טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
תשעה באב האט דאס די גאנצע משפחה געליינט מקטן ועד גדול
זייער שטארק באנומען
א לעבעדיגע מוסר ספר
גיי אן ווייטער מיט דיינע מעשה החסד, און זעה צו מזכה זיין דעם עולם דערמיט, ס'איז א בחינה פון 'לכאורה' מחייב אותנו.
זייער שטארק באנומען
א לעבעדיגע מוסר ספר
גיי אן ווייטער מיט דיינע מעשה החסד, און זעה צו מזכה זיין דעם עולם דערמיט, ס'איז א בחינה פון 'לכאורה' מחייב אותנו.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
״לכאורה״ געלייענט די גאנצע בנשימה אחת, איך האב נישט קיין ווערטער זייענדיג זייער איבערגענומען, האבענדיג באזוכט שוין מער ווי איינמאל דעם חסיד אין דעם ביטערען גיהנום האב איך מיך ממש מיטגעפיהלט דעם גאנצן סדה״י וויאזוי דו לייגט דאס אראפ מיט דיין געלונגענעם רייכען פעדער. דיין און אלע אנדערע משתתפים׳ס זכות איז אומבאשרייבליך, עס איז זיכער כדי צו באקומען א ברכה פון א יוד וואס פראווען אזוי אפ דעם הייליגען טאג.
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22967
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע:50°18′N 21°4′E
ווער געדענקט ווען כאורע האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט באקומען קיינע ריאקציעס?
עס איז בפשטות נאכנישט געווען אזא שטארקע אפקלאנג אין די היסטאריע פון די וועלטל צו אן ארטיקל, און מען האלט נאך ביים אנהייב.
(לערענדיג פונעם צובראכענע פוס טאגביך, איז די אשכול נאך אומשטאנד ארויף צו פאפן מיט א פרישקייט אין 5 יאר ארום...)

רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:הלשון האט געשריבן: יעצט געליינט בנשימה אחת, פון קאפיטל ב' ביז צום ענדע.
נישט דא קיין ווערטער! איך בין אינגאנצן איבערגענומען!
שטייענדיג יעצט מוצאי תשעה באב, איז נאר צו האפן אז אינגיכן וועט מען אונז אלע אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות תפיסה, און ארויספירן לחירות עולם ונעלה לציון ברננה, בב"א.
---
לכאורה, א גרויסן יישר כח! די שריפט! די תוכן! די ערליכקייט! די אהבת ישראל! זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
כ'ווייס אז ס'איז נישט ערלויבט לפי תקנת המקום, אבער האסט מיר געברענגט א שטארקע נסיון צו קענען אזא איינער ווי דיר!
יישר כח!!
(צו די לעצטע שורה: לעצטע מאל איך האב געשריבן פאר איינעם אז ער קען קומען אין אישי, איז ער נישט אנגעקומען... קוקט אויס אז דער עולם מיינט עס נישט צו ערנסט)
יעדער קען קומען אין אישי פאר דעם?
מיט א מאסקע און סאושעל דיסטענסינג, לויט וויפיל די פלאץ ערלויבט
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
רחש לבי האט געשריבן: ״לכאורה״ געלייענט די גאנצע בנשימה אחת, איך האב נישט קיין ווערטער זייענדיג זייער איבערגענומען, האבענדיג באזוכט שוין מער ווי איינמאל דעם חסיד אין דעם ביטערען גיהנום האב איך מיך ממש מיטגעפיהלט דעם גאנצן סדה״י וויאזוי דו לייגט דאס אראפ מיט דיין געלונגענעם רייכען פעדער. דיין און אלע אנדערע משתתפים׳ס זכות איז אומבאשרייבליך, עס איז זיכער כדי צו באקומען א ברכה פון א יוד וואס פראווען אזוי אפ דעם הייליגען טאג.
נו, קענענדיג דעם ארט פון דער נאנט, האב איך גוט אראפגעשילדערט די פאלנע פארגרעבטע וועכטער? דעם ווארט צימער?
