רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עטרת תפארת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:15 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת תפארת »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !
ס'פאלט דיר אפילו נישט איין, אז ס'איז דא בתי מדרשים וואס משטעלט נישט צי די אלע תאוות......
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

אגב: דאס גאנצע אנרופן ר' ישעי'לע מיט'ן נאמען ר' ישעי' ב"ר משה איז א חלק פונ'ם צירקוס.
מען האט אים אלץ גערופן ר' ישעי'לע קערעסטירער.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:
עטרת תפארת האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן:
א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !
ס'פאלט דיר אפילו נישט איין, אז ס'איז דא בתי מדרשים וואס משטעלט נישט צי די אלע תאוות......
המשל הוא רק לסבר את האוזן
יאנאש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:58 pm
דערעוילעם איז נישט מיט אונז, מילד גערעדט...
עטרת תפארת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:15 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת תפארת »

מיין קליינע קאפ פארשטייט נישט וואס דו ווילסט דא ארויס ברענגען מיט די משל...

אלעמאל איז דא נאה דורשים שאינם נאה מקיימים. אבער זיי זענען נישט די כלל..
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10936
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

באשעפער זיסער ווי שטיי מיר היינט...
photo_2022-05-04_13-09-55.jpg
photo_2022-05-04_13-09-55.jpg (87.53 KiB) געזען 2018 מאל
photo_2022-05-04_13-10-09.jpg
photo_2022-05-04_13-10-09.jpg (142.13 KiB) געזען 2018 מאל
photo_2022-05-04_13-10-16.jpg
photo_2022-05-04_13-10-16.jpg (45.43 KiB) געזען 2018 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

tesla האט געשריבן:
צק
כ'וויס נישט כ'האלט נאך פארן דאווענען...
זאגט מיר היינט איינער אז רבי ישעלע פלעגט דאך פאר תקיעת שופר שניידן קעיק לשובע ולא לרזון, פאר תקיעת שופר הייסט דאך לויט טייל פוסקים פאר אדער אינמיטן דאווענען, קומט דאך אויס אז מ’מעג עסן (כאטש אין אזא טאג ווי היינט) פארן דאווענען...

כ’שרייב עס יעצט, ווייל יעצט האלט מען דאך שוין נאכן דאווענען און קיינער וועט עס נישט ניצן אויף א היתר... (כ’האף אזוי...)
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

burich mechel האט געשריבן:
גרויל איז נישט דאס ווארט....
וויל איך נאר וויסן צו אויף די אלע לאוין פון עסן רעספבעריס וואס איז מלא תולעים, האט אויך רעבשייעבערעבמוישע געזאגט לשובע ולא לרזון...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מיינע שטורעמישע צוויי צענט

צ/ק

יא, אין נאך ווי

ג' אייר איז נישט דא קיין שום ענין צו עסן, פינטל.

טיילן עסן? דאס יא, - נישט נאר ג' אייר, אבער עסן? און נאך אלע תאווות מיט אלע הידורים און פיטשעווקעס? דאס האט ר' ישעי'עלע געוואלט?!
געב צו עסן פאר הונגעריגע אידן!
גיי אריין אין גראסערי צאל אויס די בילס פון אנדערע אידן!
אבער זיך אראפזעצן עסן? ווער רעדט נאך אכילה גסה?! מיט אלע תאוות?!! און נאך בשם ר' ישעי'עלע??!! איר זענט נארמאל

די גמרא ברענגט א מעשה פון 2 אידן, ביידע האבן געבראטן א קרבן פסח, און ביידע האבן עס געגעסן, איינער האט געגעסן לשם מצוה, און דער צווייטער לשם תאוה, רופט אים ר' יוחנן אן "ופושעים יכשלו בם", און דאס איז ביי קרבן פסח וואס איז א מצוה צו עסן...
כל שכן וכל שכן ג' אייר, ווען עס איז "נישט" קיין מצוה צו עסן......

