עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק
איינער פון די (רעלאטיווע) סוקסעפולע נייע חסידישע געגנטער, איז די וויזניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק, וואס מען רופט 'גיבערס' אויפן נאמען פונעם הויפט גאס (א חלק פון דעם גאס הייסט היינט ישיבה דרייוו). די רעיון פונעם שטעטל האט זיך אנגעהויבן אין תשנ"ב ווען רביה"ק זי"ע הכ"מ האט מחליט געווען אז מאנסי איז שוין אויכעט א צו גרויסע שטאט, און האט ארויסגעפירט די ישיבה אהין.
11 יאר שפעטער, אין תשס"ג, האבען זיך די ערשטע 30 משפחות ארויסגעצויגן. דעמאלטס האט געהייסען אז די רבי וועט וואוינען דארט אפאר חדשים א יאר, פון פאר שבועות ביז פאר ראש השנה (בנוסף צו די דריי וואכען וואס די רבי איז געווען אין ישיבה פון תשנ"ב ביז תשע"א). למעשה איז די רבי געפאלען יענעם יאר, און עס איז געווארן שווערער צו זיין דארט פאר א לאנגען זמן.
אלס רב, האט די רבי אהינגעשיקט זיין דריטער (היינט צווייטער) זוהן, כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדיל, וואס בנוסף צו זיין דער אייציגסטער זוהן אהן א רבנות שטעלע, איז שוין אויכעט געווען א מגיד שיעור אין ישיבה (ווי ער איז געווען ביז היינט).
צוליב מצב הבריאות פונעם רעבין זי"ע, האט ער נישט געקענט זיך אפגעבן מיטן שטעטל אזוי שטארק ווי ער האט געפלאנט, ממילא איז די שטעטל געוואקסען גאנץ צושטייטליך. יעצט, מיטן הכתרה פון רבי מענדיל אלס רבי, איז ערווארטעט אז אסאך פון זיינע אנהענגער וועלן זיך אהינציען.
היינט צוטאגס האט די שטעטל ארום 150 משפחות, א חדר און סקול מיט איבער 500 קינדער כ"י, א כולל, מקוה טהרה, גראסערי, אייגענע טרענספארציע אפאר מאל א טאג קיין מאנסי, אין אלעס וואס א קהילה דארף צו וואקסען אלס אן עיר ואם בישראל.