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
לכאורה האט געשריבן:רחש לבי האט געשריבן: ״לכאורה״ געלייענט די גאנצע בנשימה אחת, איך האב נישט קיין ווערטער זייענדיג זייער איבערגענומען, האבענדיג באזוכט שוין מער ווי איינמאל דעם חסיד אין דעם ביטערען גיהנום האב איך מיך ממש מיטגעפיהלט דעם גאנצן סדה״י וויאזוי דו לייגט דאס אראפ מיט דיין געלונגענעם רייכען פעדער. דיין און אלע אנדערע משתתפים׳ס זכות איז אומבאשרייבליך, עס איז זיכער כדי צו באקומען א ברכה פון א יוד וואס פראווען אזוי אפ דעם הייליגען טאג.
נו, קענענדיג דעם ארט פון דער נאנט, האב איך גוט אראפגעשילדערט די פאלנע פארגרעבטע וועכטער? דעם ווארט צימער?
מורא׳דיג אקוראט אראפגעלייגט.
שווער צו טראכט וואס די יודן גייען דורך די יעצטיגע תקופה אן קיין באזוכער אין די ביטערע היצן אן קיין קילונג סיסטעם.
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
לכאורה האט געשריבן:האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:הלשון האט געשריבן: יעצט געליינט בנשימה אחת, פון קאפיטל ב' ביז צום ענדע.
נישט דא קיין ווערטער! איך בין אינגאנצן איבערגענומען!
שטייענדיג יעצט מוצאי תשעה באב, איז נאר צו האפן אז אינגיכן וועט מען אונז אלע אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות תפיסה, און ארויספירן לחירות עולם ונעלה לציון ברננה, בב"א.
---
לכאורה, א גרויסן יישר כח! די שריפט! די תוכן! די ערליכקייט! די אהבת ישראל! זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
כ'ווייס אז ס'איז נישט ערלויבט לפי תקנת המקום, אבער האסט מיר געברענגט א שטארקע נסיון צו קענען אזא איינער ווי דיר!
יישר כח!!
(צו די לעצטע שורה: לעצטע מאל איך האב געשריבן פאר איינעם אז ער קען קומען אין אישי, איז ער נישט אנגעקומען... קוקט אויס אז דער עולם מיינט עס נישט צו ערנסט)
יעדער קען קומען אין אישי פאר דעם?
מיט א מאסקע און סאושעל דיסטענסינג, לויט וויפיל די פלאץ ערלויבט
איך גיי איין דערויף, איך ווארט נאר אויף באשטעטיגונג פון דיר
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
איצטערט דורכגעליינט. א גרויסן ישר כח
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע:127.0.0.1
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
געזעהן א טאגבוך פון לכאורה. געווארט עס זאל פארטיג ווערן בכדי צו קענען לייענען בנשימה אחת.
איך האב ארויסגעפרינטען די גאנצע לכבוד שבת און דורכגעלייענט מיט אן איינגעהאלטענע אטעם.
איך בין געהעריג אריין אין ימים נוראים מוט, און מיטגעשפירט מיט די אידן אין תפיסה (נעבעך, יענער האט דיר אוועקגענומען דיין בעט... האסט טאקע געמיינט ער גרייט עס אן פאר דיר??)
איך בין פשוט נשתומם געווארן פון די געדאנק פון שטיין געציילטע שעות פאר כניסת יום טוב און נאכאלץ נישט וויסן וואו מען וועט פראווענען דעם יום טוב. דאס איז עפעס.
אשרי חלקך!

...
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף
האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:הלשון האט געשריבן: יעצט געליינט בנשימה אחת, פון קאפיטל ב' ביז צום ענדע.
נישט דא קיין ווערטער! איך בין אינגאנצן איבערגענומען!
שטייענדיג יעצט מוצאי תשעה באב, איז נאר צו האפן אז אינגיכן וועט מען אונז אלע אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות תפיסה, און ארויספירן לחירות עולם ונעלה לציון ברננה, בב"א.
