואגער, וכדו', און אזוי אויך פאר בעלי שמחה וואס צוריק צו וואונטשן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אהער דערמיט.
פרעג נאר פרעג מיין קינד, און כ'וועל דיר באגיסן מיט ברכות!

זאל דער אייבישטער באשענקען מיט אלע דיינע באדערפענישן, זאל דיר אלעס זיין געשמירט, און די ברכות זאלן זיין דיינע גרעסטע דאגות אין לעבן!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

א ברכה אויף אייער קאפ, פארן עפענען דעם אשכול, געבענטשט זאלט איר זיין מיט אלע 'ברכות' און קענען טון נאר גוטע זאכן שטענדיג.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

געווען אמאל א אשכול פון דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נו געב א לינק...
געבענטשט זאלסטו זיין פאר דעם תגובה...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן: נו געב א לינק...
געבענטשט זאלסטו זיין פאר דעם תגובה...



viewtopic.php?t=30141#p1220656
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'מיין אז כ'האב געמיינט די ארטיקל פון פרישער

און פארשטייט זיך ווען מ'וואונטש טאר מען נישט פארגעסען ס'זאל זיין מיטן גאנצן הארץ
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ווען עס ווערט ביי דיר געבוירן א מיידל בעבי, און אן אלטער בחור גיבט דיר מזל טוב, וואונטשט מען צוריק: אי"ה ביי דיר א גרויסע...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

געוויסע ווינטשן ביי א מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין לתורה ײולבעל תורהײ ולחופה ולמעשים טובים

איי א מיידל לערנט דאך נישט קיין תורה אבער עס שטייט דאך ואל תטוש תורת אמך
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ברכות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכות »

שכח פארן צו ווייזן די לינק

אבער למעשה האט יענע אשכול א שטיקל פראבלעם, אז עס ליגט אין פארברענגען – חוץ וואס איך מיין אז קומט נישט דארט – קומט עס נישט ארויף ביי אקטיווע אשכולות, זעהט עס נישט א גרויס חלק ציבור

צווייטנס האט מען שוואך געענפערט דארט,

איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדער איינער זאל אראפשרייבן וואס ער האלט אז מען וואונטשט ביי שמחות, און מען וועט עס דערנאך צוזאמנעמען און און שיין מסדר זיין הכל על מקומו און איין תגובה.

ווער איז גרייט?
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע:שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן: אכבען גרייט צו נעמען ברכות עני טיים...

גאלדענע מידות כ'קוק דיר ארויף:roll:
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

א אשכול איבער די נושא וואס איך האב געעפנט א שטיק צייט צוריק...
viewtopic.php?p=1246354#p1246354
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סידיראם האט געשריבן: געוויסע ווינטשן ביי א מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין לתורה "ולבעל תורה" ולחופה ולמעשים טובים

איי א מיידל לערנט דאך נישט קיין תורה אבער עס שטייט דאך ואל תטוש תורת אמך

זאגסט עפעס, זאג שוין אינגאנצן.
אין באבוב וואונטשט מען, אנשטאט לתורה זאגט מען "לבעל תורה", וויבאלד זי לערנט דאך נישט קיין תורה.
די וואס זאגן ביידע, לתורה ולבעל תורה, האבן פשוט פארגעסן און זיך געכאפט דערנאך...
אוועטאר
ברכות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכות »

בן מהללאל האט געשריבן: א אשכול איבער די נושא וואס איך האב געעפנט א שטיק צייט צוריק...
viewtopic.php?p=1246354#p1246354

יענער אשכול איז אויך אין פארברענגען, און לכאורה קומט עס נישט דארט

עס קוקט אויס אז אסאך מענשטן האבן די פראבלעם מיט וואונטשן

על כן ווער עס קען ארויסהעלפן זאל ביטע ארויסהעלפן, און מען וועט עס שפטער מסדר זיין אויף א מסודר'דיגע אופן בעז"ה

און צו אלע וואס זענען דא צומאכן ליצנות פון די גאנצע זאך, "ביטע זוכט אייך א צווייטן אשכול"
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מ'דערציילט א מעשה אז אמאל איז געווען א דארפס איד וואס ער איז נישט געווען קיין גרויסע בר הכי און נישט געקענט צופיל פון די קליינע (אדער גרויסע) לשון הקודש'דיגע ווערטער.

דארט אין זיין שטאט איז אבער געווען דער רב א זייער ווארימע הארציגע איד וואס ווען ער פלעגט וואונטשן פלעגט ער וואונטשן און זאגן פילע ברכות לרוב, אזוי אז עס פלעגט אלס נעמן א שיינע פאר מינוט ביז דער רב איז פערטיג געווארן מיטן שאקלען דעם בעל שמחה'ס האנט.

פלעגט דער דארפס איד האבן א מנהג אז ווען ער פלעגט קומען צו א שמחה, און אנשטאט ווערן פארלוירן ווייל ער ווייסט דאך נישט וואס צו זאגן, פלעגט ער זיך אן עצה געבן און ער פלעגט וואונטשן "זאלסט האבן אלע ברכות אזוי ווי דער רב וואונטשט", און מיט דעם האט ער יוצא געווען פון אלע זייטן...

