טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סדרן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 12:12 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדרן »

תגובה דורך סדרן

לעצט פארראכטן דורך סדרן אום מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פד"ף פון די גאנצע ליגט סוף פון די תגובה
(איך לייג עס ארויף אין פארזעצונגען, וויבאלד עס איז זייער גרויס. אויב זעהט מען אז עס דויערט לאנג צווישן איין פרק און די אנדערע, ביטע דערמאנען אז עס איז צייט פאראויסצוגיין) (פארשידענע זאכן זענען צענזורירט, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אזעלכע האקעלע ענינים קענען נישט אייביג אויסגעשמועסט ווערן אין פובליקום)

הקדמה


דער טאגבוך ווערט געשריבן בשנת תש"פ, און וויבאלד מיר האבן נישט באשריבן דעם יום הקדוש פון תשע"ט, וועלן מיר דא און דארט אריינווארפן 'פלעשבעקס' צו פאראיאר, ארויסברענגען פארשידענע פונקטן וואס זענען געווען אנדערש איין יאר פון אנדערן.

שוין אינמיטן זומער איז געקומען דער פארלאנג מצד משפחת ... אז די פאריעריגע מתפללים וואס זענען וויליג צו גיין נאכאמאל אין תפיסה אויף יוה"ק זאלן זיך איינשרייבן, די ערשטע זאך האט מען אויסגעפילט די פאפירן און מסיח דעת געווען דערפון אויף אפאר וואכן. איין שיינעם טאג באקום איך אין אימעיל א פארלאנג אונטערצושרייבן נאכאמאל איינע פון די פאפירן, שטעלט זיך ארויס אז מיינע פאפירן זענען איבערגעמאכט געווארן דורך א דריטע פארטיי (כפי השמועה: 'אלף' אינסטיטוט), און יענע האבן זיך גענויטיגט אין א פרישע חתימה. [זייטיגע קרישקעלע: ס'האט מיך א טראפ געבאדערט, ווייל איך בין געווענליך גאנץ פונקטליך מיט מיינע פאפירן, כ'ליין עס פולקאם אדורך און חתמ'ע וואו נויטיג, און דא האט מען מיר כאילו אפירגעהאלטן אז איך האב 'פארזעהן' א חתימה. כ'האב טאקע איבערגעקוקט מיינע צעטלעך און געזען אז אלעס איז גע'חתמ'ט געווארן, נאר דער דריטער פארטיי האט דאס אנגעדרייט].

די אפליקאציע באשטייט פון א גאנצע שטויס פאפירן, מערסטנס אנווייזונגען און רעגולאציעס פאר באזוכער און רעליגיעזע וואלונטירן וואס קומען אנפירן מיט סערוויסעס. נאכדעם דארף מען אריינלייגן פריוואטע אינפארמאציע, דער סאושעל סעקיורעטי, פאספארט אדער דרייווערס לייסענס נומערן (און מיטשיקן א קאפי דערפון), שרייבן אויב מען איז שוין אמאל געווען באזוכן די תפיסה, אויב מען האט א קרימינאלע רעקארד, און אזוי ווייטער און ווייטער.

