דאס וואונטש פון דער ביליאנער; וועט עס צישטאנד קומען?... לכבוד די הייליגע טעג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דאס וואונטש פון דער ביליאנער; וועט עס צישטאנד קומען?... לכבוד די הייליגע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת

[align=center] - 1 - [/align]
עס זעהט אויס אז די ציוויליזאציע האט נישט אהער דעגרייכט, אין די ארומע געגנט אין די שטאט בעזשינג, אלטע אנגעקאטשטקעטע בניינים, מיט אויסגעשאסענע פענסטער, ווי שטריק הענגען פון איין פענסטער צום צווייטען, און אויף זיי הענגען די נאסע וועש, וואס זעהט אויס נאך פון די פריערדיגע יאר הונדערט, קינדער לופען ארום בארוועס, נאכיאגענדיג די אומשילדיג הינדל, דורך שטופענדיג די טאג, ביז זיי וועלן א ביסל אינטערוואקסן, עה, נישט א סך, נאר צי קענען אנהויבען ארבעטען... אין צייט ווען די עלטערע זענען אלע ביים ארבעט.

אין איין קליינטשיק צען מעטערדיגע דירה, מיט א אלטע האלצענע טיר דערויף, איז געשטאנען אויפגעשריבען מיט א שווארצע מארקער "פאמיליע טשינג", אבער וואס עפעס א פאמיליע? נאר די מוטער מיט איהר קליין יונגעל האבן דארט געוואוינט, די מוטער האט אויפגעשטאנען יעדער אינדערפרי פינעף פארטאגס, ארויס צי גיין צי די ארבעט, אנגרייטענדיג א פרישטאג פאר איהר זיבען יעריג קינד "מינג", און מיט א ווארים קיש פאר איהר שלאפעדיג יונגעלע איז זי ארויס צום ארבעט.

מינג, פון ווען ער געדענקט זיך האט ער אליין זיך געדארםט אנטוהן, נאכן אפעסען די פרישטאג, און גיין אין די רעגירונג קאנטאלירטע שולע, איז ער אהיים געקומען צי זיין ליידיגע שטוב, און באלד ארויס אין די גאס שפילען מיט זיינע פריינט, געטראפן זיין מוטער האט ער נאר שפעט ביינאכט ווען זי איז פארמאטערט אהיים געקומען, קוים האבענדיג צייט צי רעדן מיט איהם.

אבער געווען איז ער אנדערש ווי אלע אנדערע קינדער, ער איז געווען מער אינטעליגענט, און האט געהאט אנדערע שאיפות אין לעבן, צום ביישפיל, האט ער געזאגט פאר זיינע פריינט אז איין טאג וועט ער נישט וואוינען אין אזא ארומע צישטאנד, ער האט זיך געזעהן לעבן אין א בעסער צישטאנד,, אפשר אזוי ווי יענער ייכער טוריסט וואס האט דא באזוכט פון ענגלאנד.

ווען מינג איז אלט געווארן צוועלעף יאר איז ער געגאנגען ארבעטען אין א לאקאלע פאבריק, אריבער ציענדיג אהין אין די דארמעטארי, און זיך גענומען צי די עבודת פרך.

זיין טרוים איז אבער געווען מער, זיך זעענדיג שוין אלס די אויפזעער פון די גאנצע פאבריק, און קריגענדיג א שענער געהאלט, ווען ער האט עס אבער אמאל געזאגט פאר זיינס א פריינט, האט יענער אויסגעשאסן אין א הילכיגע געלעכטער, וואס מינג האט פון דעהם פארשטאנען אז בעסער ער זאל זיינע חלומות האלטן ביי זיך.

גייט פארביי א פאר יאר, מינג וואס איז שוין יעצט זיבעצן יאר אלט איז דערווייל געבליבען ארבעטען אין די זעלבע פלאץ, טראץ וואס ער האט שווער געארבעט, ארויס פון זיין פליכט, ער האט שטענדיג ציגעהאלפן ווי ער האט געקענט, טייל מאל מיט די הענט, און טייל מאל האט ער גענומען די דרייסט צי זאגן עצות, וואס זענען דוקא געווען פיינע, אבער זיינע חלומות זענען כסדר געשטיגען, און עס איז געשטיגען נאכמער ווען הויכע אפיציעלע פון די קאמפאני פון אמעריקא, זענען אפט מאל אהין געקומען, מינג איז באצויבערט געווארן פון די מענטשן וואס זענען רייך געקליידעט, טרוימענדיג מער און מער צי זיין אזוי ווי זיי.

עס מוז אבער געזאגט ווערן אז די אויפזעער האבן שטארק ליב געהאט מינג, זייענדיג אן איטעליגענט קינד, און זיי זענען אפט מאל געהאלפן געווארן מיט זיינע גוטע עצות, אבער א העכערטנג אין געהאלט, מאן דכר שמיה?...


[align=center] - 2 - [/align]
איין טאג האבן די אויפזעער איינגעמאלדען פאר אלע ארבעטער אז די "ביג בוס", די הויפט באלעבוס פון די גאנצע קאמפאני, בכובודו ובעצמו, וואס וואוינט אין אמעריקא, וועט קומען באזוכען די פאבריק, און אז מען מוז פלייסיג ארבעטען יענער טאג, פאר מינג האבן זיי געזאגט, אז די ביג בוס איז איינע פון די גרעסטע ביליאנערען אין די וועלט.

