שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
הילף בזמן שמחה
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שכרך הרבה מאוד
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
[email protected]
שיקט אייער שידוך רעזומעי, דייקא פאר פסח, ווייל יעצט פיהלט מען די צער די מערסטע, און יעדער וויל יעצט געהאלפן ווערן,

לשאלת הרבים,
אויב ווילט איר א שידוך פאר אייך/חבר/משפחה מיטגליד ביטע שיקט אריין א שידוך רעזומעי, צו:
[email protected]
און מ'וועט אייך קאנטאקטן אין שנעלסטן געלעגענהייט, ווי אויך וועט איר אי"ה באקומען א רשימה פון שדכנים וועם איר קענט קלינגן ספעציפיש לויט אייער געברויך
ישר כח

דיין זעלטענע זכות זאל דיר ביישטיין לכל מילי דמיטב בכפלי כפליים!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
- אזוי גאר!
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9279
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע:עולם השפל
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
שוין געשיקט כמעט א יאר צוריק, קיינמאל באקומען א ליסט פון שרכנים
זאל איך גיין ביים צענער?
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
שיק נאכאמאל, מ'וועט ענטפערן דיין אימעיל בעז"ה
- פעטער שמואל
- שר האלפיים
- תגובות: 2973
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
נישט די זעלבער פונעם פותח האשכול.
זאל ער אויך מצליח זיין.
זאל ער אויך מצליח זיין.
- אטעטשמענטס
-
- 23plus.JPG (17.65 KiB) געזען 2559 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
ישר כח פעטער שמואל,
כמותך ירבו בישראל
כמותך ירבו בישראל
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9809
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
פעטער שמואל האט געשריבן: .
פעטער שמואל האט געשריבן: .
שידוכים 21 and up האט געשריבן: שיק נאכאמאל, מ'וועט ענטפערן דיין אימעיל בעז"ה
איז דאס די זעלבע זאך?
- פעטער שמואל
- שר האלפיים
- תגובות: 2973
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
יידישע קהילות האט געשריבן:פעטער שמואל האט געשריבן: .
פעטער שמואל האט געשריבן: .שידוכים 21 and up האט געשריבן: שיק נאכאמאל, מ'וועט ענטפערן דיין אימעיל בעז"ה
איז דאס די זעלבע זאך?
ניין.
איך האב עס וועריפייד.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
יעצט בימי השובבי"ם איז די זמן מסוגל, צו העלפן די אלע וואס קוקן ארויס צו געהאלפן ווערן, עס איז פון די גרעסטע תיקונים
די לשון פונעם חיד"א, עס קומט פון די חלק המוסר פון חק לישראל ג' בשלח:
הבא לתקן פגם הברית, אם לא נשא אשה לשוא צרף צורף, והמאחר לישא מאיזה טענות, ידע נאמנה כי מאבד עולמו ונפשו. ומה יסכון גבר להתענות בימי השובבים והוא עובר על דת וכל ימיו בעבירה, ומבן עשרים שנה ואילך אומרים עליו תפחנה עצמותיו. כו' כו'. לכן טרם כל ישתדל לישא אשה, וזהו עיקר התיקון. ומבלעדי זה שוא עמל בכל התעניות והסיגופים, ובעל שכל יבין את זאת.
די לשון פונעם חיד"א, עס קומט פון די חלק המוסר פון חק לישראל ג' בשלח:
הבא לתקן פגם הברית, אם לא נשא אשה לשוא צרף צורף, והמאחר לישא מאיזה טענות, ידע נאמנה כי מאבד עולמו ונפשו. ומה יסכון גבר להתענות בימי השובבים והוא עובר על דת וכל ימיו בעבירה, ומבן עשרים שנה ואילך אומרים עליו תפחנה עצמותיו. כו' כו'. לכן טרם כל ישתדל לישא אשה, וזהו עיקר התיקון. ומבלעדי זה שוא עמל בכל התעניות והסיגופים, ובעל שכל יבין את זאת.