אדרבה, ווען דעי אידן וואס פרעסן זיך אן דארפן א ישועה פון ר' ישעי'לע וועלן זיי אויך זיך זעצן צו א שיסל בריסקעט ביי א גריל? אדער דעמאלט וועלן זיי אריין לויפן צום נענסטן גראסערי אויסצאלן ביללס פון אפאר אידן??!
לבי אומר לי אז די צווייטע... אינעם מינוט פון אמת ווייסן זיי אויך די אמת....



וואטעווער
אוועטאר
crunchy
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע:ביים רבי’נס טיש

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

יעדער האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן:
"קלארמאכונג"
צו אלע חשובע אוכלים, די פראבלעם איז נישט די פרעס ס'אפילו נישט קיין עבירה , נאר דאס אז מ'שמירט עס ארויף אויפן צדיק.
ודלא כהרמב“ן בפרשתן על פסוק קדושים תהיו ודלא כהמחבר בסימן רל“א
אוועטאר
crunchy
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע:ביים רבי’נס טיש

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

חסדי אבות האט געשריבן:
ס'איז דא א רמז די וואך אויף אכילה אום ג' באייר.

"ואם האכל יאכל ביום השלישי".

ג' אייר קומט אלעמאל אויס אין די וואך, וואו עס שטייט די דאזיגע פסוק.
זאג, וואס איז די אויספיר פון די פסוק?
אוועטאר
משה יוסל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 7:25 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוסל »

עטרת תפארת האט געשריבן:
מיין קליינע קאפ פארשטייט נישט וואס דו ווילסט דא ארויס ברענגען מיט די משל...

אלעמאל איז דא נאה דורשים שאינם נאה מקיימים. אבער זיי זענען נישט די כלל..
די זעסט אויס צו זיין אביסעלע הינגערוג
נא מאך א ברכה.
קוק עס אן אזוי ווי ס'איז: איך הייס משה יוסל
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

פיין!
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2022-05-04 at 2.02.49 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-05-04 at 2.02.49 PM.jpeg (121.85 KiB) געזען 1717 מאל
WhatsApp Image 2022-05-04 at 12.46.16 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-05-04 at 12.46.16 PM.jpeg (234.33 KiB) געזען 1717 מאל
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

צ"ק
ברויך מען טוישן די קעפל צו
"איז דען דאס נישט איבערגעטריבן"?!
בתמיה....
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

לאשתמודעתא האט געשריבן:
פיין!
דעיס איז פיינע נייעס!
גיימער עס לייגן פאר מיין אינטערשריפט
WhatsApp Image 2022-05-04 at 12.46.16 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-05-04 at 12.46.16 PM.jpeg (234.33 KiB) געזען 1660 מאל
בילד
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

לאשתמודעתא האט געשריבן:
פיין!
אוי געוואלד!
אונז האט מען אויסגעלערנט אז עסן נאנט צו א פיקטשער פון ר' שעי'לע איז קשה לשכחה!!!
דוב אומר: ישאו מדבר ועריו חצרים תשב קדר ירנו ישבי סלע מראש הרים יצוחו.
וַאֲרוּ חֵיוָה אָחֳרִי תִנְיָנָה דָּמְיָה לְדֹב וְלִשְׂטַר־חַד הֳקִמַת וּתְלָת עִלְעִין בְּפֻמַּהּ בֵּין שִׁנַּיהּ שִׁנַּהּ וְכֵן אָמְרִין לַהּ קוּמִי אֲכֻלִי בְּשַׂר שַׂגִּיא.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