אנגעקומען איז די גרויסע טאג ווען די גרויסע באלעבוס קומט, אלעס איז געווען גרייט לקבל פניו, די ארבייטער ארבעטען פלייסיג, און די בוס קומט אריין, אנגעטוהן מיט זיין טייערע אנצונג, מיט א אויסגעצירט בלויען שניפסל, און גלאנציגע שוך, מיט שיין אויסגעקעמטע בלאנד ווייסע האר, מיט א באגלייטונג פון ארום צעהן פערזאנען שיין באקליידעט.

מינג'ס אויגען זענען ארויס פון פלאץ זעענדיג די רייכקייט פונעם בוס, אבער געוויסט האט ער אז יעצט טאר ער נישט ארויסקוקען פון ארט, נאר פלייסיג ארבעטען, און די באלעבוס שפאצירט ארום אין פאבריק, ארום קוקענדיג זיך אויף אלע זייטען.

אנקומענדיג נעבן מינג, האט זיך דער באלעבוס אפגעשטעלט, מיט שארפע בליקען האט ער אנגעקוקט מינג, ווען מינג'ס הארץ האט כמעט פארפעלט א קלאפ, האט ער געהערט ווי די באלעבוס פרעגט די אויפזעער א שאלה אין די ענגלישע שפראך, וואס מינג מיט זיין צעהאקטן ענגליש וואס ער האט געקענט, נאכן עס אויפכאפן מיט זיין גוט קאפ, האט פארשטאנען אז ער פרעגט צי ער איז א כינעזער, וואס די אויפזעער האבן אויף דעהם געענטפערט מיט א קלארע יעס, און ציגעלייגט נאך ווערטער אויף ענגליש, וואס מינג האט פארשטאנען אז זיי זאגן אויף איהם אז ער איז א פלייסיג און קלוג ארבעטער, די באלעבוס האט איהם ווייטער אנגעקוקט, און דערנאך אויסגעשטרעקט זיין הענט צי איהם, מינג האט פארלוירענערהייט נישט געוואוסט וואס ער דארף טוהן, ווען די אויפזעעהר האט איהם שנעל געזאגט אז ער זאל רייכען די האנט צום באלעבוס, מינג האט באלד צוריק געגען די האנט צום באלעבוס וואס האט איהם אנגעקוקט מיט א בלאסע געזוכט, צום שטוינונג פון די אויפזעעהר, און די באלעבוס האט באלד דענאך פארלאזט די פאבריק.

מינג איז יענע נאכט געגאנגען שלאפן מיט צעמישטע געפילען, נישט וויסענדיג וואס די באלעבוס וויל פון איהם האט ער געהאפט אז זיין טרוים גייט שוין אט אט פארווירקליכט ווערן.

[align=center]- 3 –[/align]
גייט אריבער א פאר טאג, און די אויפזעער רופן אריין מינג פאר א דרינגענדע זיצונג, דער הויפט אויפזעעהר האט איהם קורץ און שארף געזאגט, "די באלעבוס וויל דיך האבן פאר זיין ארבעט אין אמעריקא", און ציגעלייגט "מיך האט ער קיימאל נישט אהין גערופען..."

די אנדער אויפזעעהר האט בעסער מסביר געווען פאר מינג, "די באלעבוס איז זייער ענטציקט געווארן פון דיר, און הערנדיג אז די ביסט א קלוג ארבעטער, האט ער באשלאסן צי טוהן א זאך וואס ער האט דערווייל קיינמאל נישט געטוהן, און דיר לאדענען צי קומען ארבעטען אין אמעריקא", ער האט איהם מסביר געווען "אין אמעריקא, דארפסטו נישט ארבעטען א צענטל פון דיין ארבעט דא, דארפט נאר ניצען דיין קאפ צי העלפן גוט פארקופען די פראדוקטען וואס ווערן דא פראדאצירט, און די געהאלט" האט די אויפזעעהר געזאגט מיט קנאה "מינימום צוואנציג מאל אזוי פול ווי איך פארמאג".

מינג האט נישט געגלייבט וואס ער הערט, זיין לאנגיעריג חלום ווערט ווירקליך פארווירקליכט, די אויפזעעהר האבן איהם אבער מסביר געווען אז קודם דארף ער עטליכע מאנאט זיך לערנען ענגליש, און גיין אפעלירען מיט די קאמפאני'ס איינלאדענונג בריוו ביי די אמעריקאנע אמבאסעדע פאר א וויזע.

[align=center] - 4 – [/align]
מינג מאכט זיך באקוועם אויף די פליגער, גליקליכערהייט, אז זיינע חלומות ווערן פארווירקליכט, האט ער ציגעמאכט די סיט-בעלטס, אין די לעצטע מאנאטען האט ער זיך געלערנט ענגליש, און ער האט עס גוט אויפגעכאפט, און ווען זיין וויזע איז גרייט געווען האט ער גלייך זיך ארויס געלאזט אויפן וועג.

