גרויל איז נישט דאס ווארט.... וויל איך נאר וויסן צו אויף די אלע לאוין פון עסן רעספבעריס וואס איז מלא תולעים, האט אויך רעבשייעבערעבמוישע געזאגט לשובע ולא לרזון...
טיילן עסן? דאס יא, - נישט נאר ג' אייר, אבער עסן? און נאך אלע תאווות מיט אלע הידורים און פיטשעווקעס? דאס האט ר' ישעי'עלע געוואלט?! געב צו עסן פאר הונגעריגע אידן! גיי אריין אין גראסערי צאל אויס די בילס פון אנדערע אידן! אבער זיך אראפזעצן עסן? ווער רעדט נאך אכילה גסה?! מיט אלע תאוות?!! און נאך בשם ר' ישעי'עלע??!! איר זענט נארמאל
די גמרא ברענגט א מעשה פון 2 אידן, ביידע האבן געבראטן א קרבן פסח, און ביידע האבן עס געגעסן, איינער האט געגעסן לשם מצוה, און דער צווייטער לשם תאוה, רופט אים ר' יוחנן אן "ופושעים יכשלו בם", און דאס איז ביי קרבן פסח וואס איז א מצוה צו עסן... כל שכן וכל שכן ג' אייר, ווען עס איז "נישט" קיין מצוה צו עסן......
אדרבה, ווען דעי אידן וואס פרעסן זיך אן דארפן א ישועה פון ר' ישעי'לע וועלן זיי אויך זיך זעצן צו א שיסל בריסקעט ביי א גריל? אדער דעמאלט וועלן זיי אריין לויפן צום נענסטן גראסערי אויסצאלן ביללס פון אפאר אידן??! לבי אומר לי אז די צווייטע... אינעם מינוט פון אמת ווייסן זיי אויך די אמת....
מצוה לפרסם אז מען רעדט פון די פרעס וואס גייט פאר אנגעשמירט אויף ר' ישעי'לע כדי לפרסם מעשה שסיפר הרה"צ ר' יצחק צבי דייטש מדיטרויט זי"ע וואס ער האט געוואנט אין קערעסטיר און האט געהערט אסאך מעשיות פון ר' ישעי'לע אליינס וואס כידוע פלעגט ר' ישעילע פארציילן מעשעיות פון זיך אליינס פאר די קינדער א איד איז געפארן קיין קערעסטיר און אויפן באן איז ער געזעצן נעבן ר' ישעלע און האט נישט געוויסט אז דאס איז ר ישעלע אליינס, און ער פרעגט ר' ישעילע איז עס אמת אז אין קערעסטיר איז דא גיט צו עסן ? ? און אזוי איז ער געווען ביזי פון רעדן פון די גיטע עסן, באופן רעבתנות, זאגט אים ר' ישעילע איך קען דיר איין זאך זאגן מאך זיכער ביי די פיש אז דו ביזט זאט, ווי איינער זאגט וואס איז זיכער איז זיכער, שפעטער ביסטו נישט גאראנטירט. ביי די שבת'דיגע סעודה האט דער איד זיך גיט אנגעעגסן מיט די פיש, און ווען עס געקומען צו די טשולענט וואס כידוע האט ר' ישעילע אליינס סערווירט דעם עולם האט דער איד מער נישט געקענט עסן, און ר' ישעלע איז צוגעאנגען צו דעם איד און געזאגט איך האב אייך געוואלט אויסלערנען אז מען רעדטו נישט אזוי פון עסן זי"ע

אביסל צוגעפיצט...
א איד איז אמאל געקומען צו ר' ישעי'לע אויף מלוה מלכה, ער זעט ווי ר' ישעי'לע שטייט און פארעט זיך ביי די קיך, רופט ער זיך אן צו אים, "איך האב געהערט אז דא געבט מען פיין צו עסן?" זאגט אים ר' ישעי'לע: "הער זיך איין, בארכעס איז דא דא זייער פיינע, די פיש איז אויך מעין עולם הבא, אבער פון דארט און ווייטער איז נישט אזוי איי איי איי, ווילסטו הערן מיין עצה, ענדערש זעטיג זיך ביי די חלה און פיש..." דער איד האט אזוי געטון, און ער האט געגעסן נאך און נאך פון די פיינע פרישע בארכעס עד אפס מקום, און ווען ר' ישעי'לע האט אריינגעברענגט דעם פריש-גע'שחט'ענעם קאלב, האט ער שוין נישט געהאט קיין נאדל פלאץ אריינצושטעקן, און ער נעבעך געמזוט בלייבן צוקוקן מיט גרויס קנאה און בויך-ווייטאג... איז ר' ישעי'לע צוגעקומען צו אים א שמייכל און ער זאגט אים: "זעסטו, מען רעדט נישט אזויפיל פון קיין עסן..."
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע, אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
מיינע צוויי צענט, אויב איך מעג, ר' יואל בן חנני' יו''ט, ר' חיים בן ארי' ליבוש, ר' אלימלך בן אליעזר ליפמאן, ר' ישעי' בן רבי משה, אין אלע אלע פריערדיגע צדיקים וקדושים, וואס האבן געדינט דעם אייבירשטן לכבודו, האבן געוואלט און געהאט הנאה ווען אידן זענען געווען פרייליך און געגעסן צו די זעט, אפי' אין פאל ווען דער איד איז רייך און האט צו עסן ביי זיך אין שטוב, ווען א איד קומט צופרי אין ביהמ''ד, און האט א געשמאקן קיי, איז ער פרייליך אין צופרידן, אויב אזוי איז דאס געווען די רצון פון אלע צדיקים, אינקלודעד ר' ישעי'לע, נו אויב אזוי איז דאך עס א טובה פאר ר' ישעי'לע, יעצט צו דער עסער טוט אויך א טובה? אז ער מאכט א ערליכע ברכה, און ער איז מתקן ניצוצות אזויווי אונז ווייסן אז ווען מ'עסט ווי א איד טוט מען אויף א וועלט, איז דאך עס זיכער א טובה פארן נשמה,
יעצט די בילדער וואס ידידנו רב עללער האט צו געברענגט, און בכלל אזעלכע מיני זאכן ווי די וועלט האלט היינט מיט די גרילס וכו', ברענגט טאקע אויף א שוידער, אבער לפי עניות דעתי, זענען זיי נישט דא אויף צו נוצן דעם צדיק מכשיר צו זיין זייער פרעס, נאר דאס קומט מער פון א תמימות וואס זיי האלטן אז דאס האט ר' ישעי'לע געוואלט, נו אויב אזוי גייען זיי דאך אריין אינעם גדר פון פשיטי עם וועמען ר' ישעילע האט ''אויך'' סערווירט מיט א ברייט האנט!

גוטע נקודה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.