מצוה לפרסם
אז מען רעדט פון די פרעס וואס גייט פאר אנגעשמירט אויף ר' ישעי'לע כדי לפרסם מעשה שסיפר הרה"צ ר' יצחק צבי דייטש מדיטרויט זי"ע וואס ער האט געוואנט אין קערעסטיר און האט געהערט אסאך מעשיות פון ר' ישעי'לע אליינס וואס כידוע פלעגט ר' ישעילע פארציילן מעשעיות פון זיך אליינס פאר די קינדער
א איד איז געפארן קיין קערעסטיר און אויפן באן איז ער געזעצן נעבן ר' ישעלע און האט נישט געוויסט אז דאס איז ר ישעלע אליינס, און ער פרעגט ר' ישעילע איז עס אמת אז אין קערעסטיר איז דא גיט צו עסן ? ? און אזוי איז ער געווען ביזי פון רעדן פון די גיטע עסן, באופן רעבתנות, זאגט אים ר' ישעילע איך קען דיר איין זאך זאגן מאך זיכער ביי די פיש אז דו ביזט זאט, ווי איינער זאגט וואס איז זיכער איז זיכער, שפעטער ביסטו נישט גאראנטירט.
ביי די שבת'דיגע סעודה האט דער איד זיך גיט אנגעעגסן מיט די פיש, און ווען עס געקומען צו די טשולענט וואס כידוע האט ר' ישעילע אליינס סערווירט דעם עולם האט דער איד מער נישט געקענט עסן, און ר' ישעלע איז צוגעאנגען צו דעם איד און געזאגט איך האב אייך געוואלט אויסלערנען אז מען רעדטו נישט אזוי פון עסן
זי"ע
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

crunchy האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
ס'איז דא א רמז די וואך אויף אכילה אום ג' באייר.

"ואם האכל יאכל ביום השלישי".

ג' אייר קומט אלעמאל אויס אין די וואך, וואו עס שטייט די דאזיגע פסוק.
זאג, וואס איז די אויספיר פון די פסוק?
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
הער אויף
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2017 6:36 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער אויף »

photo_2022-05-04_17-11-28.jpg
photo_2022-05-04_17-11-28.jpg (111.9 KiB) געזען 1393 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איינער זאגט גוט: דער עולם קען צאלן די חובות און בילס וואס מ'איז שילדיג כאטשיג ווי לעילו נשמת ר' ישע' ב"ר משה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