אזוי איבער טראכטענדיג זיינע לעצטע יארן, ווי פלייסיג ער האט געארבעט, און קלערנדיג אז דאס איז נישט געווען אומזיסט, האט די פליגער האט געלאנדעט, און מינג לאזט זיך ארויס, אנקומענדיג אינדרויסען, האט ער שוין געזעהן א דרייווער שטיין מיט א טאוועל "טשינג מינג", מינג איז אריין אין די קאר, און ער האט נישט געקענט אוועק נעמען די אויגען פון די אמעריקאנער גאסן, פון די הייזער פון די מענטשן, ביז ער איז אנגעקומען צי זיין באשטימטע אפארטמענט, ווי ער האט עפעס איבעגעביסען, און זיך געגאנגען צילייגען אויף א בעט וואס ער האט אין זיין לעבן נאכנישט געזעהן, אבער נישט אויף צי לאנג, ער האט נישט פארגעסן פון די ציהל פון זיין רייזע, אויף צימארגענס איז איהם געווען באשטימט א אפוינטמענט ביי די דירעקטאר פון די קאמפאני ווי ער גייט אנהויבען ארבעטען.

מיט געמאסטענע טריט גייט מינג אריין צי די אפיס פון די דיירקעטאר, ווי יענער נעמט איהם זייער שיין אויף, מיט איבערראשונג זאגט ער איהם אז דאס איז די ערשטע מאל וואס דער באס וווערט איבערגענומן פון די קלוגשאפט פון אן אויסלענדישע בחור, נאכדערצו א כינעזער, "דו מוזט זיין עפעס ספעשל, אויב די באס האט די ספעציעל אהער געברענגט" זאגט ער איהם, און ער איז איהם מסביר אז ער וועט דארפן א ביסל זיך צי לערנען קאמפיוטער, און אנדערע פאכן וואס מען דארף צי קענען אנהייבן ארבעטען, דער דיירעקטאר האט איהם געמאלדען אז דער באס האט געראטען אז ער זאל זיך אנהייבן רופען מיט די נאמען "הענרי", נישט צי אויס זעהן ווי א גרינער .


[align=center] - 5 - [/align]
פרוי טשינג זיצט זיך ביי זיך אינדערהיים אומעטיג, זייט מינג איז ארויס צי די ארבעט, און זי קומט אהיים צי א ליידיגע הויז איז איהר שווער, אבער פון א חודש צוריק ווען מינג איז אהיים געקומען און איהר איינגעמאלדען אז ער פארט קיין אמעריקא האט זי געמיינט אז איהר וועלט איז חרוב געווארן, זי האט איהם פראבירט צי צוריק רעדן, אבער אהן קיין סוקסעס, זיין באשלוס צי פארן איז געווען פעסט, ער האט פארלאזט די דירה מיט א ציזאג נישט צי פארגעסן פון איהר.

אזוי קלאגענדיג, האט עטליכע קלעפ אויפען טיר איבערגעריסען איהרע מחשבות, זי איז נישט געוואוינט אז מען זאל קלאפן אויף איהר טיר, און זי איז שנעל געלאפן דערשראקענערהייט עפענען די טיר, ווען צווי אויסלענדישע געסט זענען אריינגעקומען אין איהר דירה צי איהר שטוינונג…


[align=center] - 6 - [/align]
נאכן זיך גוט אויסלערנען די פאך, איז מינג - הענרי אריין אין פולען שוואנג פון די ארבעט, און מיט א עקסטער סוקסעס, און מיט א ציהל צי שטייגען העכער און העכער, ווי א פיש אין וואסער האט ער זיך דארט געפונען, קיינער האט זיך נישט געקעט חלום'ען אז דער בחור'ל איז ארגיניעל א כינעזער.

איין טאג האט הענרי געפילט א האנט אויף זיין פלייצע, "איך בין בען", הט זיך יענער פארגעשטעלט, "איך קום פון אקלאהאמא, פון ווי קומסטו?" "פון בעזשינג" האט ער איהם צוריק געענטפערט, בען האט געקומט אויף איהם מיט פארדאכט, "פארוואס שפעטסטו פון מיר?" עס האט געדוירעט א וויילע אז ער זאל אנהייבען גלייבען הענרי, אבער פון דאן איז ער געוועארן זיין פערזענליכער נאענטער פריינט, ווי זיי האבן זיך נישט געריערט איינער אהן די צווייטער.

נאך א פאר מאנאט פון ארבעטען רופט דער דיירעקטאר הענרי פאר א וויכטיגער מיטינג, מיט א דראמאטישער שטומע מעלדעט ער איהם אז צוליב זיין סוקסעספולע ארבעט וויל איהם דער בוס טרעפן נעקסטער וואך, דער דיירעקטאר גיבט איהם צי מסביר זיין אז דער בוס איז איינער פון די גרעסטע ביליאנערען אין די וועלט, און אויסער אינזער קאמפאני פירט ער נאך פולע ביזנעסער איבער די וועלט, און ער האט נישט קיין צייט זיך צי אראפ לאזען צי פשוט'ע מענטשן, "אפילו איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פערזענליכע מיטונג מיט איהם צווישן פיר אויגען, וואס דו גייסט האבן", זאגט ער איהם מיט איבערראשונג, וואס הערט זיך אין דעהם א טאן פון קנאה, "זאלסט נאר זעהן אז דו זאלט האבן אויף איהם א גוטער איינדרוק, ער וועט די מן הסתם געבן א העכערונג אין געהאלט", און זאגט איהם אז ער זאל זיין גרייט "נעקסטע וואך דינסטאג רייזטו אפ קיין פלארידע, צי דער באלעבוס'עס וואקאציע היים, ווי דארט וועסטו איהם טרעפן, גרייט זיך גוט צי"...

