ווער האט מחבר געווען די שטר התנאים והכתובה וואס מען ליינט אום שבועות
רבי ישראל נג'ארה אדער דער קדושת לוי?
איינע פון די הויפט געהויבענע מאמענטן איבערן יו"ט שבועות בחצר סיגוט-סאטמאר, איז הויפטזעכליך ביים מקיים זיין דעם אייגנארטיגן מנהג, פון קריאת התנאים והכתובה לחג השבועות, ביידע טעג יו"ט נאכמיטאג. א הערליכע יו"ט'דיגער מעמד, וועלכע בית סיגוט-סאטמאר זענען שוין עטליכע דורות, פילייכט די איינציגסטע עדה אויף די וועלט, מקיים צו זיין דעם חשובן מנהג. אנגעהויבן ביים הייליגן ייטב לב, וועלכע איז לויט די מקורות געווען דער ערשטער איינצופירן דאס צו ליינען ברבים, און געענדיגט היינט צוטאגס בחצר סאטמאר, און אין הונדערטער בתי מדרשות וועלכע פירן זיך מנהגי בית סיגוט סאטמאר.
דאס ליינען דעם תנאים און די כתובה גיט צו צום יו"ט א פרייליכן חתונה'דיגן טעם. ווי מען גייט דורך דעם גאנצן סדר התנאים והכתובה וועלכע איז איינגעפירט בין איש לאשתו, און עס ווערט הערליך צוגעשטעלט צו די חתונה פון אידן מיט די שכינה הקדושה ביי מתן תורה. די מתנות און הבטחות פון אייבערשטן צו אידן, ווערן געליינט מיט געגועים און התרגשות, כבן המתחטא לאביו, ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין דערצו.
דער פריערדיגער דור וועלכע געדענקט נאך די צורה פון רביה"ק זי"ע ביים ליינען די תנאים און די כתובה, דעם שמחת החג און שמחת התורה, וועלכע האט אראפגעשיינט פון זיין פנים ביים ליינען די הערליכע חרוזים לכבוד התורה וישראל. און די נאכפאלגענדע אויסשרייען מזל טוב מזל טוב, און תיכף דערויף דאס זינגן עליונים ששו און ובאו כולם, דאס זענען לעכטיגע זכרונות וועלכע וועלן נישט ארויס פון זכרון ביי אלע משתתפים. אפילו דאס לעצטע יאר תשל"ט, ווען דער רבי זי"ע איז געווען זייער צובראכן ולב יודע מרת נפשו, און עס האט זיך שטארק אנגעזעהן איבערן יו"ט, האט ער אבער נאך שטארקע הפצרות געליינט ביידע טעג די תנאים און די כתובה ברבים, און דאס איז פילייכט געווען דאס לעצטע זאך, וואס ער האט געזאגט ברבים בקרב רבבות אלפי צאן מרעיתו.
האט רבי ישראל נג'ארה מחבר געווען אונזער שטר התנאים והכתובה?
ווער האט אבער מחבר געווען דעם דאזיגן באליבטען שטר התנאים והכתובה בין ישראל לאביהם שבשמים, מיט וועלכע מען פריידט זיך אזוי ביום נתינת התורה, און דאס איז נוטל חלק בראש ביי אונז אין סאטמאר פון די מנהגים פונעם יו"ט שבועות. ווי אלט זענען די שטרות, און דורך וועם זענען זיי פארשפרייט געווארן, און ווער און ווען האט מען זיי איינגעפירט צו ליינען ברבים. די אלע שאלות זענען אביסל פארנעפלט, אבער לאמיר פרובירן אביסל קלאר צו מאכן וואס עס איז יא זיכער.
און די מחזורים, און אין אלע זאגערלעך ווי די שטרי התנאים והכתובה זענען היינט צוטאגס געדרוקט, שטייט איבעראל העכער דעם אין גרויסע ווערטער "חיברו הרה"ק ר' ישראל נגארה זצ"ל מגורי האריז"ל". דאס האט אביסל צוגעגעבן צום הייליגקייט פון די שטרות, וואוסענדיג אז דער מחבר איז געווען פון די גרעסטע בעלי רוח הקודש מתלמידי האריז"ל , וועלכע האט מחבר געווען פילע שירים וועלכע זענען נתפשט געווארן ביי כלל ישראל, צווישן זיי דעם ברימטען זמר י-ה רבון עלם ועלמיא.
