Re: לייף אינשורענס
וויכטיג מאכער האט געשריבן: איך קען מיך נישט טענהן מיט א ת"ח אין הלכה... אבער אין פראקטיק קענעך מאכן מיין ארגיומענט...
ווי שוין אמאל געשריבן צווישן די אשכולות...
איך האב שוין געהאט א פייער, סיז געווען ביי מיין שכן און מיין הויז איז געווען געדעמידזשד אינגאנצן... איך האב דעמאלטס נישט געהאט קיין פייער אינשורענס, א גוטער איד האט מיך געבארגט א סכום געלט, און ביז א קורצע צייט איז אלעס געווען צוריק געהעריג...
די פוינט איז, ווען א מענטש האט ל"ע א שריפה, איז ער דא! ער קען אויפשטיין צופרי גיין טוהן און מאכן, בארגן און דרייען, און ס"ה איז די לאסס נישט אזוי גרויס... זאכן וואס מ'דארף האבן די נעקסטע תקופה באטרעפט 10-20 טויזענט דאללער! מ'קענעס גרינג הענדלן...(ביידעוועי כאב שוין פייער אינשורענס)
ל"ע ווען א מענטש גייט פון די וועלט איז קודם כל איז ער נישט דא! זיין ווייב קען נישט זיין ביזנעס אדער זיין דזשאב, זי קעניש בארגן דרייען און מאכן... און די סכום וואס מ' דארף איז 5-10 טויזענט יעדן איינציגן חודש!
אין קורצן, פייער אינשורענס קעמען ריפלעיסן מיט 20-30 טויזענט דאללער, און סיז דא ווער סאלעס טוהן, ביי לייף אינשורענס דארף מען 50-100 טויזענט יערליך, און סיניש דא ווער סאלעס טוהן!
וויזוי זאגט יענער? דיין קאר וואס איז ווערד 25,000 איז אינשורד, דיין הויז וואס איז ווער 500,000 איז אינשורד, אבער דיין אינקאם וואס איז ווערד סאך מער, דאס נישט...
פון די אנדערע זייט ביי א פייער אפילו מיט שאדן פון 50 טויזענט דאלער וועט מען דיר נישט מאכן א מיליאן דאלער קאמפיין, און ביי א טראגעדיע מאכט מען יא