Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
עי׳ בפנקס ועד ארבע ארצות, או בפנקס המדינה, וועגן זייערע תקנות איבער סטראקעס.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
איטשע האט געשריבן: ערשטנס אמאל פלעגט אלעס גיין סטראקעס [גוים אויך], ספלעגט זיין דאלדענע זילבערנע, פעלץ און סאמעט, סאמעט איז געווען די ביליגסטע סטראקעס.
עי׳ בפנקס ועד ארבע ארצות, או בפנקס המדינה, וועגן זייערע תקנות איבער סטראקעס.
איטשע האט געשריבן: ראיה לדבריי די באקאנטע סטעמפל פון משפחה רפא פון איטאליא, עי׳ בסו״ס מנחה בלילה.
נא_שכל האט געשריבן: ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויף דעם ריכטיג, למעשה רעדט מען דא פון עטליכע הונדערט יאר צוריק, אונז באגרייף מיר בכלל נישט זייער צוגאנג צו זאכן, לטב ולמוטב, פון איין זייט זענען זיי געווען קדושים וטהורים, אבער פון די אנדערע זייט איז געווען א מציאות פון זאכן וואס מיר קענען היינט בכלל נישט פארשטיין, פון איין זייט קען זיין צוליב זייער גרויסע קדושה האבן די ציורים וכדומה להן בכלל נישט מעורר געווען ביי זיי מחשבות רעות וכדומה, כידוע הדברים אז ווי מער מ'איז פארזונקען אלס מער מיינט מען אז אלעס איז טינופות, מ'האט נישט די נאטורליכקייט, בבחי' אדם וחוה וכו'. אבער פון די אנדערע זייט, זענען די דורות דאן געווען מער אויסגעמישט און סאך מער אפען בעניני צניעות, מ'קען עס זען זיי פון אלטע בילדער, און סיי פון די דרשות וואס דער יערות דבש און אנדערע גדולים אין בערך יענע צייטן האבן נאך געדארפט מעורר זיין נישט צו טאנצן בתערובות, דאס איז נישט געווען קיין איינצלנע מאל, דאס איז געווען דער מנהג. ווי אויך פלעגט דעמאלטס די חתן גיין צו די כלה אין שטוב, צו סעודות, און מ'פלעגט דארט פארברענגען..., און די ספרים האבן מעורר געווען דערויף. אבער דער מנהג איז געווען נפוץ.
עכ"פ לעניננו, 1) די מדפיסים זענען דעמאלסט געווען גוים, און זיי זענען געווען בעה"ב אויף די "אותיות" און אוודאי אויף די "צורת השערים". די זאכן זענען געווען זייער שווער צו מאכן, און ס'איז געווען א טייערע ארטיקל, מ'האט נישט געמאכט ביי יעדע ספר נייע, מ'האט עס כסדר איבערגענוצט, און די מחברים האבן גארנישט געקענט טון. ס'מעגליך אז מ'קען טרעפן די זעלבע שערים אויף גויאישע ספרים פון יענע צייטן. די פראבלעם האט באקומען א שטיקעל תיקון מיט די אידישע מדפיסים.
2) אפילו ביי די אידן, איז געווען אזא זאך ווי ארט, מ'האט געמאלן און געמאכט ציורים, פון זאכן וואס מ'וואלט זיך היינט נישט געחלומט, ס'האט גארנישט געמיינט. נישט אלעס איז געווען אזוי שווארץ און ווייס ווי היינט.
3) כנ"ל אז דעמאלטס איז דער גאנצער ענין נישט געווען אזוי ווי היינט אזא פארבארגענע זאך, קינד און קייט האבן אלעס געוויסט. מ'איז נישט געווען אזוי הייליג און pure ווי היינט. נעם נאך א דוגמא מ'האט געוואוינט אין קליינע דירות פון צוויי שטובער און מ'האט געהאט קינדער, און דערנאך האט מען נאך אריינגענומען אין שטוב אויף קעסט דעם חשובן איידעם, און ער האט אויך געהאט קינדער. עכ"פ מ'האט אלעס מיטגעהאלטן און געוויסט, ס'נישט געווען אזא טאבו ווי היינט. ממילא ווען מ'האט געזען די בילדער איז עס געווען א בחינה ווי אדם פארן חטא, ס'האט גארנישט שלעכט גערעדט סך הכל אביסל שיינע ארט.
כנלענ"ד.
ועוד חזון למועד אי"ה.
נא_שכל האט געשריבן: נעם נאך א דוגמא מ'האט געוואוינט אין קליינע דירות פון צוויי שטובער און מ'האט געהאט קינדער, און דערנאך האט מען נאך אריינגענומען אין שטוב אויף קעסט דעם חשובן איידעם, און ער האט אויך געהאט קינדער. עכ"פ מ'האט אלעס מיטגעהאלטן און געוויסט, ס'נישט געווען אזא טאבו ווי היינט. ממילא ווען מ'האט געזען די בילדער איז עס געווען א בחינה ווי אדם פארן חטא, ס'האט גארנישט שלעכט גערעדט סך הכל אביסל שיינע ארט.
.
איטשע האט געשריבן: זה למשל די באקאנטע פראגער הגדה.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
עוג מלך הבשן האט געשריבן: האמיר א פיינער גיטע תירוץ אויף אלעס היינט, ס׳הייסט ארט..
כמובן, אבער גיי לייג אהער די בילדער פון משה ואהרן מיט חוה פאר׳ן חטא , נאכער גייט מען מיר ערקלערן אז א גוי האט עס גקריצטנא_שכל האט געשריבן:איטשע האט געשריבן: זה למשל די באקאנטע פראגער הגדה.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
שוואכע מעשיות... נישט פון דעם רעדט מען, נאר פון ברחל בתך הגדולה...
איטשע האט געשריבן:עוג מלך הבשן האט געשריבן: האמיר א פיינער גיטע תירוץ אויף אלעס היינט, ס׳הייסט ארט..
דא ליגט דער אונטערשייד
דער פראסטאק זעהט שמוץ, דער אינטיליגענטער זעהט קונסט
אויב זעהט מען נישט די שיינקייט פון די קונסט
און מען וויל נישט פארשטיין די דעת פון פריערדיגע דורות
איז עס א חסרון אינ׳ם מבחין נישט פונ׳ם נבחן
ודו״ק כי קצרתי והמב״י