דער פראבלעם איז אבער נאר, אז עס איז דא אן אלט ספר פון רבי ישראל נגארה, וועלכע הייסט זמירות ישראל, און דארט איז געדרוקט אלע זיינע שירים ופיוטים, און דארט איז אויך דא א שטר כתובה פאר יו"ט שבועות, בדרך פיוט, עס צו זאגן פאר הוצאת ספר תורה דעם ערשטן טאג שבועות, און עס הייבט זיך אן ירד דודי לגנו, און האט זיין נאמען אויף די ראשי תיבות פון די חרוזים. דאס איז דער שטר הכתובה וועלכע רבי ישראל נגארה האט מחבר געווען, צו זאגן ווי א פיוט פאר הוצאת ספר תורה אינעם ערשטן טאג שבועות, און עס ווערט נאך היינט צוטאגס געזאגט אין פילע ספרד'ישע מקומות מדור דור, שוין פאר הונדעטער יארן ברציפות.
חוץ דעם שטר הכתובה איז נישט פארהאן נאך א כתובה וואס רבי ישראל נגארה האט געמאכט, אויך האט ער קיינמאל נישט געמאכט קיין שטר התנאים בכלל, און דערפאר זענען אונזערע שטרי התנאים והכתובה וואס מיר ליינען, טאקע בכלל נישט געדרוקט אינעם ספר זמירות ישראל, וועלכע אנטהאלט אין זיך אלע מקורות'דיגע שירים ופיוטים פון רבי ישראל נגארה.
אויך איז כדאי אנצומערקן, אז ווער עס קען אביסל נוסח השטרות, ווייסט אז גאר אסאך זאכן וואס עס ווערט דערמאנט אין די שטרי התנאים והכתובה וועלכע מיר ליינען שבועות, וועלכע איז נאכגעמאכט די שטרי תנאים וכתובות פון די חתונות, זענען אשכנז'ישע מנהגים, און עס האט נאך בכלל נישט עקזיסטירט די מנהגים בזמנו ובמקומו פון רבי ישראל נגארה!
איין פשוט'ע ביישפיל, אין שטר התנאים פון שבועות ליינען מיר, "ומחמת קטט ועידור ח"ו יתנהגו בתקנות צום", און יעדער פארשטייט דעם פשוט'ן פשט אז דאס איז מרמז אויף וואס עס שטייט אין די שטרי תנאים אז אויב וועט עפעס פאסירן ח"ו אין די ערשטע תקופה נאך די חתונה וועט מען ווען זיך פירן כתקנת שו"ם, וואס דאס איז א ר"ת פון די שטעט פון ש'פירא ו'ירמיזא מ'גנצא. די דריי דייטשע אשכנזישע שטעט, וועלכע די רמ"א ברענגט אין שו"ע (אבהע"ז סי' נ"ג) און דער בית יוסף וועלכע איז געווען א ספרדי דערמאנט עס בכלל נישט, און זיי האבן אוועקגעשטעלט די מנהגי אשכנז פאר די תנאים. רבי ישראל נגארה האט די תקנות נאך נישט געהאט, און עס איז אין זיינע מקומות אינגאנצן נישט געשטאנען אין די שטרי תנאים . אזוי איז דא נאך פילע זאכן אין די ביידע שטרות, די כתובה און די תנאים וועלכע מיר ליינען, וועלכע קען נישט שטימען בכלל מיט רבי ישראל נגארה, זיין פלאץ און זיין צייט. אבער די ראיות זענען פשוט איבריג, ווייל רבי ישראל נגארה אליינס האט געדרוקט זיין כתובה לחג השבועות, און דער תנאים און כתובה וואס מיר ליינען האט ער נישט געדרוקט קיינמאל, און פארשטייט זיך אויך נישט מחבר געווען.
פון ווי קומט דער וועלט פארשפרייטער טעות?
דאס אריכות הגלות, און די געגועין וואס אידן האבן געהאט צוריק צו באנייען דעם ברית התורה בין ישראל לאביהם שבשמים, האט געברענגט אז במשך השנים האבן פילע פייטנים מחבר געווען לכבוד יו"ט שבועות, שטרי כתובות ותנאים בין ישראל אביהם שבשמים. אזוי פרי, ווי דער בעל מחבר ספר יוסף אומץ אין זיין ספר הקנה, האט שוין מחבר געווען אן אייגענע שטר הכתובה אויף שבועות כדוגמת רבי ישראל נג'ארה. ווארשיינליך, צוליב וואס די בני חוץ לארץ האבן געהאט צוויי טאג יו"ט, און רבי ישראל נג'ארה האט נאר געמאכט א כתובה פארן ערשטען טאג, האבן אנדערע ספרדישע מחברים צוגעלייגט נאך א כתובה אויך פארן צווייטן טאג יו"ט. און אזוי איז טאקע געדרוקט אין פארשידענע ספרדישע מחזורים, א כתובה ליו"ט ראשון, א כתובה ליו"ט שני, ווי אויך א כתובה ווען שבועות געפאלט אום שבת, און דאן האבן אנגעהויבן אשכנז'ישע מחברים צו פארפאסן שטרי תנאים וכתובה. ווי אויך האט דאך רבי ישראל נג'ארה נישט געמאכט קיין שטר תנאים בכלל, האט ער איבערגעלאזט א פלאץ פאר אנדערע מוסיף צו זיין אויך א שטר התנאים.
