עלי' לציוני צדיקים נבג''ם עפּ''י דעת הרה''ק מסאטמאר
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
רצון טוב האט געשריבן: בימיו הרבה מתלמידיו וחסידיו נסעו לקברים עפ"י הוראתו
נתנאל מינצבערג האט געשריבן: מעולם תמהתי על מה שתלמידי וחסידי רביה''ק מסאטמאר רגילין לעלות על קברי צדיקים, בו בזמן שמפורש יצא מפי כה''ג בקונטרס הק' על הגאולה נגד זה
רצון טוב האט געשריבן: בימיו הרבה מתלמידיו וחסידיו נסעו לקברים עפ"י הוראתו
נא_שכל האט געשריבן: געהערט אמאל א אינטערסאנטע סיפור פון רבין זי"ע, מענין לענין באותו ענין, כ'קען נישט די מעשה בדיוק, אבער בערך.
די רעבצין - אלטע פייגא ע"ה פלעגט יעדן גיין יעדן ערב ר"ח צו איר טאטענ'ס ציון אין ניו דזשערסי, זי האט דאך עם געלאזט אהערגעברענגן פון טשענסטחויב, איינמאל האט זי זיך פארלענגערט דארטן און איז אהיימגעקומען שפעט.
דער רבי זי"ע האט שוין געווארט אויף איר אומגעדולדיגט, און כסדר געפרעגט פון אנשי ביתו וואו זי איז אזוי לאנג.
ווען זי איז צוריקגעקומען האט איר דער רבי פארגעהאלטן פארוואס זי איז דארט געווען אזוי לאנג, און איר געזאגט אז באמת דארפן פרויען נישט גיין צו קיין ציונים, אבער אז מ'גייט שוין איז א האלבע שעה גענוג, מער פון דעם איז מען כ"דורש אל המתים"!
הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל איז אנוועזענד געווען בשעת מעשה, און א חשובער איד א איש נאמן האט עס מיר נאכפארציילט בשמו.
די מעשה ברענגט גאר שטארק ארויס זיין מיינונג איבער די קברים זיצער'ס.
להודיע האט געשריבן:נתנאל מינצבערג האט געשריבן: מעולם תמהתי על מה שתלמידי וחסידי רביה''ק מסאטמאר רגילין לעלות על קברי צדיקים, בו בזמן שמפורש יצא מפי כה''ג בקונטרס הק' על הגאולה נגד זה
מי מתלמידי וחסידי רביה"ק מסאטמאר היו "רגילים בזה" ? רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל ? רבי בנימין הערש בערקאוויטש ? רבי לייבעלע גליק ? אה... כונתך לחסידי סאטמאר דהאידנא ? אשמח אם ידעו מה כתוב בעל הגאולה עד סימן ק"ח ואז נדאוג על סימן קח...
מהג"ר מרדכי דוד קאהן ז"ל שמעתי מפורש שאינו עולה לציון רבינו רק פעם אחת בשנה ביום היארצייטוגם זאת במהירות בלי להתמהמה שם.
סידיראם האט געשריבן: און רבינו הקדוש האט זיכער זיך נישט מתנגד געווען צו א זאך וואס איז געווען אלע יארן איינגעפירט ביי כלל ישראל, די יסוד פון משנתו פון הרבי מסאטמאר איז צאי לך בעקבי הצאן, און למעשה האבן זיך געפירט אזוי אבותינו ורבותינו אז מען פלעגט גיין צו ציונים, מען האט קיינמאל נישט געהערט אז וויבאלד די ביסט א פשוט'ע איד האסטו נישט וואס צו זוכן דארט.
ממילא איז פשוט אז די כוונה פונעם רבי'ן אין על הגאולה איז נאר ארויסצוברענגען זיין נקודה וואס ער וויל דארט ארויסברענגען, אבער ער מיינט דאס נישט שולל צו זיין לגמרי. וזה ברור לענ"ד.
