א גרויסע דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך מטריח געוועהן און מיטגעטיילט זייערע ידיעות [טייבעלע, שפה ברורה, נא_שכל, חאצקעל פרייליך]
איבערן קונטרס 'מעין טהור' פונעם ישמח משה זי"ע.
דער קונטרס וואס הגם אין די אלטע היים איז דאס געווארען איבערגעדרוקט עטליכע מאל, איז כיום דער קונטרס ווייניג באוויסט און נאך ווייניגער באנצוט. אין אונגארן בפרט איז דער קונטרס'ל גענוצט געווארען כמעט אין אלע שטעטלעך פאר כלות ווי אויך פאר חתנים.
געהערט אמאל פון איד וואס האט חתונה געהאט גלייך נאך דער קריג, ווי ס'נישט געוועהן איינער וואס זאל זיך ריכטיג אפגעבן מיט לערנען די הלכות, אבער וואס יא איז געוועהן אז זיינס א פארהייראטא חבר האט איהם געגעבען דעם קונטרס וואס ער האט באקומען פון זיינס א חבר און אזוי מיט דער קונטרס אין דער האנט מיט אביסל הילף פונעם חבר האט ער געוויסט וואס ער האט צו טוהן. דער מעלה פונעם קונטרס איז געוועהן אט א דאס וואס פאר פונקט הונדרעט יאר פריער האט דער ישמח משה מקדים געוועהן רפואה למכה אין בערוב ימיו זיך אראפ געלאזט בבחינת וירד משה מן ההר אל העם צו די פשוטי עם און זיך געזעצט שרייבען די וויכטיגער הלכות בלשון אידיש.
נאך דער קריג איז דער קונטרס כמעט ווי פארגעסן געווארען, און זיכער נישט גענוצט געווארען אין פראצענט ווי אמאל. כאטש וואס בעניני טהרה קען מען זיך אסאך לערנען די פסקי הלכות אין די ענינים ווי אזוי דער ישמח משה האט עס אהער געשטעלט.
*
דער סיבה פארוואס איך האב געטראפען די קונטרס אינטרעסאנט איז געוועהן צוליב א געוויסע הלכה וואס איך האב בשעתו געהערט פון 'לאנסבערגער רב שליט"א וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט איבערגעגעבען פאר זיין פאטער ז"ל, נאכען דאס מיר זאגען האט ער צוגעלייגט "הגם דער [סאטמאר] רבי זי"ע האט אזוי געזאגט פאר מיין טאטע להלכה ולמעשה, איז עס אבער נישט אנגענומען און מ'טוט נישט אזוי". שוין קבלתי און געגאנגען ווייטער, נישט איז נישט, געוועהן אמאל וואס איך האב געפרעגט א דיין איבער דעם [כ'האב איהם נישט געזאגט אז סאטמאר רב האט 'אויך' אזוי געהאלטן], איז איהם געוועהן א חידוש אז עס איז בכלל דא א צד היתר וכו', אזוי איז געוועהן עטליכע מאל.
ויהי היום, האב איך אנגעטראפען א ת"ח א שטיקעל ידען, איז פונקט אויס געקומען צו שמועסן איבער יענע פסק הלכה, זאגט ער מיר אלץ א דבר פשוט מאד דער ישמח משה פסק'נט שוין אזוי אין זיין קונטרס מעין טהור. איך האב איבער דערציילט בפרטיות איבער וואס דער לאנסבערגער רב האט מיר געזאגט בשם סאטמאר רב, ס'איז איהם געוועהן א דבר חדש דער ענין.
דער לאנסדבער רב ווען איך האב איהם איבערגעבען מיין טרעפענישט, האט ער זיך אזוי געפרייט כמוצא שלל רב, נאר וואס האט ער מיר געזאגט אז דאס איז זיכער אז דער רבי האט אנגענומען דעם פסק פון זיין זיידע אלץ אין להרהר אחריה, נאר ער [דער לאנסבערגער וואס האט בכלל נישט געוויסט אז דער ענין שטייט אין מעין טהור] איז געווארען אטאקירט מבית ומבחוץ היתכן ער מאכט אויף נייע פסקים לקולא, היעלה על הדעת אזוי צו זאגען ווען "סאיז אנגענומען" לחומרא. מאז ואילך ווען ער האט אויס געלערנט מחמיר צו זיין ושלום על ישראל, ווער זוכט זיך אומזיסטיגע עגמת נפש?
עכ"פ היוצא לנו מזה אז דער רבי האט יא אנגענומען דעם מעין טהור להלכה ולמעשה.
(ווער עס וויל וויסען דער מדובר קען מיר בעטן באישי).
*
פונקט ווי דער קונטרס איז געווארען איבערגעזעצט מיט פארשידענע ערליי שינויום געוואנדען אין וועלעכע מקום דאס איז געדרוקט געווארען, אזוי וואלט מען אויך היינט דאס געדארפט איבערדרוקט אינעם היינטיגען אידיש נישט נאר פאר פרויען נאר אויך פאר מענער, וויפיל אזעלעכע חיבורים קורץ שארף און קלאר איז פארהאן אין אונזער היימישע אידיש? נאך דער צו וואס די הלכות ופסקים איז געוועהן ביי אונז זיכער אנגענומען.
מיט דעם פארשטיי איך שוין [א דאנק ידידינו אוצרות ליסקא] פארוואס הרה"ק מליסקא האט געבעטן דוקא פון די לעמבערגער מדפיסים צו דרוקן דעם 'מעין טהור' ווייל יענער 'אידיש' איז געוועהן דער אידיש וואס מ'האט גערעדט עכ"פ אין זיין געגענט.
*
ווי אויך איז רעכט צו זאגען אז נאכען אדורך קוקן דעם קונטרס מיט ישוב הדעת, איז דא פיל פלעצער ווי מ'קען ארויס נעמען און מדייק זיין וואס ער האט געהאלטן, און בכלל אז עס איז דא היינט צו וואס די חתנים מלמדים זאגען להיפוך וואס עס שטייט דא אין דעם קונטרס. {ווען איז און פארוואס איז געווארען די טויש?].
ווי אויך זעהט מען אין דעם קונטרס וואס פאר א הייליגע אבער פראקטישע שפראך דער הייליגע ישמח משה זי"ע האט פארמאגט.
ועוד יש להוסיף בזה.