דער ערשטער וואס האט געמאכט דעם טעות, צו בשוגג צו במזיד, און ארויפגעלייגט דעם נאמען פון רבי ישראל נג'ארה אויף נאך שטרות וואס ער האט קיינמאל נישט געמאכט, איז געווען א באוואוסטער דרוקער פון צאנז, מנחם אליעזר מאהלער, וועלכער האט געדרוקט אין לעמבערג בשנת תרל"ח די שטר הכתובה פון רבי ישראל נג'ארה אינאיינעם מיט דעם שטר התנאים וואס מיר ליינען, און אויך צוגעלייגט נאך א שטר הכתובה והתנאים וואס עס האט מחבר געווען איינער ר' זאב וואלף באכנער. און ער האט אויף אלעם ארויפגעלייגט דעם נאמען פון רבי ישראל נג'ארה, כאילו ער האט דאס אלעס מחבר געווען. דארט איז דאס ערשטע פלאץ ווי דאס ווערט דערמאנט, און פון דארט און ווייטער איז דער טעות שטארק צושפרייט געווארן איבער די וועלט, ביזן היינטיגן טאג.
קען זיין אז דער דרוקער האט נישט געוואוסט פונעם ווייטגרייכענדן טעות וואס ער האט געמאכט, און ער האט אפשר טאקע געמיינט אז רבי ישראל נג'ארה האט אלעס מחבר געווען. איז אבער כדאי מעתיק צו זיין וואס דער גארליצער רב זי"ע, האט געשריבן איבער די אומפארלעסליכקייט פון דעם דרוקער. היות דער דרוקער איז געווען א צאנזער געבוירענער, האט ער נאך בחייו פונעם דברי חיים געדרוקט א סדר הקפות נוסח צאנז, און דער דברי חיים איז זייער נישט צופרידן געווען דערפון, און ווען מען האט עס אים דאס לעצטע יאר ביי די הקפות אראפגעלייגט אויפן טיש, האט ער עס אוועקגעשטופט פון זיך נישט וועלנדיג זיך באניצען דערמיט. שפעטער האט דעם דברי חיים'ס גבאי, רבי רפאל צימענטבוים ז"ל, בעמ"ח ספר דרכי חיים, געדרוקט א צאנזע הקפה'לע, און ער האט באקומען א הסכמה פונעם גארליצער רב, וועלכע רעדט זיך דארט אפ אויף די אומפארלעסליכקייט פונעם דרוקער מאהלער, און ער שרייבט ווי פאלגענד:
זה כמה שנים שעלתה על רעיוני בדבר הקונטרס הקפות לפי הסדר שנהג קדושת אאמו"ר זצוקללה"ה שהדפיס אותם איש אחד, והוסיף מדילי' אשכלות הגפן אשר לא נודע מבטן מי יצאו הדברים, ואם המחבר הזה הוא מן האנשים אשר יבקשו תורה מפיו, ומלבד זה שינה נוסחאות באיזהו מקומות. וראיתי שבשנה האחרון, קודם שנתקבל קדושת א"א מו"ר זצ"ל שמימה, ביום שמחת תורה בשעת עשות הקפות, הניח איש אחד לפניו הקונטרס הנ"ל דחוהו אותו מפניו, ולקח לעצמו סידור ולא רצה לעיין בקונטרס הנ"ל, חשבתי אני ללבי מי יתן שירצה איש אחד להדפיס הקונטרס עם הנוסחא האמיתית אשר נהג אאמו"ר זצ"ל וכו', אולם לדעתי שזאת הוא מצוה כאשר ירצה איש לידע באמת הנוסח של אאמו"ר זצ"ל להדפיס.
דאס איז חוץ דעם, וואס אין די משכיל'ישע ביכער זעהט מען אז באהאלטענערהייט איז דער דרוקער מאהלער געווען גאר א משכיל. און זייענדיג א מוכר ספרים, פלעגט ער באהאלטערנערהייט פארקויפן פארן יוגנט ספרי השכלה. דעריבער איז נישט קיין שום קשיא אויף זיין אומפארלעסליכקייט, צו בשוגג צו במזיד, פון ארויפלייגן דעם נאמען פון רבי ישראל נג'ארה אויף פיוטים און שטרות וואס ער האט קיינמאל נישט געמאכט. און מיר זענען אבסאלוט נישט מחויב נאכצוגיין אויף אייביג, א טעות פון א מפוקפק'דיגן אומפארלעסליכן דרוקער, וועלכע איז בטעות פארבליבן פארשפרייט אין אונזערע מחזורים.