---
לכאורה, א גרויסן יישר כח! די שריפט! די תוכן! די ערליכקייט! די אהבת ישראל! זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
כ'ווייס אז ס'איז נישט ערלויבט לפי תקנת המקום, אבער האסט מיר געברענגט א שטארקע נסיון צו קענען אזא איינער ווי דיר!
יישר כח!!
(צו די לעצטע שורה: לעצטע מאל איך האב געשריבן פאר איינעם אז ער קען קומען אין אישי, איז ער נישט אנגעקומען... קוקט אויס אז דער עולם מיינט עס נישט צו ערנסט)
יעדער קען קומען אין אישי פאר דעם?
מיט א מאסקע און סאושעל דיסטענסינג, לויט וויפיל די פלאץ ערלויבט
איך גיי איין דערויף, איך ווארט נאר אויף באשטעטיגונג פון דיר
באשטעטיגט
Re:
סטיטשינער האט געשריבן: וועלכע האטעל געפונט זיך נעבען די קראון פלאזא?
היינט אדורכגעפארן, עס הייסט HOWARD JOHNSON INN
- monroe10950
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2206
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
ערהאלטען אין פאסט קעסטל פון א ידיד מיט א בקשה צו שטעלן דא
אזוי ווי עס איז זיך שוין פארלאפען א שטיק צייט פון ווען 'לכאורה' האט ארויף געשטעלט זיין טאג בוך, קלער איך צו שטעלן דא מיין געשיכטע. מיט זיין פולקאמע רשות.
מענין לענין וועל איך אויך מיטטיילן איין געשיכטע פון מיין יוה"ק איבערלעבעניש צווישן די טורמע ווענט. אבער איך וועל נישט אריין גיין אין פרטי פרטים כדרכו של 'לעחוירע', סיי ווייל איך בין נישט קיין טאג בוך שרייבער און אויך ווייל איך געדענק שוין נישט אלע פרטים, עס גייט צוריק מסתמא פינף/זעקס יאהר.
אונזער באזוך איז אויך געווען אין א מאקסימום זיכערהייט טורמע. אבער איינע פון די פרטים וואס איז אנדערש געווען פון 'לכאורה', אז אונזערע סערוויסעס זענען פארגעקומען ממש אינערהאלב די טורמע, אין א שטוב נעבן דער אפיציעלער טשאפל. בשעת מעשה האב איך נישט אין אכט גענומען, מיר האבן זיך געדרייט ממש צווישן די ארגסטע וואס די וועלט פארמאגט. דאס איז ווי אריין גיין ממש אינעם לייבן גרוב. איך האב אפגעכאפט אין זכרון די ארעסטאנט נומערן און עס נאכגעקוקט אדער סתם אזוי געמאכט אביסל ריסוירטש איבער ווער עס זיצט דארט, עס האט מיר ממש געכאפט א קדחת און נאכמער א רחמנות אויף די אידישע ארעסטאנטען וואס דארפן ר"ל זיצן צווישן אזעלכע געמיינע פארשוינען. איך בין אמאל געווען אום חוה"מ סוכות אין א מידיום סעקיוריטי טורמע, מיר האבן פארברענגט מיט די ארעסטאנטען בראש פונעם טשאפלען (דער זעלבער ווי דער פון לכאורה'ס תפיסה) אינעם סוכה, און דארט איז געזיצען אן עלטערער ברייט ביינערדיגער מאן וואס בשעתו האט די אידישע וועלט גערודערט (קליין גערעדט) מיט זיין פארברעך. למעשה אבער זיצן רוב מענטשן אין תפיסה פאר גארנישט, יעדער האט זיך זיין געשיכטע פארוואס ער זיצט דארט פאר גארנישט. עס דערמאנט די ווערטל פון יארמער רב, אז ער איז געווען באזוכן אין טורמע און ער פרעגט פונעם ארעסטאנט פארוואס ער זיצט ענטפערט ער פאר גארנישט, סתם מען האט זיך פארלייגט אויף איהם וכו', נו וויפיל דארפסטו זיצן - פרעגט ער איהם, פינף יאהר. דרייט ער זיך אויס צו א צווייטן און יענער מיט די זעלבע געשיכטע. דער דריטער האט געזאגט אז ער דארף אפזיצען צעהן יאהר. צעהן יאהר? פאר גארנישט באקומט מען דאך נישט מער פון פינעף יאהר...?!