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
כאפט אריין אין די ימי השובבי"ם צו העלפן אייערע חברים,
שיקט אריין א רעזומעי,
שיקט אריין א רעזומעי,
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2444
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע:מאנטשעסטער
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
איך פרוביר לעצטנס זייער שטארק צו מאכן שידוכים, ביזדערווייל נאכנישט אויסגעפירט קיין איין שידוך, איז דא ערגעץ א גייד פאר פרישע שדכנים וויאזוי צו ארבעטן?
וויאזוי זאל מען רעדן ביים אנטראגען א שידוך?
וויאזוי זאל מען רעדן ביים אנטראגען א שידוך?
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
וועלכע סטייל שידוכים פרובירסטו?
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2444
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע:מאנטשעסטער
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
שידוכים 21 and up האט געשריבן: וועלכע סטייל שידוכים פרובירסטו?
אלע, אבער איך האב א געפיל פאר עלטערע בחורים ווייל איך האב חתונה געהאט ביי 24
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
גרינוויל תושב,
מ'דארף טוהן נישט אויפטוהן, דאס אז טוסט פאר אידן העכער 20, איז א געוואלדיגע ענין, כ'דארף דיר נישט מסביר זיין,
אבער איין זאך כאפסטו אפשר נישט,
אז חז"ל זאגן בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, איז עס געזאגט געווארן אפילו ביים גרעסטען צדיק,
איז אזעלכע ווי דו און מיר וואס האבן עס געשפירט אויף די אייגענע הויט, דארפן טוען תיקונים פארדעם א גאנץ לעבן,
איז צוטוהן די זאכן אין דימי השובבי"ם א שטארקע תיקון כמובן,
דאס אליינס אז והאלקים אנה לידינו צו טוען אין די נושא בימי שובבי"ם ת"ת בשנה מעוברת, איז דאס א געוואלדיגע סייעתא דשמיא,
פאר סיי וועלכע הילף אין די נושא, קענסט דיר ווענדן צו מיר אין אימעיל

צום קעפל שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טהון דערין איז א כהן א גרוש וואס דאס וועט יעדער שדכן אפזאגן צו טהון אין דעם
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2444
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע:מאנטשעסטער
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
שידוכים 21 and up האט געשריבן: גרינוויל תושב,
מ'דארף טוהן נישט אויפטוהן, דאס אז טוסט פאר אידן העכער 20, איז א געוואלדיגע ענין, כ'דארף דיר נישט מסביר זיין,
אבער איין זאך כאפסטו אפשר נישט,
אז חז"ל זאגן בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, איז עס געזאגט געווארן אפילו ביים גרעסטען צדיק,
איז אזעלכע ווי דו און מיר וואס האבן עס געשפירט אויף די אייגענע הויט, דארפן טוען תיקונים פארדעם א גאנץ לעבן,
איז צוטוהן די זאכן אין דימי השובבי"ם א שטארקע תיקון כמובן,
דאס אליינס אז והאלקים אנה לידינו צו טוען אין די נושא בימי שובבי"ם ת"ת בשנה מעוברת, איז דאס א געוואלדיגע סייעתא דשמיא,
פאר סיי וועלכע הילף אין די נושא, קענסט דיר ווענדן צו מיר אין אימעיל
ישר כח
נעקסט טיים, ציטיר מיר אין דיין תגובה, איך זאל וויסן אז דו האסט מיר עפעס צוריקגעשריבן, ש'כח!