ווער איז יא דער ריכטיגער מחבר פון אונזער שטר התנאים?
דא קומען מיר צו צום הויפט חידוש אונזערער. ווער האט יא מחבר געווען דעם שטר התנאים וואס מיר ליינען. דער שטר התנאים איז פיל מיט סודות עפ"י קבלה, התרגשות והתלהבות בעבודת ה' און איבער דעם קשר בין ישראל לאביהם שבשמים. דאס ברענגט תיכף צו טראכטן אז דאס איז ממקום קדוש יהלכון, און עס שטאמט פון אן איש קדוש א צדיק מתלמידי הבעש"ט הקדוש וכדומה.
ב"ה אשר לא השבית לנו גואל. היי יאר לכבוד יו"ט שבועות, איז ארויסגעקומען א הערליכער קונטרס איבערגעארבעט דעם שטר התנאים, דורך צוויי חשוב'ע תלמידי חכמים הרה"ג ר' אברהם בנימין מאיער שליט"א, אינאיינעם מיט זיין נעפיו הרה"ג ר' צבי אלימלך מאיער שליט"א - וואס דער חומר פון דער ארטיקל איז טאקע גענומען פון דארט, מיטן רשות פון מחבר, ותשואות חן לו. אינעם מבוא צום קונטרס ברענגט ער אונז פרישע גילוים און נאך פיל היסטארישע אויפדעקונג איבער די נושא. אראפ פארנדיג אין עטליכע ביבליאטעקן און שטייענדיג בקשר מיט די גרעסטע לייברעריס אויף די וועלט כדי צו געפונען אלטע דרוקן און כתבי ידות פון די שטרות, האט ער טאקע מיטן אויבערשטענט הילף געפונען אלטע כתבי ידות, פון אזוי פרי ווי אינמיטן די ת"ק יארן, ווי עס איז אפגעשריבן בכתב יד גענוי אונזער שטר התנאים וואס מיר ליינען דעם ערטשן טאג שבועות. און עס שטייט העכער דעם בכתב יד, נישט מער און נישט ווייניגער נאר "נוסח התנאים מאדמו"ר הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב נ"ע".
נישט נאר אין איין כתב יד האט מען דאס געטראפן, נאר אויף דריי באזונדערע כתבי ידות פונעם שטר התנאים וועלכע געפונען זיך אין די ביבליאטעקן, שטייט געשריבן אז עס איז נתחבר געווארן דורכן הייליגן קדושת לוי זי"ע. דאס ערשטע כתב יד איז א נוסח פון שנת תקמ"ב, דאס צווייטע איז פון שנת תקנ"ט. דער כת"י פון קדושת לוי אליינס איז נישטא, און ווי עס זעהט אויס האט דער קדושת לוי אליינס עס נישט מפרסם געווען מיט זיין נאמען דערויף, אזויווי אויף אסאך אנדערע פון זיינע שירים ופיוטים. און נאר אויף די העתקות פון די כתבי ידות איז געבליבן שטיין זיין נאמען אלס דער מחבר דערפון. אבער דאס זעהט מען, אז דער שטר איז שטארק צושפרייט געווארן איבער די וועלט, און אין די יארן שפעטער איז עס געדרוקט געווארן אנעם ריכטיגן מחבר'ס נאמען. צום ערשטן איז עס געדרוקט געווארן אינעם ספר מרגניתא טבא בשנת תרכ"ח, אונטערן נאמען פון רבי שלמה בן גבירול, וואס דאס איז ווארשיינליך א טעות גלייך ווי מיטן נאמען פון רבי ישראל נג'ארה. דערנאך איז עס איבערגעדרוקט געווען אין ווארשע אינעם ספר יפה כלבנה בשנת תרמ"ג מיטן זעלבן טעות.
