לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: איך בין א פרעמדער אין די גאנצע נושא, איך האב איין שאלה: צו קען מען טרעפן יעדע איד וואס איז נאר געווען אינטערדריקט אינטער די נאציס, אדער נאר פון געוויסע לאגערן אדער לענדער? ביטע ענטפערן.
סתם אונטערדריקט איז נישט, נאר די וואס זענען געווען אין עמטליכע לאגערן, לדוגמא האדמו"ר מהר"א מבעלזא אדער מהר"ש מבאבוב וכדומה וועט נישט זיין קיין רעקארדס ווייל זיי זענען נישט געווען אין עמטליכע לאגערן וכו'.
אפיציעל איז דא פון אלע לאגערען, די שאלה וואס מען האט נישט פארברענט ביים סוף קריעג און וואס איז געבליבען.
אויכעט די פי לאגערן רעקארדס, די אלע וואס זענען נישט געווען וועט פארשטענדליך נישט זיין קיין רעקארדס פון זיי.
עס איז דא אסאך רעקארדס וואס זענען נאך נישט ארויף וכו', לדוגמא בערגען בעלזען, דער בעל דברי יואל איז דא אין די רעקארדס, אבער עס איז נאכנישט ארויף אונליין.