האסט מיך דראמאטיזירט צו די מאקסימום, און ביי די קלימאקס מיך געגעבן אזא לאז איבער אזוי פארפרוירענערהייט אזש ס'האט גענומען אפאר מינוט צו כאפען פונקטליך ווי איך געפין מיך.
טענקס און געדענק אז מיר ווארטען אנגעצויגענערהייט אויפן פארזעצונג.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט, עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן.און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
ר' בערל, ביסט מורא'דיג ! כהאב נאכנישט געליינט די צווייטע חלק, אי"ה. איך מיז עס ליינען ! אפשר מאך עס פאר א PDF וועל איך עס קענען ליינען שבת אויפן פאטעל . תודה
א פולקאמער ראן וועי מיט אלע פיטשיווקעס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, פון די שטאל וואס האט געדינט ווי א געהעריגע מאדענעזירטער הענגער פאר א קליינעם פליגער, האט זיך געצויגן ארויס פון די אונטערשטער טיר אריין אין וואלד.
גאר פאכמאניש און קונסטליש אויסגעשניטן צווישן די ביימער איז געווען א וועג, אז א קליין עראפלאן זאל קענען אדורך שניידן דעם וואלד ביז צו א גרויסן אויסגעהוילטען שטח אין מיטן וואלד פון ווי א קליין פליגער זאל זיך קענען הייבן.
באריס איז פון מינוט צו מינוט געווארן מער און מער אנטשלאסן יא אויסצופירן זיין מיסיע ביזן סוף, כאטש עס איז געווען אומריעליסטיש און אן קיין געהעריגע מיליטערישע סטראטעגיע, צו גיין שטורעמען א מיליטעריש פעסטונג ערגעץ ווי אין די וויסטעניש, ווי עס זענען צוזאמענגענומען א שיין צאל פון זייערע מיטגלידער, אין די צייט וואס זיין גרופע באשטייט פון סך הכל דריי געלערנטע רוסישע קאמאנדאס, טאקע גאר געשולטע קעמפער, אבער נאך אלץ אן קיין געהעריגע מאשינערי אפצוציען פון דא אין צייט פון נויט.
די אמביציעס אבער און זעלבסט ווירדע האבן אים געטריבן מיט ענערגיע ווי פון א מאסיווע פאוער פלענט אן קיינע חשבונות, ער מוז אויספירן.
באריס האט גענומען א פאזיציע אין שאטן פון א ווילדער פלאנצונג אונטער איינע פון די פענסטערס ווי די גרויסע ווילד באוואקסענע בלעטער האבן פארדעקט אים מיט זיינע באגלייטער.
און פון דארט אנגעהויבן אבזעווירן די פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן אינם גרויסן זאל ווי עס זענען געווען צוזאמענגענומען צענדליגע יוגענטליכע געקליידעט און די זעלבע מונדרין.
איין זאך האט אים בארואיגט אז די יוגענטליכע זענען נישט געווען באוואפענט.
[align=center]* * *[/align]
מאטי האט זיך ערוועקט פון זיין אומרואיגע דרימל וואס ער האט עספיעט אריינצוכאפן אין דעם עקלהאפטיגן ביידל, פון די האסטיגע בילן פון א ווילדן אנגערייצטן הינט.
גלייך דערויף האט זיך געהערט די אפקלאנג פון שווערע שטיוול טאפען אין די נאסע ערד, וועלכע דערנענטערן זיך צו אים.
מאטי האט זיך גענומען ווארפן אלע גלידער פאר שרעק און קעלט אינאיינעם, ממש ארויס פון קאנטראל, די קניען זיינע האבן זיך געהאקט איינע אין צווייטן ווי מיט האמערס אז ער האט זיך נישט געקענט האלטן אויף די אייגענע פוס.
אבער ביז א מינוט האט ער געטראפן די טירן צום צענטראלן זאל פון די געביידע.
ווען די קאוד 'היידא' האט זיך געהערט אין די רוסישע קאמיניקאציע אפאראטן אין די אויערן, האבן זיך די טירן אין ביידע עקן פון זאל אויפגעפראלט גאר ווילד, ווען א געשריי פארגליווערט די לופט.
הענט אין די הייעך.
א רונדע קוילן פון ביידע עקן זאל פליען ארויס אין די לופטן אלץ ווארענונג, אין די זעלבע סקונדע האט א פענסטער זיך אויסגעשאסן אין א הויפן גלאז, און א דריטער, באריס שפרונגט אריין מיט א מאשין גאן און די הייעך.
קיינער רירט זיך נישט פון פלאץ, האט ער געשטורעמעט.