אונזערע באזוכן זענען פארגעקומען דורכאויס ראש השנה, יום הקדוש, שמחת תורה, שבת חנוכה, שבת זכור א.נ. (דאכט זיך מיר אז שבת זכור בין איך נישט געווען, און שבת חנוכה האבן מיר געהאט נאך א באזונדערע געשיכטע וואס אכהמ"ל).
די געשיכטע וואס איך וויל מיטטיילן איז געווען די צווייטע יאהר וואס איך בין געווען א טייל פון די גרופע. יענעם יאהר איז עס ממש געווען לשם מצווה. ווייל קיינער פון די באטייליגטע וואלונטירן זענען נישט געווען ספעציעל פארבונדן מיט די ארעסטאנטען. נאר מיר האבן זיך באקענט פון די פריערדיגע יום טוב באזוכען און געשפירט אז עס איז ריכטיג אז מיר זאלן ממשיך זיין.
אונזער אכסניא איז געווען אינעם ווינטערייזד בונגעלא פון א וואוילטעטיגער נגיד, א מהלך פון כמעט א שעה וועג ביזן טורמע.
ערב יוה"ק זענען מיר אנגעקומען צייטליך בעפארן זמן, די ראביי פונעם תפיסה האט אונז דארט אפגעווארט צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט. מען האט אריין געטשעקט, מיטגענומען די ס"ת און עסן אויף אויס צו פאסטן. די אידענטיפיקאציעס האט מען געלאזט ביי די חברה און אלעס איז געפארן ווי געשמירט. מיר זענען דאך שוין געווען באהאווענט מיט די סיסטעם.
די 'כל נדרי' נאכט איז געווען גאר דערהויבן און בעפארן אהיים גיין האט דער'עולם איבערגעלאזט די טליתים און קיטלעך אינעם אפיס פונעם טשאפלעין, יעדער האט אנגעהאט די בעקישעס מיט וואס מען איז געקומען און אזוי אהיים שפאצירט די לאנגע רייזע. איך געדענק נישט פארוואס אבער איך האב יא מיגטענומען די קיטל.
לויט די באאמטע האבן מיר געדארפט זיין צוריק אום 9 אזייגער. אבער מיר האבן געמאכט א חשבון, אז היות די וועג איז זייער לאנג, איז אנשטאט מיר זאלן צוריק גיין ביי פאזע (ווי מיר האבן געטוהן פאראיאר), וועלן מיר ענדערש קומען שפעטער און אנפאנגען דאס דאווענען נאך צעהנע.
וכך הוה, מיר קומען אן דעם אנדערן צופרי עטוואס נאך צעהנע, אבער די באערדע לאזן אונז וויסן אז היות מיר זענען שפעט קענען מיר נישט אריין גיין. האבן מיר אבער גע'טענה'ט אז מיר האבן דאך רעכט אויף די גאנצע טאג, און איצט איז די צייט פון סערוויסעס, איז עס דאך נישט זייערע געשעפטן ווען מיר קומען. נאך א לענגערע אמפערייען און נאכן זיך פארבינדען מיטן וואורדען האט מען באשטעטיגט אז יא, מען קען אריין.
שטעלט מען זיך אין די רייע, אבער דא שטעלט זיך אויס אז זיי האבן געמאכט אן ערנסטער גרייז. נעמליך, אז די אכט וואלונטירן זענען פארשריבן געווארן ביי זיי אין צוויי טיילן, אז האלב זאל אריין ביינאכט אין די אנדערע גרופע צופרי. דער אגענט פון ביינאכט האט עס זעהט אויס פארזעהן, ווייל דאס איז קלאר געווען אזוי באשטומט, מיר האבן געזעהן די רשימה שווארץ אויף ווייס. זענען מיר איצט געווען אין אן ערנסטע דילעמע.