לחי האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן: און רבינו הקדוש האט זיכער זיך נישט מתנגד געווען צו א זאך וואס איז געווען אלע יארן איינגעפירט ביי כלל ישראל, די יסוד פון משנתו פון הרבי מסאטמאר איז צאי לך בעקבי הצאן, און למעשה האבן זיך געפירט אזוי אבותינו ורבותינו אז מען פלעגט גיין צו ציונים, מען האט קיינמאל נישט געהערט אז וויבאלד די ביסט א פשוט'ע איד האסטו נישט וואס צו זוכן דארט.
ממילא איז פשוט אז די כוונה פונעם רבי'ן אין על הגאולה איז נאר ארויסצוברענגען זיין נקודה וואס ער וויל דארט ארויסברענגען, אבער ער מיינט דאס נישט שולל צו זיין לגמרי. וזה ברור לענ"ד.
זייט ווען איז גיין צו קברי צדיקים א זאך וואס איז געווען איינגעפירט אלע יארן, זעכער נישט אין די גאליציאנע חדר פון תלמידי הרה"ק מרימינוב, ראפשיץ, סאנדז, וכו, וואס יא איז אז ביי די דריי צדיקים מליזשענסק, קאלוב, און סאנדז איז יא געווען א גרויסע געפאראכץ אינעם יארצייט, אבער סתם אזוי אין א פלעינע טאג און ביי עני אנדערע צדיקים איז זעכער נישט געווען קיין געגייאכץ.....
להודיע האט געשריבן: דעם רבי'נס ווערטער זענען ברור מללו, און מדארף זיך נישט דוחק זיין מיט תירוצים. ס'איז ידוע אז ער האט נישט גורס געווען דאס לאנגע אפזיצן ביי קברי צדיקים, ווען מען איז שוין יא געפארן האט ער בפירוש אנגעזאגט אז מזאל נאר זאגן די קאפיטלעך פון צ' ביז קז און גלייך אוועקגיין. אפילו נישט אויסזאגן תהלים.
להודיע האט געשריבן: מהג"ר מרדכי דוד קאהן ז"ל שמעתי מפורש שאינו עולה לציון רבינו רק פעם אחת בשנה ביום היארצייט וגם זאת במהירות בלי להתמהמה שם.
אבל בתשו' מנחת אלעזר (ח"א סי' ס"ח) כתב דלא רק שאין איסור בזה, אלא אדרבה מצוה איכא , והאריך להוכיח מכמה מאמרי חז"ל וזוה"ק עיין שם, והובא דבריו בספר קצה המטה על המטה אפרים (סי' תקפ"א אות צ"ו), וכי כן משמעות המג"א (סוס"י תקע"ט) וכו' עיין שם. וע"ע בספר סגולות ישראל (מע' ק') מכמה מקומות בזה.
אמנם ראיתי בספר על הגאולה ועל התמורה לרבינו כ"ק הגה"ק מסאטמאר זלה"ה (אות ק"ח), שכתב דכל ענין הליכה על הקברים אינו ענין אלא לבני אדם גדולים וצדיקים היודעין ומבינין סודן של הדברים והוא ענין התדבקות נפש בנפש כמבואר בזוה"ק וכו', ועוד הביא שם את דברי הב"ח בשם הר"ח פלטיאל זלה"ה וכו', וסיים הב"ח אלא שכבר החזיקו במנהג ואין מוחה וכו' עיין שם, והנה כי כן הביא בהגהות לספר אורחת חיים מהגאון המהרש"ם ז"ל (סי' תקפ"א אות י"ד), מדברי הרשב"ם (ב"ב נ"ח ע"א ד"ה ר"ב), דאין רשות לכנוס בקברי צדיקים אלא לאדם גדול וחשוב, וע"ש במהרש"א ח"א דמה"ט קאי אליעזר עבד אברהם אבבא דלא ליעול אינש דלא מעלי, ועמג"א (סוס"י תקנ"ט) דמי שלא תיקן עון קרי לא ילך על ביה"ק =בית הקברות= וכו' עיין שם, ועי' בכ"ז במנחת אלעזר שם,
והנה למעשה אין בידי להכריע בענינים העומדים ברומו של עולם, אבל שפיר י"ל נהרא ונהרא ופשטי'.