נאך פאר איינער האט זיך געקענט ארנטיערן פון די אומגעראכטענע אטאקע, האט דער ריזן געשטאלט פונעם קאמאנדיר א כאפ געטוהן מאטי אין זיינע הענט און א פאכע געטוהן א רעוואלווער צו זיין קאפ.
א דיקן בוך וואס סטאפנאווסקי האט גענומען מישן מיט די האנט, האט זיי אנגעהויבן אויסקלארן אביסל די סיטואציע.
דער פוילישער אנטיסעמיט האט מיט זיין גרויס חכמה אנגעהויבן פארצוליינען פאראגראפן פון דעם געמיינעם בוך 'מיין קאמף' פון דעם צורודערטן צורר היהודים היטלער ימ"ש.
ער האט עהרנסט געפלאנט זיך צו נעמען ברעין וואשן די צוויי אמעריקאנע אגענטן און אויפקלערן אז ער מיט זיין אונטערערדישע פארטיי, וואס ער בויעט דא אויף מיט זיינע מיליטערישע כוחות און קאנטאקטן וואס ער האט אינערהאלב די גאנצע פולישע רעגירונג, און יעצט מיטן פארכאפן דעם יודע דעם מאטי, טוהט ער גאר די גרעסטע טובה פאר די אלוועלטליכע מענטשהייט.
דאן האבן זיי שוין אנגעהויבן צו באמערקן די אלע האקן קרייצן אויף אלע ווינקלען אין צומער, און די גאנצע בילד האט זיך אנגעהויבן אויסקלארן מיט איר פולסטן קלארקייט אבער טראגישקייט.
ווי ווייט אנטיסעמיטיזים דערגרייכט. אז אפילו אויף אזא הויכע פאזיציע אין די פולישע רעגירונג, ווערט ער ממש צוריקט און צורודערט פון אזעלכע פינסטערע אידיאלן. די סקרין האט זיי אויפגעוועקט און ווי געמאנט פון זיי. איר זענט דא פאר א געוויסע אורזאך.
ארויסצונעמען דעם געפאנגענעם משכון פון צווישן די צוויי בלוטדארשטיגע חיות בליץ שנעל, נאך פאר זיי עספיען אים צו פארוואונדערן אדער גאר פאטאל אוועק צו לייגן.
הער סטאפנאווסקי, האט דזשעק אנגעהויבן מיט א זיסע שטומע, דו ווייסט וואס, דו זאגסט דאך אזוי גוט, אבער וואס איז דיין פלאן דא מיט דיינע אומגעווינטשענע געסט וואס דו האסט דא באקומען אונטן אין זאל.
דאס וועלן מיר שוין זעהן און א מינוט ארום, די ערשטע זאך זאלסטו יעצט אריינזאגן פאר דיין אגענט דארט אונטן אין אויער ער זאל יעצט באפרייען דעם יודע אין די הענט פון די רוסן.
גאר קורצליך האט זיך די העליקאפטער צוריק באוויזן איבער די הימלען אראפלאזענדיג א קארב, אין ווי מאטי איז אריינגעלייגט געווארן, ווען מיטן שטריק כאפן זיך מיט די צוויי אמעריקאנע אגענטן.
ביז אפאר שעה איז שוין מאטי געזיצן אויף א פליגער אויפן וועג אהיים, נישט קענענדיג זיך גלייבן, וואס עס אריבער אויף אים אין א קיימא לן פון בלויז צוויי טאג.
און געלויבט דער פון אויבן וואס פירט יעדן טריט און שריט האט ער זיך פארטשעפעט מיט די אמעריקאנע אין האטעל וואס זענען געווען דערנאך די גוטע שליחים אים ארויס צו ראטעווען אין דעם אומבגלויבליכן רעטונג, פון די בלוט דארשטיגע אידן פיינט מיט גאנצע גלידער.
[align=center]*[/align]
אויפצומארגנס האבן די פולישע מידיע קוועלער געוויסט צו מעלדן אזוי פיל, אז א קליינעם פליגער האט מיסטעריזעז אראפגעקראכט איבער הויכע בערג, ווי דער גרויסער דעטעקטיוו סטאפנאווסקי מיט נאך עטליכע געהילפן, זענען געהארגעט געווארן, און פריצייטיג גענדיגט זייער פארשאלטענע לעבן.
וואס ווייניג האבן אבער געוויסט, איז, אז עס איז געווען נישט מער ווי א אייגענע באשלוס צו ענדיגן זיין מיאוס'ן לעבן, איידער ווי אריינצופאלן אין די הענט פון געזעץ.