שוין, און יעצט האב איך בעזרת אדון כל דערגרייכט אל המנוחה ואל הנחלה... מאכנע שפירן דעם מנוחה דערגרייכנדיג אל ההרים ואל הגבעות, אין די שויס פון נאטור וועלכע שפיגלט זיך אפ אויף די מאונטענס בערג, אבער ביי מיר פארמאגט דאס גענצליך א אנדערע סארט דערהער.
נאך וואכן לאנג פון שווערע הארעוואניע, ווידמענענדיג יעדע איבעריגע מינוט פונעם אנגעלייגטן סדר היום פארן אט די פראיעקט, ווערט ענדגליטיג פארפארטיגט די אומגלויבליכע 'לאמטערנע נומער 2'. אנדערש ווי ביים ערשטן אויסגאבע איז דאסמאל אויסגעוועהלט געווארן דעם 'שהצניעות יפה לה', און אן קיין עקסטערע פראפעגאנדע האט זיך געווידעמעט פון אונטער די קוליסן א העכסט געהיימע שפאנונג, ווי די 'לאמטערנע שטאב' זיצט שוין וואכן און חדשים און ארבעט איבערמידלעך אויף א זעלטן אינהאלטסרייכער אויסגאבע, פון איבער הונדערט בלעטער אנגעפילט מיט רייכע ארטיקלן.
עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז פון איין זייט איז טאקע אויסגעוועהלט געווארן דעם צניעות, און עס איז אנגעהאלטן געווארן א גענצליכער שטיל-שווייגעניש מטעם די שטאב, איז עס אבער פון דער אנדערער זייט געווען א שווערע באשלוס, זאגאר, פונקט ווי די קאר דארף די מינימאלע גאזאלין פארענדיג אויפן שאסיי, גענוי די זעלבע זענען מיר, מענטשליכע געוויקסן, אנגעוואנדן אין די 'שפאנונג סומאטאכע' וועלכע ברענגט אריין ענערגיע און מוט צווישן די ארבעטער ווייטער אנצוגיין.
טראצדעם, איז געפאסט געווארן די באשלוס דורך די הויפט רעדאקטאר וועלוול סופר און שמואל זאפיר אנצוגיין מיטן מלאכת הקודש פון אונטער פארשלאסענע טירן, און בלויז געציילטע ניקס זענען אנגעזאגט געווארן איבער די פריידיגע בשורה, דארפענדיג צוקומען צו זייער הילף ארויסצוברענגען די אויסגאבע צום העכסטן מאס סוקסעס. די סיבה דערצו איז געווען זייער פשוט און אויפריכטיג, זאגאר מיר זוכן תוכן. מיר זוכן רייכקייט. מיר זוכן א אינהאלטסרייכע פארמאט פון א אויסגאבע. זייענדיג אומגעבינדן צו סיי וואספארא סארט דרויסענדע דרוק, פרעשור אדער אומ-אינהאלטסרייכע איינדרוק, האט זיך געלאזט ארבעטן אויפן אויסגאבע מיט א רואיגקייט, פארזיכערענדיג אז מיר דערגרייכן אונזער אגענדע, און מיר שטעלן אבער פאר די חשובע ליינער 'א שטראל אין די אידישע וועלט'. עפעס וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געווען.