וואונטשן ביי שמחות
על כן, עס קומט אויס צו גיין אויף אלע ערליי שמחות, שלום זכר, קידוש, וואך נאכט, ברית, פדיון הבן, אפשערן, בר מצוה, ווארט, תנאים, חתונה, שבע ברכות, א.א.וו. און מען דארף אנווואונטשן די בעל שמחה, טאטע, זיידע, פעטער, ברידערס, שוואגער, דארף מען אייביג זיך אפשטעלן טראכטן וואס וואונטשט מען פאר יעדן באזונדער, אסאך בעלי שמחות וועלן טאקע פארדעם נישט לאזן אויסרעדן, ווייל ער פארשטייט אז ער ווייסט נישט וואס צו וואונטשן, פון די אנדערע זייט זענען אבער דא בעלי שמחות וואס וועלן ווארטן ביז יענער ענדיגט דעם גאנצן פזמון און נאכדעם צוריקווואונטשן, און אז איינער ווייסט נישט וואס צו וואונטשן טוישן זיך אים די פנים אויף עטליכע קאלירן... ואכמ"ל
די זעלבע זענען דא בעלי שמחה וואס וויסן נישט וואס צוריק צו וואונטשן, און מען ענפערט בלויז "אמן", אדער צומאל "ביי די אויף שמחות", און פארשטייט זיך אז עס זענען אויך דא פארשידנארטיגע מענטשן וואס וועלן בעטן "וואונטש מיר צוריק א ברכה"...
איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק צו עפענען אן אשכול "וואונטשן ביי שמחות" ווי די חברי האייוועלט זאלן קענען אויסשמועסן אלע ברכות וואס צו וואונטשן ביי שמחות, באזונדער פאר די בעל שמחה, טאטע, זיידע, פעטער, ברידער שוואגער, וכדו', און אזוי אויך פאר בעלי שמחה וואס צוריק צו וואונטשן.