היות א שטר כתובה פונעם קדושת לוי איז נישטא, איז שטארק מסתבר אז ער האט מחבר געווען דעם שטר התנאים, אלס אן השלמה צום ריכטיגן שטר הכתובה פון רבי ישראל נג'ארה. ווי אויך דער סוף פונעם תנאים פונעם קדושת לוי, ענדלט שטארק צום אויספיר פונעם שטר הכתובה פון רבי ישראל נג'ארה. און בעיקר דער פרייליכער אויספיר פונעם תנאים, "והכהנים והעם העומדים בעזרה פה במקדש מעט כולם יענו ויאמרו מזל טוב, ה' אחד ושמו אחד, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו". וואס אויבענאויף איז שווער צו פארשטיין, אויב דער שטר התנאים איז נאכגעמאכט דעם שטר התנאים שבין איש לאשתו, איז א פלא וואס איז פשט פון דעם אויספיר. אבער קוקענדיג אינעם אויספיר פון די כתובה פון רבי ישראל נג'ארה פארשטייט מען עס. די ספרדים פירן זיך צו זאגן ביי הוצאת ספר תורה, אנשטאט גדלו לה' אתי וואס מיר אשכנזים זאגן, זאגן זיי אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו. און ווי דערמאנט האט דאך רבי ישראל נג'ארה געמאכט זיין כתובה עס צו זאגן ביי הוצאת ספר תורה, דעריבער ענדיגט ער מיט דעם פסוק. איז שטארק מסתבר אז דער קדושת לוי, האט אים נאכגעמאכט אויף דעם נוסח. כאטשיג ביי אונז זאגט מען נישט דעם פסוק ביי הוצאת ספר תורה, האט דאך דער קדושת לוי בכלל נישט געמאכט דעם תנאים פאר אונז עס דאן צו זאגן בשעת הוצאת ס"ת. ער האט עס נאר געמאכט לכבוד יו"ט ולכבוד התורה, אויפן זעלבן נוסח ווי רבי ישראל נג'ארה, ארויסצוברענגן די געגועין פון אידישע קינדער לאביהם שבשמים, גענוי ווי אלע זיינע אנדערע הייליגע ניגונים.
וואספארא שייכות האט דער תנאים מיטן הייליגן קדושת לוי?
צו דער קדושת לוי האט אליינס געליינט דעם שטר התנאים, און ווען ער האט עס געליינט, איז נישט באקאנט. מעגליך אז ער האט עס בכלל נישט געליינט, אזויווי אין רוב חסידישע מקומות, נאר עס מחבר געווען לכבוד חג השבועות ולכבוד שמחת התורה. ווי באוואוסט איז דער קדושת לוי געווען א גרויסער מחבר פון פיוטים ושירים, און נישט אלע זיינע שירים האבן זמנים ווען ער האט עס אליינס געזאגט צו געזינגן. מיט זיין גרויס קדושה און פלאמענדיגן הארץ פאר השי"ת, האט ער מחבר געווען שירים לכבוד התורה וישראל, וועלכער זענען אלע פארבליבן באליבט און פארהייליגט ביי כלל ישראל עד היום הזה.
אבער וואס עס איז יא זיכער איז, אז דער תנאים האט אין זיך פילע שטיקלעך עפ"י יסודות בדרך החסידות, וועלכע ווערן מבואר אין זיין הייליגן ספר קדושת לוי. אז מען לערנט דורך דעם שטר התנאים בעיון, פארשטייט מען נישט געוויסע שטיקלעך, ביז מען טרעפט דעם מקור אין קדושת לוי. אינעם פריערדערמאנטן קונטרס, וועלכע איז היי יאר ארויסגעקומען מיט דעם חשוב'ן גילוי, איז פארהאן א ליקוט פון אלע שטיקלעך אין קדושת לוי, וועלכע שטימען און זאגן ממש די זעלבע זאך, ווי עס שטייט אינעם שטר התנאים. אויב אזוי, קען מען דעם שטר התנאים נישט ליינען סתם אזוי, נאר מען דארף עס אפלערנען בדחילו ורחימו, ווי מען לערנט אפ א שטיקל קדושת לוי אויף שבועות...
צו באמערקן א וויכטיגע נקודה. אין אונזער שטר התנאים שטייט דאס יאר פונעם תנאים, ב' אלפים תמ"ח, דאס יאר פון מתן תורה. דאס איז אבער נאר אזוי געדרוקט געווארן די לעצטערע יארן, אזויווי אסאך גרייזן האבן זיך דארט אריינגעכאפט ווי שפעטער דערמאנט. אין די כתבי ידות ווערט יעדעס יאר אריינגעשריבן יענעם יאר ווי מען שטייט. דאס מיינט אז מען שרייבט כאילו א תנאים פאר דאס יאר, ווייל מען גייט יעצט פריש מקבל זיין די תורה. דער נוסח התנאים שטימט אסאך בעסער לויט דעם, אז דאס איז א יעצטיגע התחייבות אין גלות פון השי"ת צו די אידן. אויב אזוי איז ווערט צו באמערקן, אז עס שטייט אינעם תנאים "על הוצאות החתן, להוציא קולות וברקים ולפידים בוערים", וואס דאס מיינט אז היי יאר גייט אויך זיין קולות וברקים ביי מתן תורה. וואס דאס שטימט זייער גוט, מיט דעם וואס צדיקים האבן געזאגט אז יעדעס יאר ביי קריאת התורה הערט מען נאכאמאל די קולות וברקים. ובעיקר איז עס טאקע דער הייליגער קדושת לוי, וועלכער איז מעיד אין פרשת יתרו "מעמד הר סיני וקדושת היום הנשגב מתעורר בחג השבועות וכשאדם זוכה שומע הוא את הקול שמכריז אנכי ה' אלקיך".
