רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון תרצ"ז
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
ערשטע בילד אינטן לינקס זעהט מען רבי ברוכ'ל מונקאטשער גיין אינטערן ארון
אויבן רעכטס קען מען באמערקן דער חקל יצחק מספינקא מיט זיינע קינדער
- צפת דאמעריקא
- שר האלף
- תגובות: 1193
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
צפת דאמעריקא האט געשריבן:קלאנג האט געשריבן:צפת דאמעריקא האט געשריבן:קלאנג האט געשריבן: די מעשה פון ארז בלבנון איז כנראה צוגעפיצט און נישט באגלייבט.
קוק דא. ער איז נישט געגאנגען מיט זיין טאטע און נישט ביי שלש סעודות, ועל הכלל כולו יצא
ובכלל איז די מעשה אינטערעסאנט ווייל ר' ישעי'לע איז געווען בערך 10 יאר עלטער ווי די מנח"א, איז ער שוין געווען כמעט בר מצוה ווען די מנח"א איז געווען ביים ד"ח. און ער איז געזעצן אויפן שויס?
ער איז געוען ביי צאנזער רב דריי אדער פיר מאל און איין מאל איז ער געווען מיט זיין מאמע
פון ווי נעמסטי דאס? פון "תולדות רבנו" קוקט נישט אויס אזוי
אזוי ווערט געברענגט אין א ספר אילן וואס הוצאות אמת האט ארויסגעגעבן אז ער איז געווען אפאר מאל ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע
זעי איך יעצט אז עס שטייט קלאר ארויס געשריבן אין תולדות רבינו אות י"ט אז דער מנחת אלעזר איז געווען דריי מאל ביים צאנזער רב דער דברי חיים זי"ע, און פון דארטן איז משמע אז אלע דריי מאל איז ער געווען מיט זיין מאמע.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
די בילדער ליגט שוין אויבן
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
וואספארא שיכות האט ער געהאט מיט די מנחת אלעזר? איך האב געהערט זאגן אז די מנחת אלעזר פלעגט אים שיקען דורכצוקוקען זיינע ספרים פארן דריקען. ער ברענגט אסאך נאך די מנחת אלעזר אין זיינע תורות.
ער פלעגט אויכעט פארן צו אים. און להיט וויאזוי ער שריינו איז די מנחת אלעזר געוועהן ביי אים אין שטאט אויכעט,
אגב די מנחת אלעזר שרייבט אויף אים ש"ב וויאזוי זענען זיי קרובים?
ער פלעגט אויכעט פארן צו אים. און להיט וויאזוי ער שריינו איז די מנחת אלעזר געוועהן ביי אים אין שטאט אויכעט,
אגב די מנחת אלעזר שרייבט אויף אים ש"ב וויאזוי זענען זיי קרובים?
- אטעטשמענטס
-
- שב אור עולם.jpg (183.8 KiB) געזען 1968 מאל
-
- איש האמת ש''ב.jpg (182.38 KiB) געזען 1968 מאל
-
- שר התורה ואור החכמה.jpg (213.94 KiB) געזען 1968 מאל
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
דא האסטו אויכעט א הסכמה פונעם מנחת אלעזר אויף א ספר וואס ער האט געשריבן, אבער למעשה נישט ארויסגעקומען, אגב איז דא נאך הסכמות פונעם מנחת אלעזר אויף ספרים?
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20220612_065531.jpg (175.19 KiB) געזען 1966 מאל
-
- IMG_20220612_065454.jpg (181.49 KiB) געזען 1966 מאל
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
אגב "אנגעבליך" מיינט א נישט באשטעטיגטע זאך, דער בילד איז א הינדערט פראצענט ביים לויה.
סאיז דא נאך בילדער דערפון, קענסט עס טרעפן אין די נייע איבערגעארבעטע סדר שנה אחרונה וואס אמ"ת האט לעצטענס ארויסגעגעבן.