אריין לאזן נאר האלב, איז דאך פשט אז מיר וועלן צושפליטערן די מנין, אז נישט אונז און נישט זיי וועלן האבן מנין. מיר האבן געשטעלט א ווידערשטאנד, אבער ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן. דערווייל איז יוה"ק צופרי, די זייגער רוקט זיך און מיר האלטן נאך אין ערגעץ נישט. מיר האבן נישט געקענט אנטשיידן וואס צו טוהן.
למעשה, האבן זיי אונז אנגעזאגט אומצוויידייטיג אז מיר קענען נישט בלייבן דא, אדער לאזן מיר אריין העלפט גרופע, אדער פארלאזן מיר דאס ארט זאפארט.
האבן מיר געקלערט, אז היות אונטערוועגנס האבן מיר געזעהן אז אין א געוואוסע קעמפ איז דא א פארזאמלונג פון מענטשן, וועלן מיר גיין אהין דאווענען קודם שחרית און מ'וועט זעהן וואס צו טוהן ווייטער.
מיר האבן שוין געהאלטן נאכן שפאצירן א וועג פון א שעה צייט אין א רעגנדיגער מצב. פארפעניעט כמעט א שעה ביי די טורמע איינגאנג, און איצט דארפן מיר צוריק שפרייזן איבער א האלבע שעה וועג. מיר האבן זיך געטראפן אין יענעם קעמפ בערך איינס אזייגער אינעם הייליגסטען טאג פון יאהר, נאך בעפארן דאווענען...
מיר האבן אויסגעפונען אז בהשגחה פרטית, איז דער ראביי פונעם טורמע א טייל פונעם ארטיגען מנין דארט אין יענעם קעמפ. האבן מיר איהם דערציילט די געשיכטע און געבעטן אז מען זאל אונז פארשאפן טליתים אז מיר זאלן קענען דאווענען.
מיר זענען געווען אכט חברה, און די ארטיגע געסט האבן אריין געשיקט צו אונז נאך צוויי בחורים משלים צו זיין מנין. אזוי האבן מיר געדאווענט. נאך א מזל אז איך האב געהאט א קיטל, אבער די אנדערע האבן געדאווענט מיט די טליתים אויף די בלויזע העמדע (צוליב די הייסע קלימאט אינעם טורמע צעל האט מען נישט מיטגענומען די בעקישעס).
מען האט מצמצם געווען די מחשבות אין אריין אינעם יום כפור מאוד. דער ש"ץ איז צוגעגאנגען צו ברכות און מען האט זיך געשטעלט דאווענען. איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי מיין קאפ האט געשאסן ווי א קאנאן, ס'איז שוין האלב טאג, מען פאסט, מען האלט שוין נאכן גיין א וועג פון באלד צוויי שעה אין קראקס. אבער ס'איז יום כפור אויף דערוועלט.
דערווייל וואס מיר האבן דארט געדאווענט בחפזון, האבן מיר נישט געוואוסט אז דער ראביי האט געהויבן פיס און געלאפן צום טורמע. ער האט געשטורעמט די אפיסעס און נאך לאנגע אינטערווענצען האט מען מודיע געווען אז מען ערלויבט אונז צוריק.
ווען מיר האבן געענדיגט שחרית איז דער ראביי געווען צוריק און אונז געמאלדן אז מיר דארפן זיך שוין לאזן אין וועג אריין. מיר האבן זיך געשטעלט מוסף נאך 4 אזייגער. די ארעסטאנטען האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געשעהן מיט אונז, זיי האבן געווארט און געווארט.
אני הקטן בין געווען בעל מוסף, נאכן גארגלען אביסל האב איך שוין באמערקט אז די זייגער רוקט זיך גאנץ שנעל פאראויס און מיר קענען נישט אויפהאלטן קיינעם.
עטליכע מינוט נאכן זמן האט מען געבלאזן שופר און אויסגעפאסט.
איי איז דאס געווען א יוה"ק צום געדענקן. מיר האפן נאר אז אונזער עבודת היום האט אויפגעטוהן למעלה וואס עס האט געדארפט.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
- נא_שכל
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8036
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע:עולם התורה
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
טשילס! פלצות אחזתנו!