שיכור פון גליק שפאצירט הענרי אהיים, ווען אויפען וועג טרעפט איהם "זשאן", איינער פון די הוכע איינגעשטלעטע אין די ארבעט, קיין עקסטער שייכות מיט איהם האט ער נישט געהאט, אבער דא האט ער איהם געזאגט אז ער מוז מיט איהם עפעס רעדען, "קום אין פארק מארגען צעהן ביינאכט, איך מוז עפעס גאר דרינגענד מיט דיר רעדן".

קיין עקסטער געדולד האט הענרי נישט געהאט, אבער געטוהן האט ער עס, געקליידער מיט א סוועדער איז ער געזיצען אין פארק, ווען זשאן איז איהם קעגן געקומען, "איך מוז דיר עפעס וויכטיג פארציילען" זאגט ער איהם.


[align=center] - 7 - [/align]
"ראבערט" איז געווען א פלייסיגער בחור, נאכן ענדיגען שטאדירען האט ער אנגעהויבען טוהן אין ביזנעס, ווי זיין מזל האט איהם געשיינט, ריזען רווחים האט אנגעהויבען אריין פליסען אין זיין קעשענע, און איז גאנץ שנעל געווארן א מיליאנער.

ביי די דרייסיג האט ראבערט חתונה געהאט, און שפעטער האבן זיי געבוירען זייער ערשטער בעבי, עס האט זיך גקענט דאכטען אז עס איז נישט דא קיין גליקליכער פארך אויף די וועלט, ביז ראבערט האט באשלאסן צי מיטנעמען זייך ווייב מיט די בעבי אויף א ביזנעס נסיעה צי טשיינע.

נאך א פאר טאג וואס ראבערט האט געטוהן פר זיינע געשעפטען אין טשיינע, איז ער ארויס געפארן מיט זיין ווייב אין די בעבי אויף א שפאציר, ווען פלוצלינג האט א ריזען טרעילאר איבער געריסען די גליקליך לעבן.


[align=center]- 8 -[/align]
נאך עטליכע וואכן וואס ראבערט איז אפגעליגען אין שפיטאל פארשלאפט האט ער זיך אויפגעכאפט, ווען צוויי אמעריקאנער געסט האבן איהם געמאלדען די ביטערע בשורה אז זיין ווייב איז געהארגעט געווארן ביי די עקסידענט, "וואס איז מיט מיין בעבי" האט ראבערט פארלוירענערהייט געשריגען, די געסט זענען געווארן שאקירט "מיר האבן נישט געוויסט אז דו האסט געהאט א בעבי" האבן זיי איהם געזאגט.

באלד האט מען אנגעהויבען פלייסיג זוכען צי טרעפן די בעבי, קיין געלט האט ראבערט נישט געשפארט, אבער קיין שום שפירען איז ליידער נישט אנגעקומען, נאך עטליכע וואכן זוכען, האט ראבערט זיך אהיים געקערט עלנד און אליין, צעבראכענערהייט האט ער זיך אינגאנצען אריין געלייגט אין די ביזנעס, און עס שטארק אויפגעבויעט, ווערנדיג פון די גרעסטע ביליאנערען איבער די וועלט, אבער ער איז קיינמאל נישט עכט צוריק געקוען צי זיך.


[align=center] - 9 - [/align]
" א אינטערסאנטע מעשה?" האט זשאן געפרעגט פון הענרי "פארשטייסט אז דער ראבערט איז נישט קיין צווייטער ווי אונזער בוס ראבערט".

"זייער א אינטערסאנטער מעשה" האט הענרי איהם צוריק געענטפערט "אבער וואס האט דאס מיט מיר?"

"ווארט א מינוט, הענרי, זאג מיר נאר פון ווי קומסטו?" האט זשאן געפרעגט, "פון טשיינע, געוויס, וואס איז די שאלה?" האט הענרי זיך געווינדערט.

"איך ווייס פון טשיינע" זאגט איהם זשאן "דו האלסט אבער אז דו ביסט טאקע א כינעזער?".

אין הענרי'ס קאפ האט אנגעהויבען ארום פליען זכרונות פון זיינ קינדערישע יארן, אלע מאל איז ער געווען אנדערש, אין זיין פנים האט ער קיינמאל נישט אויגעזעהן ווי א כינעזער, גלייכע אויגען מיט א ליכטיג קאליר, אויך אין זיינע תכונות, פארשטאנען האט ער אז דאס איז א צופאהל.

אט דערמאנטער זיך ווי א קינד האט איהם אמאל געטשעפעטאז ער איז בכלל נישט קיין כינעזער, און אז זיין מאמע איז בכלל נישט זיין ריכטיגע מאמע, וויינענדיגערהייט האט ער געווארט ביינאכט אויף זיין מאמע, און איהר פארציילט וואס זיין פריינט האט איהם געזאגט, די מאמע האט איהם פארבירט צי בארואיגען, אז דאס איז פשוט ווייל קינדער זענען די מקנא מיט דיין קלוגשאפט, אבער איהר פארלוירענקייט האט זיך אנגעזעהן אויף איהר פנים.

זשאן האט איהם ארויס געשלעפט פון זיינע מחשבות, "איך מוז דיר נאך עפעס פארציילען".