דרך אגב, ביי אונז אין די משפחה פירן מיר זיך צו זאגן "אזוי ווי די באבע וואונטשט", ע"ש אונזער באבע זז"ג וואס ווען זי וואונטשט גיסט זיך א שפע פון ווארימע ברכות לרוב.
---
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע:שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

איסר האטלקי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן: געוויסע ווינטשן ביי א מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין לתורה "ולבעל תורה" ולחופה ולמעשים טובים

איי א מיידל לערנט דאך נישט קיין תורה אבער עס שטייט דאך ואל תטוש תורת אמך

זאגסט עפעס, זאג שוין אינגאנצן.
אין באבוב וואונטשט מען, אנשטאט לתורה זאגט מען "לבעל תורה", וויבאלד זי לערנט דאך נישט קיין תורה.
די וואס זאגן ביידע, לתורה ולבעל תורה, האבן פשוט פארגעסן און זיך געכאפט דערנאך...

אזוי ווי מגדיל און מגדול...
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נאכגייענדיג דעם לינק פון בן מהללאל האב איך געטראפן זיין אויסוואל.

אלזא לאמיר פרובירן וואס מיר קענען דא ביישטייערן.

ווינטשן א צווייטן אויף זיין שמחה:

  ווינטשן א קינד ביי זיין חדר פירן/ חומש סעודה:


דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט וואקסן א גרויסער תלמיד חכם און א ירא שמים, זאלסט ליב האבן די הייליגע תורה און לערנען פלייסיג, אזוי שיין ווי דו קענסט די א'-ב' \ חומש, זאלסטו קענען נאך און נאך משניות און גמרא, און דיינע עלטערן זאלן שעפן פון דיר פילע הויפענעס נחת!

בר מצוה בחור:

זאל דער אייבישטער דיר העלפן, אז די אריינגאנג אין די עול התורה והמצוות זאל זיין מיט א גרינגקייט, און דו זאלסט קענען ווייטער שטייגן מיט אלעם בתורה ויראת שמים, הנאה האבן פון די מצוות און עס מקיים זיין מיט שמחה, און זאלסט האבן אלעס וואס דו וואונטשט זיך אין דיינע בחורישע יארן, אין א גוטע שעה.

סיום מסכתא:

מזל טוב, לחיים, כשם שזכית לסיים מסכתא זו, כך צזכה לסיים מסכתות ומקצועות אחרים, זאלסט ווייטער שפירן די מתיקות התורה, און די אלע שעות לימוד התורה זאלן דיר ווייטער באגלייטן אויף טריט און שריט און זיין פאר דיר מליצי יושר.

חתן געווארן/ ביים תנאים/ אויפרוף:

מזל טוב, זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, ענק זאלן צוזאמען אויפשטעלן גוטע לעכטיגע דורות און האבן א גליקליך און צופרידן לעבן, און איר זאלט האבן בני בריכי חיי אריכי ומזוני רווחי און אלעם גוטן א גאנץ לעבן. אגב, איך הער אז דו האסט גוט אריינגעכאפט, פשיהא, קען נישט זיין בעסער...


חתן ביים קבלת פנים:


מזל טוב, זאל דער אייבישטער העלפן אז די אלע תפילות וואס דו און די כלה האבן היינט געבעטן זאלן אייך באגלייטן א גאנץ לעבן, איר זאלט גיין אונטער די חופה מיט די רעכטע פיס, און האבן ווייטער די שמחה אויף א גאנץ לעבן, עס זאל ענק קיינמאל גארנישט פעלו, וימלא ה' כל משאלות לבכם לטובה.


 המשך יבוא כשהזמן יספיק, על:
ביים חתונה/ שבע ברכות:
סוף דרשה ביי שבע ברכות (אויך פאר מחותנים זיידעס):
געבורט פון זוהן/טאכטער:
  שלום זכר/וואך נאכט/ברית:
חדר פירן פון זוהן:
 בר מצוה פון זוהן:
  א שידוך געטוהן/תנאים/אויפרוף:
 חתונה פון קינד/שבע ברכות:
   געבורט פון אייניקל/ברית:
בר מצוה פון אייניקל:
חתונה פון אייניקל:

די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

א מחי' האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן: געוויסע ווינטשן ביי א מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין לתורה "ולבעל תורה" ולחופה ולמעשים טובים

איי א מיידל לערנט דאך נישט קיין תורה אבער עס שטייט דאך ואל תטוש תורת אמך

זאגסט עפעס, זאג שוין אינגאנצן.
אין באבוב וואונטשט מען, אנשטאט לתורה זאגט מען "לבעל תורה", וויבאלד זי לערנט דאך נישט קיין תורה.
די וואס זאגן ביידע, לתורה ולבעל תורה, האבן פשוט פארגעסן און זיך געכאפט דערנאך...

אזוי ווי מגדיל און מגדול...


נישט וואר, עס איז דא פלעצער ווי מען זאגט לכתחילה די נוסח. און פארוואס דען נישט, עס האט דאך א פשט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

יישר כח הרב שמעלקא!

זאל דער באשעפער העלפן, אז כשם וואס דו האסט מיר געהאלפן און געהאלפן אסאך וועלכע מוטשענען זיך דערמיט, זאלסטו ווייטער קענען זיין אויף די זייט פון די משפיעים און נישט פון די מקבלים, די זאלסט זיין געבענטשט מיט בני חיי ומזוני רויחי, און אסאך סייעתא דשמיא אין אלע הינזיכטן, אמן כן יהי רצון.
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

יישר כח שמעלקא אלע ברכות זאלען מקיים ווערען ונאמר אמן!!!
Tornado watch
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:07 am

Re: וואונטשן ביי שמחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tornado watch »

.
ר' חננאל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:19 pm

Re: וואונטשן ביי שמחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' חננאל »

Tornado watch האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:59 am
.
ברוך מחיה מתים!

איר מאכט א שמחה יעצט?
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”