ווער האט מחבר געווען דעם כתובה לא נודע למי?
היצט אז מיר ווייסן אז דער תנאים וואס מיר ליינען דעם ערשטן טאג שבועות איז נתחבר געווארן דורכן קדושת לוי. בלייבט נאר איבער מברר צו זיין ווער האט מחבר געווען דעם כתובה וואס מיר ליינען דעם צווייטן טאג שבועות. אויף די שאלה האבן מיר נאך ביז דערווייל נישט קיין קלארן ענטפער. דאס איז זיכער אז נישט רבי ישראל נג'ארה האט דאס געמאכט, ווייל פון אים איז דא אן אנדערע כתובה לחג השבועות, וועלכע ער האט געדרוקט אין זיין ספר זמירות ישראל, און די ספרדים זאגן דאס פאר הוצאת הס"ת ביזן היינטיגן טאג. אויך פונעם קדושת לוי טרעפן מיר נישט קיין זכר פון א שטר הכתובה. און ווי דערמאנט, איז מסתבר אז ער האט געמאכט דעם שטר התנאים אלס אן השלמה צום שטר הכתובה פון רבי ישראל נג'ארה. פון אנדערע מחברים במשך הדורות איז פארהארן שטרי כתובות, אבער נישט דעם שטר וואס מיר ליינען.
אונזער שטר הכתובה איז דאס ערשטע מאל געדרוקט געווארן ערשט שנת תרס"א, ווען עס איז געדרוקט געווארן אין מונקאטש דער 'סדר התנאים והכתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים', דורך רבי נחום לאנדא מיאזליוויץ זצ"ל נכד הגאון הקדוש החכם צבי זצלה"ה. וואס דארט איז געדרוקט דער שטר התנאים פונעם קדושת לוי וואס מיר ליינען, און אויך דער שטר הכתובה וואס מיר ליינען. און ער חזר'ט איבער דעם אלטן טעות, שרייבענדיג אויפן שער בלאט, מהרב המקובל רבי ישראל נגארא תלמיד האר"י ז"ל, ומועיל ליראת השם ולהצלחה. וואס ווי דערמאנט איז דער טעות נתחדש געווארן בשנת תרל"ח דורך מנחם אליעזר מאהלער, און אפילו דארט שטייט עס נישט אויף אונזער כתובה, וואס איז נאך נישט געדרוקט געווארן דאן ביז תרס"א. אלזא אויב נישט רבי ישראל נג'ארה, און נישט דער קדושת לוי, און אויך נישט דער פייטן זאב וואלף באכנער וועלכער האט געמאכט אן אייגענער שטר הכתובה, אויב אזוי ווייסן מיר נישט עד היום ווער האט דאס יא מחבר געווען.
וועלכער תנאים און כתובה האט דער ייטב לב געליינט?
דער הייליגער ייטב לב האט איינגעפירט דעם אייגנארטיגן מנהג צו ליינען די תנאים וכתובה ברבים. דעם ערשטן טאג יו"ט די תנאים און דעם צווייטן טאג די כתובה. וועלכע פון די שטרות ער האט געליינט, האבן מיר לכאורה נישט קיין ספק, אז דאס זענען די שטרי תנאים וכתובה וועלכע מיר ליינען היינט צוטאגס. ווייל נאמנין עלינו מעשה רב וואס רביה"ק זי"ע האט זיך געפירט ברבים צענדליגער יארן בקרב אלפי ישראל, וואס ער האט דאס געזעהן ביי זיין טאטען דעם קדושת יו"ט זי"ע, און ער האט דאס געזעהן ביים ייטב לב זי"ע. און גענוי אזוי שטייט טאקע אין ספר ליקוטי מאיר פון רבי מאיר בנעט, אינעם מהדורא וואס איז איבערגעדרוקט געווארן בשנת תרצ"ב דורך זיין זון רבי שלמה בנעט. שרייבט ער דארט, סדר התנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים, מהה"צ המקובל ר' ישראל נגרא תלמיד האריז"ל לקרות ביום ראשון של חג השבועות, ומועיל ליראת שמים ולהצלחה, וכן נהג לקרות הה"צ הקדוש מסיגעט זי"ע וזרעו אחריו. און ער איז מעתיק דארט דעם שטר תנאים פונעם קדושת לוי וואס מיר ליינען עד היום. נאכדעם שרייבט ער, סדר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, מהה"צ המקובל ר' ישראל נגרא תלמיד האריז"ל לקרות ביום שני של חג השבועות, ומועיל ליראת השם ולהצלחה, וכן נהג לקרות אדמו"ר הה"צ מסיגעט זי"ע. און ער איז מעתיק די כתובה לא נודע למי וואס מיר ליינען טאקע עד היום.