[align=center] - 10 - [/align]
פרוי טשינג איז געווען א עלענדע פרוי, געלעבט אליין, אן קיין פאמיליע, צעבראכענערהייט האט זי זיך פראבירט אליין צי שפייזען.

איין טאג שפאצירענדיג אהיים בינאכט, איז זי שאקירט געווארן צי הערן פון צווישן די ביימער אין די זייט א געוויין פון א קינד, אין די טונקעלקייט האט זי פראבירט צי קריכען צווישען די גראז אין די ביימער ביז זי האט געטראפן א קליין קינד צעביילטערהייט וויינענדיג.

פרוי טשינג האטליבליך אויפגעהויבען דאס קינד, "נאך א פארלאזט קינד" האט זי געטראכט, און זי האט איהם אהיים גענומען צי זיך פאר קיד, און איהם א נאמען געגעבן "מינג".


[align=center]- 11 -[/align]
"פארשטייסטו שוין ווער דו ביסט, דאס אלעס האב איך אליין אויסגעפארשט, יעצט טרעף די געלעגענהייט זיך צי פאראייניגען מיט דיין ריכטיגע טאטע" זאגט זשאן פאר הענרי, און ער רייכט איהם די הענט, איהם איבערלאזענדיג אליין שאקירט אין פארק.

הענרי האט נישט געקענט פארדייען די פאקטען וואס ער האט יעצט געהערט, ווען ער האט זיך דערמאנט אז ער האט ווירקליך נעקסטע וואך א מיטונג מיט זיין טאטע, און זיינע חלומות האט ער שוין אנגעהויבען וועבן ווי אזוי ער גייט זיך פארשטעלן פאר זיין טאטע, און ווי שטארק דער טאטע וועט איבערגענומען ווערן און זיך מיט איהם פאראייניגען, און ער גייט ווערן די קרוין פרינץ פון דיגאנצע מעכטיגע ביזנעס אימפעריע.

דא האט ער אבער געמאכט א געפערליכע טעות, ער האט עס פארציילט פאר בען.

זיין נאענטער פריינט בען האט געזעהן אז הענרי איז עפעס נישט רואיג, און ער האט איהם געפרעגט וואס באדערט איהם, אהן קיין קווענקלען האט איהם הענרי אלעס פארציילט, נישט אויסלאזענדיג קיין איין פרט, "זארג נישט, איך וועל אייביג געדענקען דיי נאענטער פריינטשאפט" האט הענרי ציגעענדיגט.

בען איז אינגאנצען שאקירט געווארן, און איז ארויס געגאנגען אינדרויסען פאר א שפאציר צי פארדייען די נייעס אז זיין נאענטער פריינט גייט ווערן פון די גרעסטע ביליאנערען איבער די וועלט, און די ווארעם'על פון קנאה האט אנגעהויבען און איהם גראבען טיפער און טיפער, ביז ער האט באשלאסן אז ער מוז דאס אפהאלטן.

צימארגענס האט בען גערופען פאר הענרי, "איך מוז מיט דיר עפעס זייער וויכטיג רעדן" האט ער געזאגט מיט זיין געשליפען צינגעל, "דו האסט די מעגליכקייט צי שטייגען גאר גאר הויעך אין ביזנעס, און דו גייסט דאס אלעס קאליע מאכן, ראבערט האט דיר גערופען צי רעדן וועגן ביזנעס, און די גייסט פארדרייען די שמועס וועגן משפחה'לאגיע" האט ער געזאגט צי דעהם שטוינענדיגע הענרי.

"דו ביסט א גרינע דא, דו ווייסט נישט ווער ארבערט איז" האט בען געזאגט, בען האט מיט א פיפיגער פיסקעל מסביר געווען פאר הענרי אז ראבערט איז א שטייפער ביזנעס מאן, וואס אויסער זיין טאש אינטערסירט איהם גארנישט, נישט קיין משפחה, נישט קיין פריינט, נאר געלט, און אויב ער האט מחליט געווען צי איינלאדענען הענרי פאר א מיטונג זעענדיג אין איהם אלס א פיפיגער געשעפטס מאן, אויב וועט ער פארדרייען די שמועס איבער משפחה וועט ער אלעס קאליע מאכן.

די פרפאפאגאנדע פון בען האט געווירקט אויף הענרי, גלייבענדיג אין אלע זיינע ליגענטס, און ער האט באשלאסן נישט זיך פארשטעלן אין די געלעגענהייט פאר זיין טאטע, אפשר אין א אנדער געלעגענהייט, נישט דא קיין ברירה, בען האט איהם פארציילט אז ראבערט האט שוין פארשריבען אלע זיינע נכסים פאר צדקה צוועקן, ער וועט מוזען מיט זיינע כוחות זיך ארויף דראפען אויף די ביזנעס לייטער.


[align=center] - 12 - [/align]
פון דערווייטענס האט מען געקענט הערן די הארץ קלאפערייען פון ראבערט, זיצענדיג אינדערפרי אין די ריזען הערליך גארטן פון זיין וואקאציע היים אין פלארידע און ווארטענדיג אויף די גאסט, טראץ ער האט פראבירט צי באהאלטן זין איבערגענומענקייט, האבן די באדינער נישט געקענט פארשטיין וואס איז פלוצלינג געשעהן פאר זייער שטייפער הער.

