איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?
לעכטיגער האט געשריבן: ווייסט איינער פון א קלארע בירור - חוץ פון די בעלי מכשירים - בנוגע די ברכה אויף לייט גרעיפ דזשוס.. און פארשטייט זיך צו ס'איז כשר לקידוש..
עקבי הצאן האט געשריבן: פארוואס זענען די בעלי מכשירים נאר נאמן אויף כשרות און נישט אויף דיני ברכות הפירות וקידוש?
באלאנגט אפשר נישט אין די אשכול.
כ'האב דען געזאגט אז זיי זענען נישט נאמן ח"ו, מען פארלאזט זיך דאך אויף זיי אויף הארבע דיני איסור והיתר..
די חילוק איז גאנץ פשוט. מ'דארף א רב המכשיר וואס זאל אוועקשטעלען א סיסטעם בתכלית ההידור. אין אויב ס'מאכט זיך א שאלה דורכאויס די פראדוקציע זאל זיין א קאמפעטענטע רב וואס קען פסק'נען אדער זיין מקושר מיט אן ערליכע רב/דיין וואס פסקנ'ט בדיני איסור והיתר.
משא"כ אז ס'דא א שאלה אינעם עצם פראדוקט איז אן אנדערע מעשה. למשל ווען ס'איז ארויפגעקומען די שאלה פון די אפערירטע קיען, האבען דען די בעלי מכשירים אליינס דעסיידעד וואס צו טאן? צו ווער ס'מעג ניצען ספעלט מצה בפסח, פרעגט יעדער זיין רב, נישט מ'פארלאזט זיך אז ס'האט א מהודר'יגע הכשר, גאר די זעלבע ווי די געווענליכע מצה. וכן איז דא אסאך משלים וואס נישט אלעס קען מען אויסרעכענען.
די זעלבע זאך דא. א ודאי איז עס כשר בתכלית הכשרות. דאס איז אבער קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוט'ע מיץ ענבים ווי די געווענליכע גרעיפ דזשוס וואס איז נאר פעטשערייז"ד וכדומה. כ'קען נישט די מציאות, אבער ווי ס'זעהט אויס איז צוגעגאסען אסאך וואסער.
האב איך געפרעגט צו איינער ווייסט פון א בירור פון אנדערע פוסקים (אדער קובצים...) אויף די ברכה. אין לכאורה איז תלוי אין דעם צי ס'איז כשר לקידוש