א פיינע מענטש האט געשריבן:
מצוה לפרסם
אז מען רעדט פון די פרעס וואס גייט פאר אנגעשמירט אויף ר' ישעי'לע כדי לפרסם מעשה שסיפר הרה"צ ר' יצחק צבי דייטש מדיטרויט זי"ע וואס ער האט געוואנט אין קערעסטיר און האט געהערט אסאך מעשיות פון ר' ישעי'לע אליינס וואס כידוע פלעגט ר' ישעילע פארציילן מעשעיות פון זיך אליינס פאר די קינדער
א איד איז געפארן קיין קערעסטיר און אויפן באן איז ער געזעצן נעבן ר' ישעלע און האט נישט געוויסט אז דאס איז ר ישעלע אליינס, און ער פרעגט ר' ישעילע איז עס אמת אז אין קערעסטיר איז דא גיט צו עסן ? ? און אזוי איז ער געווען ביזי פון רעדן פון די גיטע עסן, באופן רעבתנות, זאגט אים ר' ישעילע איך קען דיר איין זאך זאגן מאך זיכער ביי די פיש אז דו ביזט זאט, ווי איינער זאגט וואס איז זיכער איז זיכער, שפעטער ביסטו נישט גאראנטירט.
ביי די שבת'דיגע סעודה האט דער איד זיך גיט אנגעעגסן מיט די פיש, און ווען עס געקומען צו די טשולענט וואס כידוע האט ר' ישעילע אליינס סערווירט דעם עולם האט דער איד מער נישט געקענט עסן, און ר' ישעלע איז צוגעאנגען צו דעם איד און געזאגט איך האב אייך געוואלט אויסלערנען אז מען רעדטו נישט אזוי פון עסן
זי"ע
אביסל צוגעפיצט...
א איד איז אמאל געקומען צו ר' ישעי'לע אויף מלוה מלכה, ער זעט ווי ר' ישעי'לע שטייט און פארעט זיך ביי די קיך, רופט ער זיך אן צו אים, "איך האב געהערט אז דא געבט מען פיין צו עסן?" זאגט אים ר' ישעי'לע: "הער זיך איין, בארכעס איז דא דא זייער פיינע, די פיש איז אויך מעין עולם הבא, אבער פון דארט און ווייטער איז נישט אזוי איי איי איי, ווילסטו הערן מיין עצה, ענדערש זעטיג זיך ביי די חלה און פיש..."
דער איד האט אזוי געטון, און ער האט געגעסן נאך און נאך פון די פיינע פרישע בארכעס עד אפס מקום, און ווען ר' ישעי'לע האט אריינגעברענגט דעם פריש-גע'שחט'ענעם קאלב, האט ער שוין נישט געהאט קיין נאדל פלאץ אריינצושטעקן, און ער נעבעך געמזוט בלייבן צוקוקן מיט גרויס קנאה און בויך-ווייטאג...
איז ר' ישעי'לע צוגעקומען צו אים א שמייכל און ער זאגט אים: "זעסטו, מען רעדט נישט אזויפיל פון קיין עסן..."
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7215
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שוין, גענוג גערעדט פון יענעם… ווער וויל העלפן אויסצאלן גראסעריס פאר ארימע אידן דא אין נ.י.?
צדקת ישעי׳ בהנהלת נכדיו שיחי׳ טוט דאס א גאנץ יאר בדרך כבוד! כאפט אריין א חלק אין זייט מנדב לטובת ולעילוי נשמת רבי ישעיה ב״ר משה זי״ע
http://tzidkasyeshaye.org/
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מיינע צוויי צענט, אויב איך מעג,
ר' יואל בן חנני' יו''ט, ר' חיים בן ארי' ליבוש, ר' אלימלך בן אליעזר ליפמאן, ר' ישעי' בן רבי משה,
אין אלע אלע פריערדיגע צדיקים וקדושים, וואס האבן געדינט דעם אייבירשטן לכבודו, האבן געוואלט און געהאט הנאה ווען אידן זענען געווען פרייליך און געגעסן צו די זעט, אפי' אין פאל ווען דער איד איז רייך און האט צו עסן ביי זיך אין שטוב,
ווען א איד קומט צופרי אין ביהמ''ד, און האט א געשמאקן קיי, איז ער פרייליך אין צופרידן, אויב אזוי איז דאס געווען די רצון פון אלע צדיקים, אינקלודעד ר' ישעי'לע,
נו אויב אזוי איז דאך עס א טובה פאר ר' ישעי'לע,
יעצט צו דער עסער טוט אויך א טובה?
אז ער מאכט א ערליכע ברכה, און ער איז מתקן ניצוצות אזויווי אונז ווייסן אז ווען מ'עסט ווי א איד טוט מען אויף א וועלט,
איז דאך עס זיכער א טובה פארן נשמה,

יעצט די בילדער וואס ידידנו רב עללער האט צו געברענגט, און בכלל אזעלכע מיני זאכן ווי די וועלט האלט היינט מיט די גרילס וכו', ברענגט טאקע אויף א שוידער, אבער לפי עניות דעתי, זענען זיי נישט דא אויף צו נוצן דעם צדיק מכשיר צו זיין זייער פרעס, נאר דאס קומט מער פון א תמימות וואס זיי האלטן אז דאס האט ר' ישעי'לע געוואלט,
נו אויב אזוי גייען זיי דאך אריין אינעם גדר פון פשיטי עם וועמען ר' ישעילע האט ''אויך'' סערווירט מיט א ברייט האנט!
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אחר חצות האט געשריבן:

יעצט די בילדער וואס ידידנו רב עללער האט צו געברענגט, און בכלל אזעלכע מיני זאכן ווי די וועלט האלט היינט מיט די גרילס וכו', ברענגט טאקע אויף א שוידער, אבער לפי עניות דעתי, זענען זיי נישט דא אויף צו נוצן דעם צדיק מכשיר צו זיין זייער פרעס, נאר דאס קומט מער פון א תמימות וואס זיי האלטן אז דאס האט ר' ישעי'לע געוואלט,
נו אויב אזוי גייען זיי דאך אריין אינעם גדר פון פשיטי עם וועמען ר' ישעילע האט ''אויך'' סערווירט מיט א ברייט האנט!
גוטע נקודה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן:

יעצט די בילדער וואס ידידנו רב עללער האט צו געברענגט, און בכלל אזעלכע מיני זאכן ווי די וועלט האלט היינט מיט די גרילס וכו', ברענגט טאקע אויף א שוידער, אבער לפי עניות דעתי, זענען זיי נישט דא אויף צו נוצן דעם צדיק מכשיר צו זיין זייער פרעס, נאר דאס קומט מער פון א תמימות וואס זיי האלטן אז דאס האט ר' ישעי'לע געוואלט,
נו אויב אזוי גייען זיי דאך אריין אינעם גדר פון פשיטי עם וועמען ר' ישעילע האט ''אויך'' סערווירט מיט א ברייט האנט!
גוטע נקודה.
אבער נישט ממש אמת

דער אויבערשטער זאל אפהיטן אינעם מינט של אמת גלייב איך נישט זיי וועלן דאס פראבירן (ווי אויבן דערמאנט, ווען א איד איז חלילה ל"ע אין א צרה און וויל פועל'ן ביי ר' ישעי'לע מאכט ער נישט קיין גריל, נאר ער טיילט געלט און צאלט אויס גראסערי ארדערס....)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אחר חצות האט געשריבן:
מיינע צוויי צענט, אויב איך מעג,
ר' יואל בן חנני' יו''ט, ר' חיים בן ארי' ליבוש, ר' אלימלך בן אליעזר ליפמאן, ר' ישעי' בן רבי משה,
אין אלע אלע פריערדיגע צדיקים וקדושים, וואס האבן געדינט דעם אייבירשטן לכבודו, האבן געוואלט און געהאט הנאה ווען אידן זענען געווען פרייליך און געגעסן צו די זעט, אפי' אין פאל ווען דער איד איז רייך און האט צו עסן ביי זיך אין שטוב,
ווען א איד קומט צופרי אין ביהמ''ד, און האט א געשמאקן קיי, איז ער פרייליך אין צופרידן, אויב אזוי איז דאס געווען די רצון פון אלע צדיקים, אינקלודעד ר' ישעי'לע,
נו אויב אזוי איז דאך עס א טובה פאר ר' ישעי'לע,
יעצט צו דער עסער טוט אויך א טובה?
אז ער מאכט א ערליכע ברכה, און ער איז מתקן ניצוצות אזויווי אונז ווייסן אז ווען מ'עסט ווי א איד טוט מען אויף א וועלט,
איז דאך עס זיכער א טובה פארן נשמה,

יעצט די בילדער וואס ידידנו רב עללער האט צו געברענגט, און בכלל אזעלכע מיני זאכן ווי די וועלט האלט היינט מיט די גרילס וכו', ברענגט טאקע אויף א שוידער, אבער לפי עניות דעתי, זענען זיי נישט דא אויף צו נוצן דעם צדיק מכשיר צו זיין זייער פרעס, נאר דאס קומט מער פון א תמימות וואס זיי האלטן אז דאס האט ר' ישעי'לע געוואלט,
נו אויב אזוי גייען זיי דאך אריין אינעם גדר פון פשיטי עם וועמען ר' ישעילע האט ''אויך'' סערווירט מיט א ברייט האנט!
ווענד זיך וויאזוי מען עסט..........
סימפל עז עי פימפל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”