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
איד27 האט געשריבן: צום קעפל שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טהון דערין איז א כהן א גרוש וואס דאס וועט יעדער שדכן אפזאגן צו טהון אין דעם
דער אייבערשטער העלפט יעדעם,
זכרני ימים מקדם, אין די זמנים וואס איך האב מיטגעמאכט נמ"ג,
האט די ארגאזאציע "אחים בדרך" געמאכט א צוזאמקום אויף א שיף אין מאנהעטען על אם המים אין די איסט ריווער,
האט דארט ר' מרדכי (מאטע) פראנק דערציילט א מעשה, מוז נישט זיין אמת אבער גוט איז עס, דאס איז די מעשה:
א איד איז אמאל אריין געקומען צו איינע פון די נקיי הדעת אין ירושלים, אויסגעבראכן אין א געוויין, פארציילענדיג, אז ער האט 20 יאר נאך די חתונה נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, מ'האט אים געפסק'ענט אז ער מוז זיך טיילן פון זיין ווייב כדי אויפצושטעלן דורות און מקיין זיין די מצוה פון "פרו ורבו",
מיט ביטערע געפיל, הא ער ענדליך מסביר געווען פאר זיין רעבעצין, אז ער גלייכט איר זייער שטארק, אבער הלכה איז הלכה, מ'מוז זיך ליידער טיילן פאר קיין שום איד געווינטשן,
ביז מ'האט קובע געווען א טאג ווען ער גייט איר גיבן א גט רח"ל,
איז אריבער עטליכע וואכן און ער איז געוואר געווארן אז זי ווארט א קינד ב"ה, אבל דא עקא, ער איז א כהן, ער קען איר נישט צוריק נעמען,
ער איז שוין ארום געלאפן צו אלע רבנים, זוכן עפעס א בדוחק'דיגע היתר, קיינער האט אים נישט געטראפן קיין שום היתר, "א כהן טאר דאך נישט חתונה האבן מיט א גרושה"
האט אים דער ערליכע איד מנקיי הדעת אין ירושלים (דער שואל איז נישט געווען קיין סאטמארער) געענטפערט:
קיין שום רב/דיין/רבי אדער סיי וועלכע בשר ודם קען דיר נישט העלפן,
גיי אריבער צום "כותל המערבי" חז"ל זאגן דאך "מעולם לא זזה שכינה משם" וויין דיר אויס לאבינו שבשמים,
אומר ועושה, אזוי שטייענדיג ביים כותל און וויינען, קומט צו צו אים א משוגענער, און פרעג אים פארוואס וויינסטו אזוי ביטער? האט דער איד געטראכט צו זיך, וואס קען מיר שוין די משוגענער העלפן, האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען,
ער האט אים אזוי לאנג געמוטשעט, ביז ער האט זיך געבראכן און דערציילט זיין פראבלעם, האט אים דער משוגענער גענטפערט: האסט א טאט'ן גיי צו אים,
דער איד האט געטראכט צו זיך ער האט א אלטע און קראנקע טאטע, וואס איז רוב צייט נישט ביי זיך, וואס קען ער אים שוין העלפן,
אבער וואס טוט נישט א איד אין א "עת צרהה", האט ער געטראכט צו זיך חז"ל זאגן דאך "מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים" (אפשר דאך ליגט עפעס נבואה אין די ווערטער פון די משוגענער) האט ער מחליט געווען אז ער קען גארנישט דערלייגן, איז ער אריבער געגאנגען צו זיין טאטע פאר א באזוך,
אין מיטען האט זיך די טאטע אויפגעוועקט פאר א מינוט און אים געזאגט "קינד מיינס" איך וויל דיר אויסזאגן יעצט א סוד, וואס כ'האב דיר קיינמאל אין לעבן נישט פארציילט, אז ער איז נישט זיין עכטע טאטע, ער האט אים גענומען צו אויפציעהן ווען ער איז געווען א קליין קינד,
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז באמת נישט קיין "כהן" און ער האט ב"ה צוריק גענומען זיין ווייב, און געהאט מיט איר א קינד,