שוין לאנגע יארן וואס ראבערט איז אומעטיג און צעבראכן, זייט יענע ביטערע באזוך אין טשיינע, אבער אין די לעצטע יארן איז ער געווארן פול מער צעבראכן, ווערנדיג א ביסל עלטער האט ער פארשטאנען אז געלט איז נישט אלעס, און קיין פאמיליע האט ער נישט, בעסער געזאגט ער האט, אבער ווייסט נישט ווי, געזאגט האט מען איהם אז ניינציג פראמענט אז זיין הענרי איז אויך אומגעקומען אין די טראגישע עקסידענט, אבער זיין הארץ האט איהם געזאגט אז הענרי דרייט זיך נאך ערגען אין די וועלט.

אזוי איז געווען ביז יענער באזוך אין טשיינע פאר עטליכע מאנאט צוריק, לאנגע יארן טאקע האט ער נישט געוואלט איבער טרעטן אין די כינעזער באדן וואס האט איהם אזוי אומגליקליך געמאכט, אבער דעמאלט האט איהם זיין הארץ געזאגט אז ער דארף גיין, אנקומענדיג אין די פאבריק האט ער שיעור גע'חלש'ט זעענדיג די בחור'ל ארבעטענדיג דארט, אנגעטוהן ארעם, אבער מיט א אמעריקאנער פנים, און יא, ממש די זעלבע פנים וואס ער זעלבסט האט געהאט אין די יונגע יארן, די ווארט הענרי האט איהם גלייך אויפגעבליצט אין מוח, יא, נישט קיין ספק, און ער האט גלייך באשלאסען איהם צי ברענגען אין אמעריקא.

דערווייל האט ער דאס זיכער געמאכט, געשיקט שלוחים צי די מאמע עס מי באשטעדיגען, און פאר א פאר טאלער האט זי אלעס פארציילט, מינג איז אנגעקומען קיין אמעריקא, ווי ער האט איהם געגעבן זיין אמת'ע נאמען, הענרי, לעצטע וואך האט ער געשיקט זשאן איהם אומאפיציעל עס צי פארציילען, און זיין פאלאץ האט ער שוין געקויפט א נייע פראכטיגע בעט, פאר זיין קרוין פרינץ, און אט גייט ער זיך טרעפן מיט איהם, נאך כמעט צוואנציג יאר וואס ער האט איהם נישט געטראפן.

א אטעם האט ער פארפעהלט ווען ער האט געהערט א קלינג אין די בעל, ער האט מיט אלע כוחות פראבירט צי אויסזעהן רואיג, און אט שפאצירט זיך אריין די בחור'ל, מיט געמאסטענע טריט, און קומט צי איהם, אבער מיט א קאלטקייט שטרעקט ער איהם אויס דער האנט אזוי דיפאלאמאטיש.

א קאלטע שווייס האט באגאסען ראבערט'ס געזיכט, געמיינט האט ער אז ער וועט אויף איהם ארויף פאלען און קישען, און אט אזא קאלטקייט, "זעץ זיך" ווייזט ער פאר הענרי אויף א בענקל נאענט צי איהם.

הענרי זעצט זיך אראפ, און הייבט איהם אן צי באדאנקען אז ער האט איהם אהער געבענגט קיין אמעריקא, און פאר די גוטע באדינגונגען בים ארבעט, "איך האף אלע מאל צי זיין א געטרייע ארבעטער פאר אייך" זאגט פאר ראבערט, און ער הייבט אן ווערן שווארץ פאר ראבערט'ס אויגען.

ראבערט פראבירט די נאך אמאל, "וואס קען איך דיר עפעס העלפן בחור'ל?", פרעגט ער איהם ליבליך.

"א העכערונג אין געהאלט, וועט מיר געבן מער א שטופ צי ארבעטען בעסער", ענטפער ער.

"באקומסט עס" ענטפערט ראבערט שטילערהייט, און ער פילט ווי זיין טראגעדיע געשעהט ווידער, ער האלט שוין ביים אוועק שיקען די בחור'ל, אבער ער איז מחליט צי פראבירען די לעצטע מאל.

"נאך עפעס קען איך דיר געבן?" פרעגט ער.


פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:47 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3312
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

דער האט א פעדער אין די האנט!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Wow
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

געוואלדיג. ווארט מיר אויפן נמשל
יישר כח
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

Silent האט געשריבן: געוואלדיג. ווארט מיר אויפן נמשל
יישר כח

יא יא די נמשל גרידשעט שוין...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

נישטא קיין ווערטער, געוואלדיג גוט דער משל!
1 + 1 = חלה דעקל...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

!!!!! Wow what a story
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איך ברויך דרינגענד א טיקעט מיט די נעקסטע פלייט פון פלארידע אהיים.
איך מוז נאך היינט זיין צוריק אהיים. אויב איך ווייס וואס איז גוט פארמיר...

אישניק, האסט מיך פארטראגן ארום און ארום. דו פירסט מיך ביי די נאניע.

יו ביסטו גוט...!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חזון-איש'ניק איז אויפן וועג צו זיין פון די סאמע בעסטע שרייבער ביי אונז, א פעדערל פון גין גאלד!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

אנא לשון! וואונדערבארע חוש הדמיון און גאר רייכע שריפט!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע:אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

לכאורה האט געשריבן: חזון-איש'ניק איז אויפן וועג צו זיין פון די סאמע בעסטע שרייבער ביי אונז, א פעדערל פון גין גאלד!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

חזוניש וואן אף עי קיינד !! ...