אזעלכע חשובע אידן דא אויף דער וועלט.
אשריכם ישראל!
אזעלכע חשובע אידן דא אויף דער וועלט.
אשריכם ישראל!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
יישר כח אישי שרייבער (וואס איך ווייס גראדע זיין ניק נאמען, אבער קענטיג וויל ער בלייבן אנאנים).
- ערעב איד
- שר האלף
- תגובות: 1329
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
- לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
יעצט געליינט די גאנצע בנשימה אחת. זייער שיין באשריבען מיט א רייכע שפראך, ימי הרחמים והרצון משמשים ובאים, איך פיל ממש ווי איך טואלט דארט געווען.
און צו דיר, איך האב א קרוב וואס איז אויך געווען יו"כ אין א תפיסה, איך קען נאר זאגען ישלם השם שכרך בכפלים!
און צו דיר, איך האב א קרוב וואס איז אויך געווען יו"כ אין א תפיסה, איך קען נאר זאגען ישלם השם שכרך בכפלים!
- נא_שכל
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8036
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע:עולם התורה
Re:
[/quote]משה צימערינג האט געשריבן: אונזער אכסניא איז געווען אינעם ווינטערייזד בונגעלא פון א וואוילטעטיגער נגיד, א מהלך פון כמעט א שעהוועג ביזן טורמע.....
האבן מיר געקלערט, אז היות אונטערוועגנס האבן מיר געזעהן אז אין א געוואוסע קעמפ איז דא א פארזאמלונג פון מענטשן, וועלן מיר גיין אהין דאווענען קודם שחרית און מ'וועט זעהן וואס צו טוהן ווייטער.
מיר האבן שוין געהאלטן נאכן שפאצירן א וועג פון א שעה צייט אין א רעגנדיגער מצב. פארפעניעט כמעט א שעה ביי די טורמע איינגאנג, און איצט דארפן מיר צוריק שפרייזן איבער א האלבע שעה וועג. מיר האבן זיך געטראפן אין יענעם קעמפ בערך איינס אזייגער אינעם הייליגסטען טאג פון יאהר, נאך בעפארן דאווענען...
מען האט מצמצם געווען די מחשבות אין אריין אינעם יום כפור מאוד. דער ש"ץ איז צוגעגאנגען צו ברכות און מען האט זיך געשטעלט דאווענען. איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי מיין קאפ האט געשאסן ווי א קאנאן, ס'איז שוין האלב טאג, מען פאסט, מען האלט שוין נאכן גיין א וועג פון באלד צוויי שעה אין קראקס. אבער ס'איז יום כפור אויף דערוועלט.
איי איז דאס געווען א יוה"ק צום געדענקן. מיר האפן נאר אז אונזער עבודת היום האט אויפגעטוהן למעלה וואס עס האט געדארפט.
די משנה (יומא פ"ו מ"ה) פארציילט, אז בשעת מ'האט באגלייט דעם "איש עתי" מיטן שעיר לעזאזאל, איז געווען צען סוכות, צווישן יעדע איז געווען א מיל (שיעור תחום שבת, וזמן הליכה פון בערך 18 מינוט), און צוליב וויבאלד מ'האט מורא געהאט אז ער וועט נישט האבן קיין כח צו גיין אזא לאנגע וועג, האט מען אנגעגרייט עסן און טרינקן ביי יעדע סוכה, און מ'האט אים געזאגט ביי יעדע סוכה: "הרי מזון והרי מים" אויב ביסט שוואך אדער הונגעריג קענסטו עסן. למעשה שטייט אז ס'איז קיינמאל געקומען דערצו אז ער האט געברויכט עסן, ס'איז בעיקר געווען ער זאל האבן פת בסלו.
על כן קומענדע מאל אויב די אידן וועלן נאך זיין פארבינדן ח"ו, און מ'גייט אזא לאנגע וועג, ברויך מען אנגרייטן אביסל מזון ומים, אן דעם איז זייער שווער צו גיין אזא מהלך...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1604
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע:בעקבתא דמשיחא
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
לקראת יום הק׳ שנת תשפ״א
מסתם נאך צו פרי צו וויסן ווי איר גייט פראווען דעם הייליגן טאג
מען ברויך באשטעלן עטליכע באסעס פאר אלע אנגעווארעמטע חברים וועלכע ווילן זיך ׳ברצון ובמחשבה׳ אנשליסן אין די הייליגע חבורה.
