חוץ פון דעם האט געשריבן:
2. הגאון ישראל שר התורה ר' חיים קניבסקי שרייב אין זיין הסכמה אויפן ספר 'ורוב הדברים ידוע גם לי והם נכונים וברורים'!!!
און דו ווייסט א ודאי אז הגרח"ק שליט"א איז אויך געווען דער שר המסכים אויפן קאנטרעווערסיאלער ספר 'הגאון' ........
איך האב מיך נישט באצויגען אויף פערזעדליך אויף די הסכמה פון די מענשט. נאר אויף די ווערטער וואס ער שרייבט:ורוב הדברים ידוע גם לי והם נכונים וברורים'!!! אויף ספר הגאון שרייבט ער נישט אזעלכע ווערטער!
דו האסט שוין געזעהן אמאל די הסכמה אויפן ספר הגאון?
להודיע האט געשריבן:
אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.
די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.
אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!
איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם, אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!
וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!
נקוט הי כללא בידך:נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר איז ליגנט!!!
לעצט פארראכטן דורךחוץ פון דעםאום מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
להודיע האט געשריבן:
אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.
די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.
אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!
איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם, אין אויב איינער איז א 'כבר הוחזק שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. זעה איך אייך הרב להודיע אין דעם כלל!
אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!
וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!
נקוט הי כללא בידך:נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר אין ליגנט!!!
אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.
בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.
זאגן אזעלכע ווערטער אז אויב בעלז וועט טוישן וועט ער אויך טוישן... בו בזמן וואס בעלז איז נאך געווען פון די שארפסטע קעגן די אגודה, איז בערך ווי א תלמיד פון חת"ס חדר זאל זאגן אז אויב דער חתם סופר זאל אנהויבן איינצופירן נייע זאכן, וועט ער אויך טוישן... עס איז עפעס נישט קיין גערעדאכץ פאר א גדול.
מען קען זאגן אז עס איז אן עכטער מוסר ספר, ווי די אידן האבן געהאט מסירות נפש. (פערזענליך ווער איך מער נתפעל פון די וואס האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט אין אמעריקא ווי אונטער סטאלין מחמת כמה סיבות)
בלייבן א איד - ר' יצחק זילבער Rav Avigdor Miller - His Life and His Revolution (איך האב געהאט א געלעגנהייט צו ליינען גרויסע חלקים פונעם בוך וואס וועט ערשיינען בקרוב "רבי מאיר אומר", לעבנ'ס-געשיכטע פון הרב החסיד רבי מאיר שטיין ע"ה - סטעי טונד!)
כ'וועל אייך זאגן, ביז איצט האב איך געמיינט אז ביוגראפיע מיינט אז מען באשרייבט א מענטש'נס לעבן, מיום הולדו עד יום מותו, איך זעה אבער אז דער עולם ברענגט ביכער וואס מענטשן פארציילן טייל פון זייערע מיטלעבענישן, כל הכבוד.
להודיע האט געשריבן:
אויך זיין מעשה אז דער פאפא רב, בעל ויגד יעקב, האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל, בשעת אין א בריוו שרייבט דער ויגד יעקב פעך און שוועבל אויף די אגודה.
די ערשטע מעשה פונעם בריסקער רב געדענק איך נישט יעצט. דארף איך נאכקוקען.
אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער ויגד יעקב האט אים געזאגט ווי שטארק ער האלט פון די אגודת ישראל!!!!
איך האב פונקט נעכטען גליינט די מעשה אין במחצתם, אין אויב איינער איז א 'כבר הוחזק שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. זעה איך אייך הרב להודיע אין דעם כלל!
אדרבה ואדרבה, קוקט נאר אריין אין ספר וועט איר זעהן די מהלך השמועס ווי אזוי עס איז צוגעגאנען. ער האט געזאגט פאר הרב לארנץ אז אלטס בעלזע חסיד קען ער נישט הייסען זיך מצטרף זיין צו אגודה, אבער אויב בעלזא וועט טוישן זייער מהלך וועט ער אויך טוישן!
וכידוע אז כ"ק מהר"א מבעלזא האט געטוישט טאקע נאכ'ן קריג!
נקוט הי כללא בידך:נישט א יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אז'ענדע, אין גייט נישט לפי רוחך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר אין ליגנט!!!
אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.
בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.
פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

ס'קען זיין, אלעס קען!
אבער אין דוחין "שו"ת משפטיך ליעקב" משום "במחיצתם".
למדן וצדיק האט געשריבן:

דער ויגד יעקב איז דאך שוין נפטר געווארען אדר תש"א אין דער בעלזא רב ז"ל איז דאך ערשט תש"ד ארויף געקומען קיין ארץ ישראל אין דער אלע שינויים איז געווען אלץ שפעטער ווי איז שייך צו זאגען צו דער ויגד יעקב האט אויכע'ט געטוישעט זיין מיינונג
להודיע האט געשריבן:
אדרבה, ברענגט א קלארע העתק פון דעם שמועס און קוקט נאך די דריי תשובות פונעם ויגד יעקב אין שו"ת משפטיך ליעקב או"ח סי' ס"ד, סי' ס"ה, סי' ס"ו. וואו ער איז זיך סומך אויפ'ן סאטמאר רב רבי יהודה גרינוואלד, און אויפ'ן מאדער רב דער לבושי מרדכי. און שרייבט אויסטערליש שארף אויף די אגודה. לאמיר זען צו עס שטימט.
בנוגע אגענדעס, האמיר שוין געזען דיין ריינע אגענדעס אינעם אשכול איבער ויואל משה. הצלחה אין אייער געלונגענע מיסיע צו "אויפקלערן" דעם נאאיוון ציבור.
פארוואס קען טאקע נישט זיין אז נאך וואס דער מהר״א מבעלזא האט נאכגעלאזט פון די שארפע בעלזא התנגדות קעגן די אגודה האט דער ויגד יעקב אויך געטוישט זיין מיינונג?
ס'קען זיין, אלעס קען!
אבער אין דוחין "שו"ת משפטיך ליעקב" משום "במחיצתם".
[אגב: במחיצתם איז ידוע פיל מיט באבקעס].
ווער רעדט פון דוחה זיין, כזאג ס״ה אויך אז די מעשה מוז נישט זיין קיין שקר ווייל סקען זיין אז אפשר איז עס אמת
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
למדן וצדיק האט געשריבן:
בעלזא רב אינדערהיים איז שוין נישט געווען די קנאי ווי די אמאליגע בעלזא
ריכטיג ער איז געווען אסאך ווייכער פינעם טאטען דער פריעדיגער בעלזא רב ר' ישכר בער זצ"ל אבער בעיקר האט מען עס געזהען אין ארץ ישראל, סיי אין דער הנהגה, אין סיי דער השקפה לגבי מדינת ישראל עס איז דאך ידוע מען האט גערעדט פין ברענגען א גבאי פאר'ן בעלזער רב ז"ל פין אנטווערפען (וואס אינדערהיים אין בעלזא איז געווען זיבען יאר משב"ק) וואס ער איז געווען זייער שארף אין דער רב ז"ל האט געזאגעט אז דא אין ארץ ישראל דארף מען צוגיין מיט א אנדערען אויפען, מער ווייכער, אין נישט מסכים געווען אז ער זאל ווערען גבאי

וי"א אז ר' שלום פאגעל האט מען אריינגעברענגט כדי צו האלטן דעם רב ז"ל'ס שטוב מער קנאיש... (והוא היפך ממה שידוע לכל. כך שמעתי בשם נכדיו מסאטמאר)...