און ווען קומט די נמשל?? ...
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

פליז לאז אונז נישט הענגען אונמיטען, ס'איז מאור'דיג געשריבן
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

איז וואס איז למעשה געווארן מיט הענרי? האט ער אין די לעצטע מינוט באקומען שכל און זיך פאראייניגט מיט זיין טאטע, און דערמיט געווארן א וועלט'ס ביליאנער? אדער איז ער געבליבען רעדן וועגן ביזנעס, און געבליבען א ארעם קינד?

[align=center] - 13 - [/align]

א פריער פארטאגס שטונדע, די זון האט נאכנישט געשיקט איהר ערשטע שטראלען, און א געשמאקער קילער פארטאגס ווינטל בלאזט, און די גאס וואס איז געווענטליך ליידיג, איז היינט פול.

פוהלע אידעלעך לויפן מיט נאסע פאות, און טלית ותפילין אונטער דער ארעם, אריין אין ביהמ"ד, דער קאווע שטיבעל ווירבעלט, אידן כאפן אריין די לעצטע קאווע פארן עלות, און דער בית המדרש פולט זיך אהן, א שארפער שטילקייט הערשט, ווען אט הערט זיך דער חזן'ס קול, "אשרי יושבי ביתך", און ספאנטאניש הייבט אהן צי דינערען דער ווארעמער קול אין בית המדרש, וואס הערט זיך ווייט אוועק, איבער רייסענדיג די פארטאגס שטילקייט, און אריינברענגענדיג דער עולם אין א העכערע ימים נוראים'דיגע אטמאספערע.

אט קומט עס די טעג, אט גרייט מען זיך צי דער מיטינג מיט דער רייכער כל יכול טאטע, יא, אין די עשרת ימי תשובה האבן מיר אידן א מיטינג מיט אונזער איינציגער טאטע, דרשוהו בהיותו קרוב, אלו עשרה ימים שבין ר"ה ליוה"כ, ער איז נאענט די טעג.

עס ליגט אין אונזער הענט די ברירה צי מחליט זיין, צי וועלן מיר זיך פאראייניגען מיט אונזער טאטע, און ארויס קריכען פון אלע שוועריגקייטען, אדער חלילה...

וועלן מיר אלע חלילה זיך נישט באנארישען, און מיר וועלן שרייען צום טאטע'ן, יא דו ביסט אונזער טאטע, א גאנץ יאר טאקע זענען מיר געווען אין טשיינע, ווייט אוועק, איינגעזינקען אין די טאג טעגליכער לעבן, נאכגעלאפן די נארישקייטען, און נישט צי פול געטראכט פון דיר, א פארלוירען קינד, אבער מיר זענען דיינער א קינד, דו ביסט אונזער טאטע, און אונז ווילן זיך פאראייניגען מיט דיר, און אונז וועלן מיר זיך פאראייניגען מיט דיר, און אט זענען מיר געקומען צי זיין ביי דיר, צי אנהייבען לעבן א נייער בלעטל, צי זיין פאראייניגט מיט דיר.

און דאן נעמט אונז דער אייבישטער אריין צי זיך אינדערהיים, און מען הייבט א נייער לעבן, הייליג און ריין, העכער, און גליקליכער, ווי א ריכטיגער פרינץ, און אזוי באקומט אלעס וואס מען דארף.

[align=center] - א קינד אליין אין שטורעמישע וואסערן - [/align]

ר' ישעיה לאזט זיך ארויס מיט זיינע צוויי קינדער, א טאכטער מיט א זוהן, צי די לאנגע מסוכן'דיגע רייזע, אבער גארנישט שטייט איהם נישט אין וועג צי קענען אויספיהרען זיין ציהל.

לאנגע חדשים ווארט ער שוין אויף די גליקליכע מינוט, אוועק געלייגט יעדע פרוטה, ביז ער איז ענדליך אנגעקומען צי דער גליקליכער מינוט, צי פארלאזען די אדמה טמאה, צי ארויס פארען אויף דער וועג צום הייליגען לאנד, לחונן את עפרה.

די משפחה זעצט זיך ארויף אויפען שיפל, און שיקט איהרע לעצטע בליקען אויף דער ארץ העמים, מיט א האפענונג איהר מער קיינמאל נישט צי זעהן, אן מען רייזט אפ.

די וועג איז ב"ה אדורך פארהעלטענמעסיג רואיג, און אט שרייט דער מאטראז אז מען זעהט שוין פונדערווייטענס דער הייליגער יבשה, א שמחה און התרגשות נעמט ארום דער ציבור, נאך עטליכע שטונדען און מען איז אנגעקומען.

די שמחה איז אבער געווען פריצייטיג, א שווערע שטורעם איז פלוצלינג אנגעקומען, ארום ווארפענדיג און ארום טרייסלען דער קליינער האלצערנער שיפל, די אידן דארט האבן געשעפשעט תהלים צום כל יכול, אבער עס איז שוין ליידער געווען נגזרה גזרה, די שיף האט ליידער איינגעבראכן, לאנזדיג אלע מענטשן אליין בלב ים.