איז אבער כדאי אנצוצייכענען, אז עס איז פארהאן נאך א גירסא איבערן מנהג פונעם ייטב לב. עס איז פארהאן א ספר שברי לוחות פון רבי יחיאל מיכל בן אליעזר פון די קדושי ת"ח ות"ט וואס דער מוציא לאור דערפון איז געווען א תלמיד פון ייטב לב און קדושת יו"ט, רבי שלמה ברוך שמאהלהויזען, מגיד משרים אין בודאפעסט בחברא תהלים, געדרוקט אין וואיטצען שנת תרע"ג. און ער שרייבט, "הדפסתי התנאים והכתובה שנהג כ"ק מורי בעל המחבר ייטב לב ומורי בעל המחבר ספר קדושת יום טוב לקרותו בכל עצרת". און ער דרוקט דארט אריין דעם שטר התנאים פון זאב וואלף בוכנר, דערנאך איז ער מעתיק דעם שטר הכתובה פון רבי ישראל נג'ארה 'ירד דודי לגנו', און ער שרייבט דערויף "כתובה לחג השבועות - יש נוהגים לומר קודם קריאת ספר תורה".
לויט אים האבן דער ייטב לב און דער קדושת יו"ט געזאלט האבן געליינט אן אנדערן תנאים און כתובה וואס מיר ליינען, דעם תנאים פון וואלף באכנער, און די ריכטיגע כתובה פון רבי ישראל נג'ארה. אבער ווי געזאגט איז דאס ווארשיינליך א טעות, ערשטענס ווייל אין החי יכול להכחיש את החי, און אז רביה"ק זי"ע וועלכע האט נאך געהערט זיין טאטען דעם קדושת יו"ט ליינען, האט דאס נישט געליינט. און רבינו בעל ברך משה זי"ע וועלכע האט נאך געהערט זיין טאטען דעם עצי חיים ליינען, האט דאס נישט געליינט. און פילע אידן דא נאך די קריג האבן נאך געדענקט דעם חג השבועות בצל רבותינו הקדושים לבית סיגוט, איז נאמנין עלינו עדותם, אז דער בעמ"ח שברי לוחות האט נישט מדייק געווען ביים אריינדרוקען די שטרות. און וואוסענדיג אז מען האט אין סיגוט געליינט די שטרות, און ער האט געטראפן יענע שטרות געדרוקט אין ספרים, האט ער געמיינט אז דאס האט מען געליינט אין סיגוט. אבער ווי געזאגט, דער מציאות ווייזט אונז, אז דער ליקוטי מאיר איז גערעכט, און מען האט געליינט אין סיגוט, דאס וואס מען ליינט אין סאטמאר ביזן היינטיגן טאג.
אבער דאס אלעס פארענטפערט אונז נישט ווער עס האט געמאכט דעם שטר הכתובה, וועלכער איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן תרס"א. פארהאן א מעגליכקייט בדרך השערה, אז דער ייטב לב האט געוואלט האבן א שטר כתובה צום ליינען, אזויווי דער שטר התנאים פונעם קדושת לוי. און היות די כתובה פון רבי ישראל נג'ארה איז נישט אויף דעם נוסח ווי א שטר, נאר אנדערש א פיוט צו זאגן ביי הוצאות ספר תורה. און דעם תנאים פון וואלף באכנער האט ער אודאי נישט געוואלט זאגן, האט ער אפשר אליינס געהייסן איינעם מחבר צו זיין דעם שטר הכתובה, בדוגמת דעם שטר התנאים פונעם קדושת לוי. אזוי צו אזוי, דאס איז בלי ספק דער כתובה וואס די צדיקים לבית עצי התמרים האבן געליינט, און דאס איז דער כתובה וואס טויזענטער אידן האבן דערמיט א שמחת יו"ט יעדן שבועות, און עס איז אוודאי מקור מקומו טהור, וממקום קדוש יהלכון.