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
יציב פתגם האט געשריבן: https://www.kedem-auctions.com/he/node/69061
מענין לענין באותו ענין, געהערט א מעשה א פאר וואכען צוריק, אז ווען די מנחת אלעזר זי"ע איז געווען אין ארה"ק, איז אריין צו עם א איד וואס האט נאך נישט זוכה געווען צו קינדער, אין ער איז שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה... האט עם די מנחת אלעזר געווינטשען מיט זש"ק. סעיז עם ב"ה געבוירען א אינגעל. א שטיק צייט שפעטער האט דער איד געוואלד באקומען ברכת קדשו פאר א טאכטער, איז ער געפורען פון ארה"ק קיין מונקאטש צו בעטען א ברכה אין א הבטחה אויף א טאכטער, אבער דער הייליגע מנחת אלעזר האט עם נישט געוואלט מבטיח זיין, אין געזאגט: "נישט יעדער טאג איז יום טוב".
דער איד האט טאקע נאר זוכה געווען צו איין אינגעל, אבער פון עם האט ער געבויט ב"ה א משפחה לשם ולתפארת... געהערט פון אן איינעקעל...
זכותו יגן עלינו!
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
הארזים האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
די בילדער ליגט שוין אויבן
איבערגעקוקט, גערעכט,
די דריטע איז אבער א נייע, אויך די צווייטע איז דא שענער און קלארער.
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
פ' לך לך האט געשריבן:הארזים האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
די בילדער ליגט שוין אויבן
איבערגעקוקט, גערעכט,
די דריטע איז אבער א נייע, אויך די צווייטע איז דא שענער און קלארער.
פון די צווייטע איז דא עטליכע שאטס אויף די זעלבע פלאץ, עס דארף זיין א באזינדערע אשכול איבער בילדער פונעם מנחת אלעזר, אדרבה ברענג עס אהער איך טרעף עס נישט יעצט.
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
הארזים האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן:הארזים האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן: אן אנגעבליכע בילד פונעם לוי', און נאך
די בילדער ליגט שוין אויבן
איבערגעקוקט, גערעכט,
די דריטע איז אבער א נייע, אויך די צווייטע איז דא שענער און קלארער.
פון די צווייטע איז דא עטליכע שאטס אויף די זעלבע פלאץ, עס דארף זיין א באזינדערע אשכול איבער בילדער פונעם מנחת אלעזר, אדרבה ברענג עס אהער איך טרעף עס נישט יעצט.
viewtopic.php?f=31&t=21995
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
איך האב געזעהן עטליכע בלעטער צוריק א גאנצע געטועכטס איבער די מנחת אלעזר'ס נישט געבן די הענט פארן אהבת ישראל, וויל איך צולייגן אז איך האב געהערט אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן בכלל פון געבן די הענט, ער האט געהאלטן אז ס'איז א גוישע מנהג, איך ווייס נישט צו ביים שלום געבן אדער ביים געבן מזל טוב, איך האב נישט קיין מקור צו דעם, אבער עפעס אזוי האב איך געהערט, קען זיין אז די מנח"א האט זיך באגריסט מיטן אהבת ישראל אן געבן די הענט און פון דעם איז ארויסגעוואקסן א גאנצע בארד צו די מעשה.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
מונח בזכרוני אז דער מנח"א ברענגט אין ד"ת (אולי בשם הגרש"א אלפנדרי) אז דאס געבן די האנט האט נישט קיין מקורתרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן עטליכע בלעטער צוריק א גאנצע געטועכטס איבער די מנחת אלעזר'ס נישט געבן די הענט פארן אהבת ישראל, וויל איך צולייגן אז איך האב געהערט אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן בכלל פון געבן די הענט, ער האט געהאלטן אז ס'איז א גוישע מנהג, איך ווייס נישט צו ביים שלום געבן אדער ביים געבן מזל טוב, איך האב נישט קיין מקור צו דעם, אבער עפעס אזוי האב איך געהערט, קען זיין אז די מנח"א האט זיך באגריסט מיטן אהבת ישראל אן געבן די הענט און פון דעם איז ארויסגעוואקסן א גאנצע בארד צו די מעשה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- חבצלת השרון
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 373
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
יצחק אייזיק האט געשריבן:מונח בזכרוני אז דער מנח"א ברענגט אין ד"ת (אולי בשם הגרש"א אלפנדרי) אז דאס געבן די האנט האט נישט קיין מקורתרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן עטליכע בלעטער צוריק א גאנצע געטועכטס איבער די מנחת אלעזר'ס נישט געבן די הענט פארן אהבת ישראל, וויל איך צולייגן אז איך האב געהערט אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן בכלל פון געבן די הענט, ער האט געהאלטן אז ס'איז א גוישע מנהג, איך ווייס נישט צו ביים שלום געבן אדער ביים געבן מזל טוב, איך האב נישט קיין מקור צו דעם, אבער עפעס אזוי האב איך געהערט, קען זיין אז די מנח"א האט זיך באגריסט מיטן אהבת ישראל אן געבן די הענט און פון דעם איז ארויסגעוואקסן א גאנצע בארד צו די מעשה.