יעצט געלערנט הל' ראש השנה, און איך מיז אייך זאגן אז די שטיקל על הגאולה איז א פלא, ווייל די רמ"א אין סימן תקפ"א שרייבט די מנהג פון גיין צו די קברים און דארט מרבה זיין בתחנונים, און אזוי אויך שטייט אין של"ה מסכת ר"ה אז מען גייט צו די בתי קברות צו מתפלל זיין, און אזוי אויך ווערט דאס דערמאנט אין נאך פוסקים ווי א דבר פשוט פאר יעדן איינעם, און אז די טעם איז ווייל דארט איז א מקום קיבול תפילות, ווי די לשון פונעם מטה אפרים סימן תקפ"א ס"נ נוהגין לילך בער"ה אחר תפלת שחרית על הקברות להשתטח על קברי הצדיקים ומרבים תחנונים לעורר הצדיקים הקדושים אשר בארץ המה שימליצו טוב בעדינו ביום הדין, וגם מתוך שהוא מקום קבורת הצדיקים המקום קדוש וטהור והתפלה מקובלת ביותר, בהיותה על אדמת קודש, אויך אין קב הישר פרק ע"א שרייבט ער אז פון דאס וואס כלב איז געגאנגען צו קברי אבות לערנט מען ארויס אז מען זאל גיין מתפלל זיין אויף קברי אבות און אויף קברי צדיקים, שהקב"ה גזר כן להיות נפשות הצדיקים מצויין על הקברות לטובת ישראל שיהיו שומעין לתחינות ותפלות ישראל הבאים להתפלל על הקברות, וכל מי שיש לו איזה צער יבא אל קברי אבותיו או שאר קברות ויודיע צערו להנפשות, כי בעת שהנשמות ונפשות שומעין תפלתן של החיים המתפללין על צערו אז עולין לרוחות שבגן עדן וכו' ומעוררין האבות שבארץ ישראל וכו'
איז אויב אזוי פארשטיי איך נישט וויאזוי דאס שטימט מיט די על הגאולה אז דאס איז "נאר" פאר צדיקים וקדושים, אפשר פאר צדיקים וקדושים איז דא די ענין פון אתדבקות רוחא ברוחא מיט הויכע ענינים, און אויך איז דא א ענין נישט צו גיין סתם אזוי צו א בית הקברות, אבער צו גיין מתפלל זיין אויף קברי צדיקים, איז א גרויסע פלא צו זאגן אז די זאך איז נאר שייך פאר צדיקים, ווען אלע פוסקים און אלע ספרים דערמאנען די ענין ווי א דבר פשוט פאר יעדן איינעם. און בכלל וויאזוי שטימט דאס אז דער תפארת שלמה איז געגאנגען פון שטעטל צו שטעטל אויף די וועג צו ליזענסק מעורר צו זיין דעם עולם צו פארן קיין ליזענסק צום ציון הקדוש.
איך האב נישט קיין תירוץ נאר אז דער רבי איז אביסל מקצר דארט מיט זיין לשון, און ער מיינט בעיקר ארויסצוברענגען, אז היות די "עיקר" זאך איז פאר צדיקים, הגם עס איז אויך נוגע פאר פשוט'ע מענטשן צו מתפלל זיין ווייל דאס איז א מקום קיבלול תפילות, אבער היות די עיקר זאך איז פאר גרויסע מענטשן, על כן איז אפילו ווען פשוט'ע מענטשן גייען, זאל מען אוודאי נישט קומען מיט הוללות און פריצות, אזוי ווי דער רבי פירט דארט אויס "אבל בעוה"ר שנתרבה הפריצות במקומות הקדושים וכו' ובאין לידי שמיעת דברי מינות וכו' בודאי ראוי למנוע מזה, וחלילה לבוא למקומות הקדושים במחשבות מתועבות כאלה, ובלי ספק דלא ניחא לצדיקים השוכנים שם ולא לרצון הוא להם"
נתנאל מינצבערג האט געשריבן: מעולם תמהתי על מה שתלמידי וחסידי רביה''ק מסאטמאר רגילין לעלות על קברי צדיקים, בו בזמן שמפורש יצא מפי כה''ג בקונטרס הק' על הגאולה נגד זה