חדשות האט געשריבן: אסך מאל דא זוינע נערישע מגיבים.
וואס ווילטו אפפרעגן אז עס איז נישט 70 נאר 63.... ווייל פילייכט האט ער געקויפט צען דאזען קאוטס ביי G & G.
ערלעדיגט, איז 63 יא עפארדעבל און נארמאל?
במאמר המוסגר, אין די סיטי קומט צו נאך א גוטע 5000 וואס איז נישטא אין מאנסי ואכמ"ל.
אוי ווי ריכטיג דו זאגסט, סתם אבי צו יענעם אפווענדן, ווען גראדע זעהט עס אויס ווי זייער א רעאליסטישע ליסט וואס א עוורידזש מענטש געבט אויס אינעם גאנצן חתונה סייקל, פון פארן ברעכן טעלער ביז נאך די שבעת ימי המשתה.
אין הכי טאקע אז מ'זעהט נישט דארט קיין קאפי'ס פון יעדן רעסיט מיט די פונקטליכע דעטאלן, אבער א מענטש מיט א שטוב מיט קינדער וואס מאכט חתונה, מיינט עס אויטאמאטיש אז ער דארף (דארף ער דען?...) איינקויפן און אויסרישן אסאך ארומיגע צרכים פאר זיין משפחה, וואס אפילו ס'איז נישט דירעקט א הוצאת החתונה, איז עס אבער יא א הוצאה וואס ער דארף באצאלן וואס איז רילעיטעד צו די חתונה.
און גראדע ווען איך קוק איבער דעם ליסט, קען מען אביסל זעהן פון די סטאר נעמען אז זיי זענען נישט קיין שטאטישע וואס מוזן אלעס איינקויפן נאר ברענד נעים, נאר ס'איז דא דארט אסאך איינגעקויפט ביי מער ביליגערע מציאות געשעפטן אדער אוטלעט סטארס וכדו', וואס מיינט אז זיי זענען נאך אפילו געווען אביסל שפארזאם.