- אטעטשמענטס
-
- תפארת שלמה, שביעי של פסח
- 20220710_041950-compressed.jpg (96.75 KiB) געזען 1545 מאל
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
מהדורא ט' אות י"ד בשם הסבא קדישא עיין שם בענין זה,יצחק אייזיק האט געשריבן:מונח בזכרוני אז דער מנח"א ברענגט אין ד"ת (אולי בשם הגרש"א אלפנדרי) אז דאס געבן די האנט האט נישט קיין מקורתרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן עטליכע בלעטער צוריק א גאנצע געטועכטס איבער די מנחת אלעזר'ס נישט געבן די הענט פארן אהבת ישראל, וויל איך צולייגן אז איך האב געהערט אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן בכלל פון געבן די הענט, ער האט געהאלטן אז ס'איז א גוישע מנהג, איך ווייס נישט צו ביים שלום געבן אדער ביים געבן מזל טוב, איך האב נישט קיין מקור צו דעם, אבער עפעס אזוי האב איך געהערט, קען זיין אז די מנח"א האט זיך באגריסט מיטן אהבת ישראל אן געבן די הענט און פון דעם איז ארויסגעוואקסן א גאנצע בארד צו די מעשה.
אבער ווי באוויסט האט די סבא קדישא יא געגעבן די האנט פאר די מנחת אלעזר ווי אויך פאר רבי יוסף חיים זונענפעלד
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
ווייסט איינער מער איבער א גר צדק וואס דער מנחת אלעזר האט מגייר געוועהן?
זיין נאמען איז געוועהן אברהם קשיין הי"ד, געהארגעט געווארן ביים קריעג,
אינעם בוך פונעם "לעצטן חורבן" ברענגט ער וויאזוי דער גר צדק האט מקדש שם שמים געוועהן ביים קריעג, ווען מען האט אים געזאגט געזאגט אז ער דארף נישט מיטגיין מיט אלע אידן ווייל זיי קענען אים נישט אלץ איד, אבער ער האט געזאגט אז ער איז א איד, און ער וועט גיין ליידן אינאיינעם מיט זיי.
זיין נאמען איז געוועהן אברהם קשיין הי"ד, געהארגעט געווארן ביים קריעג,
אינעם בוך פונעם "לעצטן חורבן" ברענגט ער וויאזוי דער גר צדק האט מקדש שם שמים געוועהן ביים קריעג, ווען מען האט אים געזאגט געזאגט אז ער דארף נישט מיטגיין מיט אלע אידן ווייל זיי קענען אים נישט אלץ איד, אבער ער האט געזאגט אז ער איז א איד, און ער וועט גיין ליידן אינאיינעם מיט זיי.
- צפת דאמעריקא
- שר האלף
- תגובות: 1193
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
עס ווערט געברענגט דארטן אז די מנחת אלעזר האט אים מגייר געוועהן?הארזים האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער א גר צדק וואס דער מנחת אלעזר האט מגייר געוועהן?