ר' ישעיה איז בחסדי ה' געווען א גוטער שווימער, האט ער אויפגעהויבען זיינע צוויי קינדער אויף זיין ריקען, און אנגעהויבען שווימען צון ריכטונג פון דער יבשה, נישט לייכט איז אזוי צי שווימען, אבער וואס טוט מען נישט פארן לעבן פון די קינדערלעך.

ער שווימט אזוי, און שווימט, און עס גייט א דורך א שטונדע מיט נאך איינס, און די כוחות לאזן זיך איהם אויס, ער פראבירט מיט זיינע לעצטע כוחות, אבער ער קען שוין נישט אזוי שווימען, נישטא קיין ברירה, ער מוז אראפ לאזן איין קינד אין וואסער, עס איז א ביטער שווער החלטה, אבער אז נישט וועלן אלע דערטראנקען ווערן, און זיין קאפ וויסט ער שוין וואס ער מוז ליידער טוהן, "האיש קודם לאשה להחיות", און ער רופט זיך פאר זיין טאכטער'ל מיט א געשטיקט קול, "טאכטער'ל מיינס, איך האב נישט קיין ברירה, עס איז מיר פשוט אוממעגליך, זיי מיר מוחל, אבער איך מוז דיר אראפ לאזען..."

מיט א קוויטשעדיג קול האט זיך דער טאכטער צעשריגען און אנגערופן, "טאטע, טאטע, געדענק איך האב נישט קיין צווייטער טאטע, נאר דיר..."

די הארצרייסענדע געבעהט האט אויפגעשוידערט ר' ישעיה, און ער האט באקומען פרישע כוחות, און ווייטער געשווימען, ביז ער איז אנגעקומען צי דער יבשה פאר'חלש'טערהייט מיט ביידע קינדער.

האט ר' ישעיה, וואס איז באקאנט אלץ הגאון ר' ישעיה בארדאקי זצוק"לראב"ד ירושלים עיה"ק שפעטער געזאגט פאר זיין טאכטער, אז א איד איז חלילה אין א קלעם, אין א צרה, און ער שרייט צי זיין טאטע, "טאטע, איך האב נישט קיין צווייטער טאטע נאר דיר", ווערט ער געהאלפן.

אבינו מלכנו אבינו אתה .

[align=center]*****[/align]

ווען מיר באטראכטען א קליין קינד, וואס דער מאמע האט איהם אנגעשריגען, ער באליידיגט זיך, און וויינט, און לייגט אריין זיין קעפעלע ביי... זיין מאמע, יא פון איהר האט מען זיך באליידיגט, אבער ביי איהר געפונט ער שיץ, ווייל זי איז זיין מאמע.

יא, אונז שעמען זיך טאקע ווי אזוי מיר זעעהן אויס, און מיר ווילן אנטלויעפן פאר בושה, אבער צי ווי, צי אונזער טאטע.

יא, דאס זאגט דער רמב"ם, אז אין די ימי הדין אנטלויפט מען צי דער אייבעשטער, מברח ומנוס אליו, ווייל ער איז אונזער טאטע, און נאר אינטער איהם וועלן אונז זיך שיצען, און אזוי זאגט רבי שלמה אבן גבירולאין זיין פיוט, אברח ממך אליך, אסתר מחמתך בצילך .

זאלן אונז טאקע דער אייבישטער געבן די שכל צי אויסניצען די טעג ווי עס דארף צי זיין

כתיבה וחתימה טובה
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 8:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3312
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

א מורא'דיגע מעשה דאס!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

;l;p-
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

דאס וואונטש פון דער ביליאנער.pdf
(209.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 466 מאל
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
דאס וואונטש פון דער ביליאנער.pdf

אפשר לייגט איהר עס מיט א גוגעל לינק
ישר כח נאכאמאל
..
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע:אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

גאר גאר שטארק און רירענד! סארא שריפט דער האט!
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע:שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

Wow massive!!!! Thanks
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

יישר כח
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שטארקע דברים כיבושין!!!

נ.ב. איהר זענט עפעס אן אויסנאם שרייבער!!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

געוואלדיג!! נאך צוגעלייגט די מעשה פון ר' ישעי' מוראדיג!!

אין די משל פארציילסטו ווי די חבר פון הענרי רעדט ים אפ צו דערנענטערן צום טאטע אלס זוהן נאר ענדערש פארמאל אלס אן ארבייטער.
איך האב געמיינט דו האסט א כוונה דערביי צום נמשל, אפשר די ברסלב מהלך...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

חזון איש נישטא קיין ווערטער אזא הערליכע משל אזוי שיין אראפגעלייגט הערליך שיין איינס אין די וועלט
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

יישר כח, חילך לאורייתא.

Amazing האט געשריבן: געוואלדיג!! נאך צוגעלייגט די מעשה פון ר' ישעי' מוראדיג!!

אין די משל פארציילסטו ווי די חבר פון הענרי רעדט ים אפ צו דערנענטערן צום טאטע אלס זוהן נאר ענדערש פארמאל אלס אן ארבייטער.
איך האב געמיינט דו האסט א כוונה דערביי צום נמשל, אפשר די ברסלב מהלך...

אפשר ביסטו זיך מסביר?
ענטשולדיגט, אבער איך בין נישט קיין ברסלב'ער, און איך פארשטיי נישט קיין רמזים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”