האט זיך דארט אנגערופען א אינגעמאן וואס איז בשעתו געווען א כהן א גרוש, שוין קרוב צו די 40, אז אפשר קען איך אים אויסגעפונען אז "ער איז נישט קיין עכטע כהן" האב איך אים געענטפערט אז זיין טאטע איז א כהן מיוחס, און ער קוקט אויס פונט ווי זיינע ברודערס, און ער איז א עכטע "כהן" אבער "היד ה' תקצר? דער אייבערשטער איז נישט באגרעניצט מיט וועגן וויאזוי אים צו העלפן "הרבה דרכים למקום" די מעשה איז נאר א משל, און נישט אז איבייג איז דאס די סעלושאן,
לא הי' ימים מועטים, און דער אינגערמאן האט געשלאסן שידוך, מיט א אלמנה וואס איז אינגער פון אים מיט עטליכע יאר, און ער האט שוין געהאט מיט איר עטליכע קינדער ב"ה
זאל דער אייבערשטן אויפרעכטן אלע אין דעם ביטערן מצב בקרוב במהרה דידן אמן
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
א גרויסע שכוח
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
שידוכים 21 and up האט געשריבן:איד27 האט געשריבן: צום קעפל שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טהון דערין איז א כהן א גרוש וואס דאס וועט יעדער שדכן אפזאגן צו טהון אין דעם
דער אייבערשטער העלפט יעדעם,
זכרני ימים מקדם, אין די זמנים וואס איך האב מיטגעמאכט נמ"ג,
האט די ארגאזאציע "אחים בדרך" געמאכט א צוזאמקום אויף א שיף אין מאנהעטען על אם המים אין די איסט ריווער,
האט דארט ר' מרדכי (מאטע) פראנק דערציילט א מעשה, מוז נישט זיין אמת אבער גוט איז עס, דאס איז די מעשה:
א איד איז אמאל אריין געקומען צו איינע פון די נקיי הדעת אין ירושלים, אויסגעבראכן אין א געוויין, פארציילענדיג, אז ער האט 20 יאר נאך די חתונה נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, מ'האט אים געפסק'ענט אז ער מוז זיך טיילן פון זיין ווייב כדי אויפצושטעלן דורות און מקיין זיין די מצוה פון "פרו ורבו",
מיט ביטערע געפיל, הא ער ענדליך מסביר געווען פאר זיין רעבעצין, אז ער גלייכט איר זייער שטארק, אבער הלכה איז הלכה, מ'מוז זיך ליידער טיילן פאר קיין שום איד געווינטשן,
ביז מ'האט קובע געווען א טאג ווען ער גייט איר גיבן א גט רח"ל,
איז אריבער עטליכע וואכן און ער איז געוואר געווארן אז זי ווארט א קינד ב"ה, אבל דא עקא, ער איז א כהן, ער קען איר נישט צוריק נעמען,
ער איז שוין ארום געלאפן צו אלע רבנים, זוכן עפעס א בדוחק'דיגע היתר, קיינער האט אים נישט געטראפן קיין שום היתר, "א כהן טאר דאך נישט חתונה האבן מיט א גרושה"
האט אים דער ערליכע איד מנקיי הדעת אין ירושלים (דער שואל איז נישט געווען קיין סאטמארער) געענטפערט:
קיין שום רב/דיין/רבי אדער סיי וועלכע בשר ודם קען דיר נישט העלפן,
גיי אריבער צום "כותל המערבי" חז"ל זאגן דאך "מעולם לא זזה שכינה משם" וויין דיר אויס לאבינו שבשמים,
אומר ועושה, אזוי שטייענדיג ביים כותל און וויינען, קומט צו צו אים א משוגענער, און פרעג אים פארוואס וויינסטו אזוי ביטער? האט דער איד געטראכט צו זיך, וואס קען מיר שוין די משוגענער העלפן, האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען,
ער האט אים אזוי לאנג געמוטשעט, ביז ער האט זיך געבראכן און דערציילט זיין פראבלעם, האט אים דער משוגענער גענטפערט: האסט א טאט'ן גיי צו אים,
דער איד האט געטראכט צו זיך ער האט א אלטע און קראנקע טאטע, וואס איז רוב צייט נישט ביי זיך, וואס קען ער אים שוין העלפן,