זיין נאמען איז געוועהן אברהם קשיין הי"ד, געהארגעט געווארן ביים קריעג,
אינעם בוך פונעם "לעצטן חורבן" ברענגט ער וויאזוי דער גר צדק האט מקדש שם שמים געוועהן ביים קריעג, ווען מען האט אים געזאגט געזאגט אז ער דארף נישט מיטגיין מיט אלע אידן ווייל זיי קענען אים נישט אלץ איד, אבער ער האט געזאגט אז ער איז א איד, און ער וועט גיין ליידן אינאיינעם מיט זיי.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
יא.צפת דאמעריקא האט געשריבן:עס ווערט געברענגט דארטן אז די מנחת אלעזר האט אים מגייר געוועהן?הארזים האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער א גר צדק וואס דער מנחת אלעזר האט מגייר געוועהן?
זיין נאמען איז געוועהן אברהם קשיין הי"ד, געהארגעט געווארן ביים קריעג,
אינעם בוך פונעם "לעצטן חורבן" ברענגט ער וויאזוי דער גר צדק האט מקדש שם שמים געוועהן ביים קריעג, ווען מען האט אים געזאגט געזאגט אז ער דארף נישט מיטגיין מיט אלע אידן ווייל זיי קענען אים נישט אלץ איד, אבער ער האט געזאגט אז ער איז א איד, און ער וועט גיין ליידן אינאיינעם מיט זיי.
- אטעטשמענטס
-
- אברהם קשיין הי"ד
- IMG_20220805_035347.jpg (301.77 KiB) געזען 1270 מאל
-
- אברהם קשיין הי"ד
- IMG_20220805_035402.jpg (277.1 KiB) געזען 1270 מאל
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
10,000 השתתפו
נפטר בפראג ?
נפטר בפראג ?
- אטעטשמענטס
-
- 20Y.jpg (81.22 KiB) געזען 1117 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- צפת דאמעריקא
- שר האלף
- תגובות: 1193
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
ער איז נפטר געווארן בביתו נאוה קודש אין שטאט מונקאטשdovidal האט געשריבן:10,000 השתתפו
נפטר בפראג ?
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
מסתמא האט ער נאכגעשריבן א אנדערע צייטונג וואס שרייבט פראג ביים קעפל צוליב וואס זייער קארעספאנדענט האט זיך געפונען דארטן כנהיג אצל העיתונים, און זיי האבן דאס נאכגעשריבן מיינענדיג אז דארט איז ער אוועק.צפת דאמעריקא האט געשריבן:ער איז נפטר געווארן בביתו נאוה קודש אין שטאט מונקאטשdovidal האט געשריבן:10,000 השתתפו
נפטר בפראג ?
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
קען דאס איינער מפנח זיין? ער שרייבט זיינע זכרונות, און ער שרייבט צום סוף איבער די מנחת אלעזר.
ווייסט איינער ווער דאס איז?
ווייסט איינער ווער דאס איז?
- אטעטשמענטס
-
- משה שמואל בן ר' אשר אנשיל ירוחם פריעדמאן
- ספר חיים ושלום מונקאטש תשיט לפק.jpg (138.84 KiB) געזען 760 מאל
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
http://www.teshura.com/teshurapdf/Gancz ... 205766.pdf
איך ווייס ניט אויב מען האט שוין געברענט דעם חוברת דא,
ביים רבי ריי"צ און ביים רבי זי"ע האט מען געזען א חיבה גדולה צום מנחת אלעזר
ווי דער רבי ברענגט בכמה שיחות
און דא כמה הנהגות וואס דער רבי האט געפירט ווי דער מנחת אלעזר ברענגט

- חולם י יאויש
- שר מאה
- תגובות: 147
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm
Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון
איז פארהאן ערגעץ וואו דער מנחת אלעזר שרייבט עפעס צו אדער וועגן דער סעראצקער רב?
ס'ליגט מיר אין קאפ אז יא, אבער כ'נישטער און געפון נישט.
ס'ליגט מיר אין קאפ אז יא, אבער כ'נישטער און געפון נישט.