עפפ פאר נסיעות צו מקומות הק' - "נסיעה טובה"
די אלע וואס פארן נאר ארום אויף די פלעצער ווייסן אז מ'האלט זיך אין איין אנשטויסן מיט שוועריקייטן, אמאל טרעפט מען נישט קיין בית החיים און אז שוין יא האט מען נישט קיין נומבער פון די שומר, צו זאל עס זיין הכנסת אורחים, מקוה, אדער וואו מ'קען עסן צו סיי וואס.
ס'איז געווען אסאך מענטשן וואס האבן צוגעשטעלט אינפארמאציע צו ר' ישראל מאיר גבאי אדער אנדערע, אסאך וועבזייטלעך מיט אינפארמאציע, דא אויפן וועלטל איז אויך דא אסאך אינפארמאציע געברענגט דורך חברים, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע דעטא בעיס מיט ממש אלעס.
אבער יעצט ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייע עפפ וואס האט אין זיך שווערע הונדערטע בתי חיים ועוד ידם נטיעה, איז א פרייד אנטשטאנען ביי יעדעם איינעם בכל קצבי תבל און בפרט ביי די אלע נוסעים צו מקומות הקדושים.
דא קענט איר א בליק טוהן און דאונלאודן די נייע עפפ https://www.nesiyatova.com
זאל די אויבערשטער זיי שיקן ברכה והצלחה, אויב האט איהר אינפארמאציע וואס פעלט נאך קענט איהר אריינשיקן צו זייער אנגעגעבנע אימעיל אדרעס אויפ'ן סייט.