תוכחה (קללות) וואס צדיקים האבן אויסגטייטשט לברכה
וזה החלי
ואכלתם בשר בניכם
די קינדער ווועלן זיך יאגן צום רבין'ס טיש און זיי ווען אנטלויפן פון די סעודה פאר די פלייש אזש אז די עלטערן וועלן דארפן אויפעסן די קינדערס פלייש
(כמדומה לי האמרי חיים זי"ע)
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
zugurnish האט געשריבן: בהיום יום מביא הרבי שרבינו הזקן הי' בעצמו הקורא בתורה. פעם אחת לא הי' בליאזנא ש"פ תבא, ושמע אדמו"ר האמצעי - והוא עודנו נער קודם הבר מצוה - הקריאה מאחר. העגמת נפש מהקללות שבתוכחה הביאתו לכאב לב, עד שביוהכ"פ נסתפק רבינו הזקן אם יוכל להתענות.
כששאלו את אדהא"מ הרי בכל שנה קורים פרשה זו, ענה: כשבאבא קורא "הערט זיך ניט קיין קללות.
zugurnish האט געשריבן: ראה מה שכתב הצמח צדק כאן בזה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=178
לכאורה האט געשריבן: עס איז שוין היינט דא א גאנץ ספר'ל אויף די סארט קללות/ברכות, כ'געדענק נישט דעם נאמען
אני לעצמי האב אויך געמאכט א שטיקל ליקוט אונטערן נאמען "טובה תוכחת"
עצה טובה: לערנט אדורך דעם תוכחה אין ש"ך על התורה (פ' בחקתי און פ' תבא), איר וועט זיך שפירן דערהויבן!
לכאורה האט געשריבן: עס איז נישט נאר דער שער בלאט, איך טויג נישט אויף אויסשטעלן (עימוד), אויב איר ווילט דאס פריוואט אין אישי קען איך עס שיקן
שמאטע האט געשריבן: כמדומה לי אז דאס איז בשם פון קאזניצ'ער מגיד:
ביים ליינען די תוכחה האט ער זיך צופלאמט ביים פסוק (כו, לא) "והשמותי את מקדשיכם ולא אריח בריח ניחחכם" און געפלאמט "אוי ווי אידן ווארטן שוין אויף דעם!.."
ער האט געזאגט פשט, אז דאס איז א ברכה אז הקב"ה וועט אפשטעלן די אלע מיתות משינות און הריגת אין וועלכע אידישע קרבנות קומען ליידער אום על קידוש השם, און אנשטאט וועט הקב"ה זיך פארגליסטן אין קרבנות בהמות!
זאל מיר טאקע שוין זוכה זיין דערצו!