אבער דאס ווייסן מיר אויך נישט צו רבותינו הקדושים וועלכע האבן געליינט דעם תנאים האבן געוואוסט אז דער קדושת לוי האט דאס מחבר געווען, אדער זיי האבן אויך געמיינט אז דאס איז נתחבר געווארן דורך רבי ישראל נג'ארה, ווי עס איז געווען געדרוקט אין אלע זאגערלעך. וויפיל מיר האבן זיך נאכגעפרעגט, האבן מיר נישט געטראפן קיין איינעם וואס האט געהערט פון רבי'ן זי"ע אז ער זאל האבן געהאלטן אז רבי ישראל נג'ארה האט דאס מחבר געווען, אפילו אויפן קונטרס פון וואס ער אליינס האט געליינט די שטרות, איז אויך געשטאנען דעם וועלט פארשפרייטן טעות אז דאס איז פון רבי ישראל נג'ארה, וטעות לעולם חוזר. מעגליך אז ער האט געוואוסט אז דאס קומט באמת פון קדושת לוי, ואנחנו לא נדע. אזוי צו אזוי, איז אוודאי פאר אונז גאר א גרויס חשיבות, וואוסענדיג אז מיר ליינען א שטר וואס איז נתחבר געווארן בקדושה דורכן הייליגן קדושת לוי.
הבחור כארזים בחירו של עולם 'התחתון' אדער 'החתן'?
ווי פילע אידן געדענקן נאך, און עס שטייט אזוי אויך געדרוקט אין מחזור דברי יואל, אז דער רבי פלעגט אייביג מגיה זיין ביים ליינען דעם תנאים, וואס הייבט זיך אן הבחור כארזים בחירו של עולם התחתון הקדוש מלך מלכי המלכים הקב"ה. פלעגט דער רבי טענה'ן אז בחירו של עולם התחתון האט נישט קיין שום פשט, כאילו ח"ו השי"ת איז נאר דער אויסדערוועלטער פון די וועלט, און נישט פון אנדערע וועלטן ח"ו. פלעגט דער רבי זאגן אז עס איז מסתמא א טעות, און עס דארף שטיין בחירו של עולם, און דערנאך 'החתן' הקדוש מלך מלכי המלכים הקב"ה.
היצט, נאכן אנטדעקן די ארגינעלע כתבי ידות פונעם שטר התנאים, איז מען דורכגעגאנגן דעם גאנצן נוסח התנאים לויט די כתבי ידות, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז פונקט ווי דער נאמען פונעם מחבר התנאים איז געווען א טעות ביז היינט, איז אזוי אויך אריינגעפאלן במשך די יארן פילע טעותים אינעם נוסח התנאים. און אין די עטליכע כתבי ידות, וועלכע זענען מער ווייניגער די זעלבע נוסח, זענען די אלע טעותים מתוקן. בראש וראשון שיינט ארויס דעם רוח הקודש שהופיע בבית מדרשו של רביה"ק זי"ע, און צו אונזער גרויס שטוינונג טרעפן מיר אין אלע כתבי ידות אן אויסנאם, דעם ריכטיגן נוסח ווי רביה"ק פלעגט פאררעכטן, הבחור כארזים בחירו של עולם, 'החתן' הקדוש מלך מלכי המלכים הקב"ה. דאכט זיך אז, אילו לא באנו אלא בשביל זה דיינו.
דער תנאים איז טאקע איבערגעדרוקט געווארן היי יאר אין דעם נייעם קונטרס, מוגה ומתוקן לויט די כתבי ידות, און פנים חדשות באו לכאן. נאכן ארויסנעמען די אלע גרייזן אנטפלעקט זיך א נייער בילד, פארשידענע אומפארשטענדליכע שורות ווערן פארענטפערט. און היינט ווייסן מיר דאך שוין, אז דער חשוב'ער מו"ל, האט דערמיט זוכה געווען לברר מקחו של אותו צדיק, סניגירון של ישראל הגה"ק בעל קדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע, וועלכער האט ברוב קדושתו מחבר געווען דעם שטר, ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים, איבערן ברית וקשר שבין ישראל לאביהם שבשמים, און די געגועין פון אידישע קינדער צום התגלות כבוד מלכותו יתברך וכבוד תורתו הקדושה.
אויך האט דער נייער קונטרס א ליקוט פון אלע שטיקלעך קדושת לוי וועלכע שטימען מיטן שטר התנאים, ובא זה ולימד על זה. ווי אויך איז צוגעצייכענט אלע מראי מקומות בדברי חז"ל וואס דינען ווי א מקור פאר די הבטחות וועלכע ווערן אויסגערעכנט אינעם תנאים. אלעס אינאיינעם איז עס א הערליכער ארבעט, און א היסטארישע אויפדעקונג לכבוד חג השבועות, וועלכע חובבי ספר ויודעי דבר נעמען אויף בשמחה רבה. ובפרט די אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, ביי וועלכע די שטרי תנאים וכתובה, איז א אומאפטיילבארער חלק פונעם לעכטיגן זמן תורתינו.