איז דאס לעבען מערסטענס גוט אדער מערסטענס שלעכט? א ווארט פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל
Is Life Mostly Good or Mostly Bad ?
The suffering of this world has been extremely exaggerated by the foolish popular pessimism. Most of life is happy, and most men are unblemished in their bodies. The suffering in life is minute compared to the great happiness the world enjoys. But today, after the world's mind has been poisoned, it has become necessary for men to learn happiness of life
-- Rejoice, O Youth -- minute מיינט נישט דא א מיניט אויפען זייגער, נאר מען זאגט עס "מיי-נוט" מיט דער דגוש אויפען נו"ן; און עס מיינט פיצי, זייער קליינטשיג. -- נאך א דוגמא ווי דער מידיע און פאפיולער קולטשער פאלאוט און פארסם'ט אונזערע מוחות; עד כדי כך אז די אפיקורסים ניצען קרואילטי אין די מענטשהייט אלץ א טענה קעגען דער רבש"ע, אז ווי לאזט ער דאס צו, טענה'ן זיי. טיפשים וואס עטץ זענט; (לשיטתכם) די קראולטי איז א דירעקט פועל יוצא פון ענקער סדום'ער אכזריות התנהגות און פארקרומטע השקפות; און מיט א מוח פון א חמור (עם הדומה לחמור וואס דאס מוח ליגט דארט ווי דער חמור'ס מוח ליגט) קען מען נישט אנהויבען צו פארשטיין דער באשעפער'ס דרכים.
איך האב פינקט (נישטא אזא זאך ווי "פינקט", ווייסען מיר) היינט געזעהן אין צעטיל קטן פון הייליגען רבי רבי אלימלך זי"ע ווי ער זאגט (אין אות ו') אז: ולא יניח ח"ו לשהות המחשבה רעה במוחו שלא לטמאות "שכל העליון" ח"ו; און געוואלט פארשטיין פארוואס זאגט ער "שכל העליון" און נישט בלויז "שלא לטמאות את מוחו".
האביך געטראכט אז מיט "שכל עליון" מיינט ער טראכטען ווי א איד, טראכטען ווי דער באשעפער (ווי עס שטייט ביים עץ הדעת, ונפקחו עיניכם והייתם כאלקים יודעי טוב ורע). די תורה איז שכל עליון, און מיר ווייסען דאך אז אויב ווילען מיר טראכטען ווי א איד (דאס הייסט האבען שכל עליון) דארף מען לערענען תורה. און אז די תורה איז דער בלופרינט פון דער וועלט, ווי עס שטייט הסתכל באורייתא וברא עלמא, און התורה קדמה לעולם תתקע"ד דורות; און בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין, אז פינקט ווי תבלין מאכט דאס טעם אין א מאכל, דאס זעלבע ברוחניות מאכט עס דער ריכטיגע כעמישע באלאנס אין מוח און געבט דער כח התגברות פטור צו ווערען פון א רוח שטות; עס דערלייכטערט, והמאור שבה מחזירו למוטב.
יעצט, קומען אזעליכע וואס זענען אין גאנצען אריין געטוהן אין תאוות און פרעגען קשיות (געבען תירוצים) צו בארעכטיגען זייער התנהגות. אויב די ווילסט באמת פארשטיין דער אייבעשטערס דרכים, קומט אויס לויט דער רבי רבי אלימלך; זיי נישט מטמא דיין שכל עליון וועסטו טראכטען ווי איד און נישט האבען אזעליכע קשיות (תירוצים). ווי דער באשעפער האט געזאגט צו איוב: איפה היית ביסדי ארץ; די ווייסט דען וואס איך ווייס דען בכלל צו פרעגען קשיות? און ווי ר' יונתן שווארץ זינגט: איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן וכו'" יעדער זאך האט א פינקטליכע חשבון, און דו, וואס דו ביזט יעצט אנגעקומען ווילסט שוין אלעס פארשטיין? יא, צו פארשטיין דארף מען ארבעטען אויפען דעת און זיין אריין געטוהן אין תורה, און נאכדעם ערשט ווי משה רבינו וואס איז א דורך און משיג געווען אלע מ"ט שערי קדושה, איז זיין לעצטע בקשה (חוץ זיין בקשה אריין צו גיין קיין ארץ ישראל) געווען הראינו נא את כבודיך.
און א ראי' אז דער רבי רבי אלימלך מיינט טאקע דאס, איז דאס נעקסטע שטיקעל (אות ז') ווי ער זאגט: ולא יטמא את שכלו ח"ו, זעהט מען אז מיט שכלו מיינט ער זיין שכל עליון.
אויב אזוי איז אפשר דערפאר טאקע לערענט דער מלאך אויס מיטען קינד כל התורה כולה (וואס די וועלט פרעגט צו וואס פעלט עס אויס אויב עס בלייבט דאך נישט ביי אים); אז דאס איז דערפאר אז דאס קינד זאל אריין קומען אין דער וועלט שוין טראכטענדיג ווי א איד מיט די שכל עליון. א אידיש קינד קומט אריין אין דער וועלט שוין פארמעטעד (formatted) מיט שכל עליון; פארשטייט זיך, אויב מאכט ער עס נישט קאליע. און מען קען אפשר אויך צו לייגען, אז אויב מאכט ער דאס נישט קאליע בלייבט ער א קדוש מרחם ממש בלי ערבוביא של פסולת און מיטען גאנצען שכל עליון.
פאראכטען און געמאכט א לינק צו איר ריכטיגען אשכול פון ווי גענומען.
בקיצור, עס קומט פון א אימעיל וואס קומט אן יעדער טאג צו ווער עס וויל, און דאס איז א דירעקטע קוואוט און די ווערט פון רבי אביגדור מיללער וואס ער האט געזאגט אין זיינע דאנערשטיג נאכט השקפה שיעורים אין ענגליש, אדער דירעקט פון זיינע ספרים אין ענגליש.
יישר כח הרב שפוזמאן און אז מרעדט שוין אפשר שמועסט מען אויס עצות וויאזוי מקען אינעם היינטיגען מצב אנשים כערכינו אמתדיג מקיים זיין די צעטל קטן. עס באדערט מיך שוין לאנג אז אפילו אין די חדרים לערנט מען שוין מיט די קינדער די צעטל קטן, און על פי רוב אויב זוכט מען די אמת און מוויל זיך נישט פאפן קוקט עס אויס אז אפילו מקיים זיין איין סעיף אין די צעטל קטן איז א זאך וואס ס'איז באמת שווער. און עס קען שטארק צוברעכן א מענטש (ובפרט א בחור) וואס זיין ציל איז צו שטייגן. עס קען שטארק צומישן. ניין?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אויב איז עס א נקודה וויל איך טאקע וויסן צי עס איז נישט דא עפעס א מאמר פון א גדול וועלכע רעדט איבער די נושא צו לערנען די צעטל קטן מיט בחורים? אפשר איז דא א מהלך דערין "וויאזוי" עס צו לערנען מיט זיי אז עס זאל אויפטוען באמת דאס וואס עס דארף.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אינעם לעצטן קובץ עץ חיים (קובץ כ"ח) איז דא א שיינע ביאור פון הרה"ג ר' ישראל פרידמאן רב דק"ק קלויז טשארטקוב במאנשעסטער, בענין חציף מאן דמפרש חטאיה - ביאור דברי הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע בצעטיל קטן. (בעמודים תל"ד-תל"ט)