דילעמעס פון א מגיה
זאל ער ניצן א ווארט וואס איז די מערסטע פאסיג אדער די מערסטע פליסיג? זאל ער אויסלייגן דאס ווארט אזוי ווי דאס ווערטערבוך פסק'נט אדער ענדערש לאזן אזוי ווי רוב שרייבערס שרייבן (אפילו אויב ער ווייסט אז זיי שרייבן נישט אזוי בכוונה נאר מכח חסרון ידיעה) און ווי "דער עולם" איז געוואוינט? ווען איז א ווארט גענוג "כשר" צו ניצן לכתחילה אין אידיש און ווען הייסט עס "צו פרעמד"? לאזן לויפן מער נאטירליך, אדער זיין א "גרעמער נאצי" און זיך איזדיעקעווען אויף יעדן אומאויסגעהאלטענעם שטרעכל? לייגן א דגש צו זיין "קארעקט", אדער ענדערש לאזן וויאזוי עס שרייבט זיך, יעדער לויט זיין אייגנארטיגן, אידיאסינקראטישער סטיל? דאס דערמאנטע ווייניג-באניצטע ווארט דערמאנט ווידער א דילעמע: ענדערש ניצן דאס ריכטיגע ווארט וואס מען שפירט איז פאסיג און זאלן די נישט-ווייסער נאכקוקן און יא וויסן מהיום והלאה, אדער אפשר לאז געמאך, האלט זיך צו ווערטער וואס זענען אלעמען באקאנט? און אפילו מען וויל פסק'ען -- אדער פסק'ענען -- ווי דעם צווייטן צד, איז די פרישע שאלה, וואו איז די ליניע? ווען איז נאך א ווארט בגדר פליסיג, באקאנט, "נארמאל", און ווען גייט עס באטראכט ווערן ווי "סענדערדייטשיש" און שטערן טייל ליינער? ווי ווייט דארף מען זיך פרובירן האלטן צו אידיש און נישט אריינלאזן קיין "סלענג" און ווען איז שוין בעסער צו ניצן דעם אנגליציזם ווי איידער זיך האלטן מיט מסירת נפש צו א אידיש ווארט וואס האלב וועלן עס נישט פארשטיין?
אויב קלאפט זיך עמיצער אן אין אזעלכע סארט שאלות און ספיקות, איז גוט צו האבן א פלאץ וואו מ'קען זיי אויסשמועסן. ווער עס האט א ידיעה, א מיינונג, א סברא צו העלפן אויסקלארן -- אדער אפילו צו טיפער פארפלאנטערן -- די סוגיא, און אוודאי אויב עמיצער האט א לעזונג, לאזט זיך ביטע הערן.
*
לאמיר אנהייבן מיט א ווארט וואס איך האב געדארפט שרייבן לעצטע וואך און עס האט מיך געמאכט ארבעטן.
אנקומענדיג צום "קאסקיאסקא (Kosciuszko) בריק" – נישט מיט א קאר און אויך נישט צופיס, נאר אויפ'ן פאפיר – האב איך זיך אפגעשטעלט טראכטן: אומצאליגע מאל בין איך שוין געפארן אויף דעם בריק, אבער וויאזוי איז דער ריכטיגער אופן צו זאגן דאס ווארט און עס שרייבן אין אידיש?
דארף זיין גרינג נאכצוקוקן, טראכט איך. איך האב עס בעיקר געהערט פון משפחה און חבירים, אלעס היימישע, אבער ביים אלגעמיינעם המון איז עס מן הסתם א פשוט'ע זאך, מען פארט דאך אויף דעם יעדן טאג און די טראפיק באריכטן מוזן דאך כסדר מעלדן דערוועגן.
שטעלט זיך ארויס אז דער בריק הייסט על שמו פון א פוילישן אינזשעניר און דער נאמען ארויסצוזאגן איז גארנישט אזוי איינפאך. ניו יארקער איינוואוינער האבן אויך חילוקי דעות וויאזוי צו רופן דעם בריק, און עס זענען פאראן א שיינע צאל ווערסיעס אויף דעם איינעם Kosciuszko.
טייל זאגן קאשוסקא, אנדערע זאגן קאסטשוּסקא, אדער קאטשאָוסקא. אויך איז דא א גירסא פון קאזיאסקא, אדער קאטשיאוסקא. ווייטער זענען דא וואס זאגן קאסקיאוּסקא, אדער קאסקיאָסקא.
פארשטייסטו שוין פארוואס טייל מענטשן רופן עס בלויז די " K בריק", און פטור א קאפ-וויי.
ביי דער לעצטיגער באנייאונג פון דעם איבערגעמאכטן בריק קען מען הערן ווי אין זיין רעדע זאגט גאווערנאר קאומא " קאשוסקאברידזש", וואס דאס איז לכאורה די פארשפרייטסטע ווערסיע צווישן ניו יארקער. אבער לויט ווי דער ניו יארק טיימס ברענגט איז קאשושקאדי נאנטסטע צום פוילישן אריגינעל, כאטש דאס איז אונז נאך לגמרי נישט מחייב.
היימישע אידן, ווי ווייט איך האב געהערט, זענען זיך נוהג צו זאגן קאסקיאסקא, און אזוי קענט איר דאס זען געשריבן אויפ'ן פאדערשטן דעקל פון "די צייטונג" לעצטע וואך. אנדערע, דאכט זיך, זאגן קאסיאסקא, אן דעם ק'. ובכן, לאמיר הערן, וויאזוי זאגסטו?
נישט קיין חילוק וועלכע ווערסיע פונעם ק' בריקמען קלויבט, איז דער עיקר אנצוקומען אויפ'ן אנדערן זייט בשלום – נישט בלייבן פארהאנקערט צווישן די ברויזנדע שפראך כוואליעס.