אז מען וועט נישט אריינלאזן, העט מען העכסנטס שובת זיין ביים גרעניץ…
און יעצט עטליכע וויכטיגע נקודות.
געדענק:
איך ווארט נאך אויפ׳ן שטימענאטיץ בנוגע דעם ברכו געזינגעכטץ
דער עיקר דיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און א גמר חתימה טובה
בד״וו שיק א גריס פארן פויערישן אפיציר מיט די ברוינע שנויצן...

- נישט צו פארזעהן קיין חתימה ביים אריינגעבן די פאפירן (אפשר שוין צו שפעט דערמאנט…)
דער בעל מנחה זאל נישט פארגעסן זיין טלית
פארנאכט לאז איבער די אינדפיקאציע דאקומענטן ביי זיי אין די האנט
גרייט צו עפעס א שטיקל כל נדרי דרשה בלע״ז
זעה אויסצוארבייטן דעם שליסל פארן מאביל אין די חורי רשות היחיד
אן עקסטער תהלים׳ל פארן מאביל
א זייגער׳ל צו וויסן ווען אויפצושטיין
נעם ׳נישט׳ מיט די טיש-בעקישע גארטל, צו פארמיידן בהלות…
עטליכע טאוולען און גליונות פון ׳נקדישך׳
א נר-מצוה שמאטע פאר כורעים פאלן
איך ווארט נאך אויפ׳ן שטימענאטיץ בנוגע דעם ברכו געזינגעכטץ
דער עיקר דיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און א גמר חתימה טובה
בד״וו שיק א גריס פארן פויערישן אפיציר מיט די ברוינע שנויצן...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
חחחחח דו ביסט גוט!
ליידער קוקט נישט אויס ווי מ'וועט היי יאר קענען אריינגיין אין תפיסה
ליידער קוקט נישט אויס ווי מ'וועט היי יאר קענען אריינגיין אין תפיסה
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
אלס קאוויד?
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5885
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
הלשון האט געשריבן: אלס קאוויד?
געוויס
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 984
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע:אין ביבילאטעק
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - צווייטער טייל שוין ארויף
בין איך אויסערגעווענליך איבערגענומען פון דעם גאנצן באשרייבונג, אשרי חלקכם!!
איין דעטאל איז מיר געבליבן עטוואס פארנעפעלט...
איין דעטאל איז מיר געבליבן עטוואס פארנעפעלט...
לכאורה האט געשריבן: ...און אנגעהויבן דעם אור אלטן "ברכו" ניגון (ברם זכור לטוב, ... שליט"א, וואס האט מיר אויסגעלערנט א סימן צו פונאנדערשיידן צווישן דעם ימים נוראים און ימים טובים אריינפיר צו ברכו, דער סימן קומט מיט א וויצלדיגע מעשה און א תנועה וואס איך קען פארשטייט זיך נישט אפשרייבן דא
קאמענטארן זענען איבריג
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
וואס זאל איך טון אז איך האלט נאכנישט ביים ארויפשטעלן דא א וואויסנאוט?...
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
די חילוק אין די תנועה ווייס איך אויך, ווארשיינליך די מעשה וויל ער וויסן.
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1604
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע:בעקבתא דמשיחא
Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה
לכאורה האט געשריבן: וואס זאל איך טון אז איך האלט נאכנישט ביים ארויפשטעלן דא א וואויסנאוט?...
כ׳מיין שוין העכסט צייט צו מאכן עפעס א שטיקל מסיבת מרעים ביי לכאורה אין די סוכה, דארט העל מיר שוין האבן צו הערן און צו זינגען און באגלייטונג פון ס׳פידעלע... אה אהא א תענוג רוחני נאר צו טראכטן דערפון.
אויב מאכצעך עפעס האט איר דאך מיין נימעיל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