אבער וואס טוט נישט א איד אין א "עת צרהה", האט ער געטראכט צו זיך חז"ל זאגן דאך "מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים" (אפשר דאך ליגט עפעס נבואה אין די ווערטער פון די משוגענער) האט ער מחליט געווען אז ער קען גארנישט דערלייגן, איז ער אריבער געגאנגען צו זיין טאטע פאר א באזוך,
אין מיטען האט זיך די טאטע אויפגעוועקט פאר א מינוט און אים געזאגט "קינד מיינס" איך וויל דיר אויסזאגן יעצט א סוד, וואס כ'האב דיר קיינמאל אין לעבן נישט פארציילט, אז ער איז נישט זיין עכטע טאטע, ער האט אים גענומען צו אויפציעהן ווען ער איז געווען א קליין קינד,
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז באמת נישט קיין "כהן" און ער האט ב"ה צוריק גענומען זיין ווייב, און געהאט מיט איר א קינד,
האט זיך דארט אנגערופען א אינגעמאן וואס איז בשעתו געווען א כהן א גרוש, שוין קרוב צו די 40, אז אפשר קען איך אים אויסגעפונען אז "ער איז נישט קיין עכטע כהן" האב איך אים געענטפערט אז זיין טאטע איז א כהן מיוחס, און ער קוקט אויס פונט ווי זיינע ברודערס, און ער איז א עכטע "כהן" אבער "היד ה' תקצר? דער אייבערשטער איז נישט באגרעניצט מיט וועגן וויאזוי אים צו העלפן "הרבה דרכים למקום" די מעשה איז נאר א משל, און נישט אז איבייג איז דאס די סעלושאן,
לא הי' ימים מועטים, און דער אינגערמאן האט געשלאסן שידוך, מיט א אלמנה וואס איז אינגער פון אים מיט עטליכע יאר, און ער האט שוין געהאט מיט איר עטליכע קינדער ב"ה
זאל דער אייבערשטן אויפרעכטן אלע אין דעם ביטערן מצב בקרוב במהרה דידן אמן
מורא'דיגע מעשה,
ישר כח
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
פאר אלע וואס זוכן א שידוך נייטיג,
איך רעקאמאנדיר זיך אויפצוסיינען אויף bashert4me.com
עס זיצן אויף די וועבסייט א שטאב מיט ערפארענע פלייסיגע שדכנים און עסקנים וואס פארשטייען די נחיצות הענין, און פרובירן צו העלפן יעדן
איך רעקאמאנדיר זיך אויפצוסיינען אויף bashert4me.com
עס זיצן אויף די וועבסייט א שטאב מיט ערפארענע פלייסיגע שדכנים און עסקנים וואס פארשטייען די נחיצות הענין, און פרובירן צו העלפן יעדן
- שידוכים 21 and up
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am
Re: שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
עס האט זיך געעפענט א האט ליין אין ארץ ישראל
וי מ'קען הערן א ליסטע פון טעלאפאן נומערן פון שדכנים פאר זיווג שני
ליידער איז עס אויף די גוישע שפראך (העברעיש)
אבער מ'קען דרוקן נומער 5 צו הערן א ליסט פון שדכנים אין ניו יארק צוטיילט לויט די שטעט
די נומערן פון די שדכנים אין ניו יארק ווערן געזאגט אויף ענגליש
נומער 1 איז חסידישע שדכנים אין ארץ ישראל צוטיילט לויט די קהלות
די נומער איז 76-599-7844(0) (011-972)
פון ניו יארק דרוקט מען נישט די 0 נאך 972,
פון ארץ ישראל נוצט מען נישט די ערשטע 6 נומערן,
פון ארץ ישראל דרוקט מען 076-599-7844
פון ניו יארק 076-599-7844
פון אנדערע מקומות 00972765997844

אזויווי עס דערנענטערן זיך די הייליגע יום טוב טעג פון חודש תשרי,
ווען די באטראפענע פיהלן די מצב ליידער סאך שטערקער, און ליידער איז אין די טעג נישטא מיט וועם צורעדן, אלע זענען פארנומען,
מעלדן מיר דא אז מיר זענען אלץ גרייט צו העלפן בעז"ה