זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?
נעכטן אויף קול מבשר 114 ברענגט דרעזנער ארויף הרב הגאון ר' פינחס ווינד שליט"א בעל ברית פנחס איבער די פרישע אויפוואכונג אין הלכות ריבית וואס איז לעצטענס אנשטאנען.
די אינטערוויא איז זייער זייער אינטערסאנט. ער ברענגט ארויס קלאר די פילצאליגע חששות אין ריבית וואס אונז פאלן אריין טאג טעגליך. עס איז עס איז כדאי אויסצוהערן.
כ'על דא צורבענגן אפאר שאלות וואס ער שמועסט דארט אויס.
1) עס זענען פארהאנען מערערע בענק אין ב"פ וואס געהערן צו יודען, און מ'טאר זיי נישט צאלן קיין אינטרעסט, און אויך נישט נעמען ביי זיי קיין פראצענטן.
2) א געשעפט וואס פראקלאמירט אז איינער וואס באצלאט אויפ'ן פלאץ צאלט ביליגער ווי דער וואס צאלט שפעטער.
3) א בחור אין ארץ ישראל בארגט 100 דאללער פון איינעם, וויפיל מעג ער באצאלן (די פרייז פון די שקל ₪ קען שוין האבן זיך געטוישט)?.
4) איינער וואס קויפט א הויז (מיט א מארגעטש) אויף א צווייטען'ס נאמען קען נישט געבן די אינטרעסט.
עס איז גאר וויכטיג אז מ'זאל אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך, יעדער ריר איז ערענסטע שאלות פון דאורייתא.
עס איז דא א נייע נאמבער ווי מ'קען רופן דא אין אמעריקא אנצופרעגן שאלות אין בית הוראה לעניני ריבית 718-841-8888
ער מעורר א עצה אויף להבא, איז אז ערב פסח ווען מ'פארקויפט די חמץ ביים רב זאל מען אויך אינערשרייבן א היתר עיסקא (כללי).