מען שיקט אריין די פאפירן און עס הייבט זיך אן א לאנגע ווארטעניש צו הערן אויב די טורמע אינסטאנצן באשטעטיגן דיך אלס וואלונטיר. היי יאר האבן נישט אלע אפליקאנטן באקומען דעם "נתקבל", ווי שפעטער אויסגעשמועסט. {פלעשבעק צו תשע"ט: אלע איינגעשריבענע זענען אנגענומען געווארן, עס זענען געווען 5 אידישע ארעסטאנטן - מיר וועלן זיי אלע געבן צונעמען פאר אידענטיפיקאציע צוועקן - "דער חסיד", "דער ליטוואק", "דער בחור", "דער רוסישער", און "דער אלטער". אויסערדעם איז מיטגעזיצן א גאנצן טאג א טונקל הויטיגער וואס מען זאגט אז ער איז נישט קיין איד, אבער ער וויל האבן די פריוויליגיעס פון אידישקייט, מען האט אים נישט גערעכנט צו מנין, נישט געגעבן קיין עלי', ניטאמאל פתיחת הארון (בשנת תש"פ: יא געגעבן פתיחת הארון). עס זענען געקומען 7 וואלונטירן, צוויי וואלונטירן פון וויליאמסבורג: "דער כהן" (א נעפיו פונעם "חסיד") און "דער כהן'ס חבר" [זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס זענען אריין מיט'ן שטריימל, אויך האבן זיי געהאט די מערסטע דרייסטקייט, דער כהן האט זאגאר געבעטן פונעם גארד מוצאי יו"ק נאך מעריב אלס א דרך אגב אז מען זאל אונז ארויסלאזן אין הויף צו מאכן קידוש לבנה... א זאך וואס וואלט אונז נישט בייגעפאלן צו פארלאנגען. היי יאר איז שוין דאס ארויסגיין אין הויף געשטאנען קלאר און דייטליך אויפ'ן רשות צעטל, נאר ליידער איז קיין לבנה נישט געווען], צוויי ברידער: "דער בעל מוסף" (פון לעיקוואוד) און "דער בעל מנחה" (פון וומ"ס), נאך א וואלונטיר פון וויליאמסבורג: "דער גבאי" (אויך "בעל פסוקי דזמרה" און "מוצאי יו"ט מעריב בעל תפילה"), און צוויי וואלונטירן פון מאנסי: "מיין שאופער" און "אני הקטן" ("בעל כל נדרי")]. -- היי יאר האט מען פארלוירן "דער אלטער" ארעסטאנט, וויבאלד צוליב זיין שוואכקייט געפונט ער זיך אין שפיטאל. אבער אויף זיין ארט איז צוגעקומען א פרישער ארעסטאנט, וועמען מיר וועלן רופן "דער רייכער". [אינטערעסאנט, דער אלטער איז אויך א כהן, און בלויז איינער פון די תשע"ט וואלונטירן איז א כהן, תש"פ האט מען יענעם נישט אריינגעלאזט, קומט אויס אז ווען נישט דער "רייכער" ארעסטאנט וואלט מען נישט געקענט דוכנ'ען].

עטליכע טעג בעפאר יום הקדוש האב איך מיך אנגעהויבן זארגן אז עס איז צו שטיל, פאראיאר אזא צייט האבן מיר געמאכט א שטיקל "אימעיל גרופע" זיך צו האלטן אינפארמירט מיט אלע פלענער, און היי יאר הער איך גארנישט. נאך אן אנפראגע דערוועגן בין איך געוואויר געווארן אז רוב פון די וואלונטירן האלטן זיך פארבינדן דורך "וואטסעפפ". נו שוין, איך האב דאס נישט, און אפילו ווען איינער פון די ארגאניזירער האט זיך אנגעטראגן מיר צו העלפן דאס פארשאפן, האב איך געזאגט אז איך קום שוין פון דארט, ווען אינמיטן זומער האב איך צוליב א סיבה דאס פארשאפט אויף איין טאג, און איך בין נישט אנציקט געווען דערפון. האב איך אויפגעזוכט די פאריעריגע "אימעיל גרופע" און דארט געשריבן אביסל, און דער עולם האט מיר צוריקגעשריבן אלע לעצטע דעטאלן. שטעלט זיך ארויס אז נישט אלע אפליקאנטן זענען שוין באשטעטיגט, און מען ארבעט שווער אז די לעצטע פאר זאלן אויך באשטעטיגט ווערן. איך האב קלארגעשטעלט אז אויב עס איז נישט דא קיין מנין, איז דער גאנצער פלאן אויס, איך בין זיכער אז על פי הלכה האט נישט קיין פשט אוועקצוגיין פון א מנין כדי צו דאווענען ביחידות מיט אידן אין תפיסה (הגם, "דער כהן" האט געמאלדן זיין גרייטקייט צו גיין אזוי אויך, כדי מחזק צו זיין די ארעסטאנטן. למעשה איז ער בכלל נישט געווארן אנגענומען).

דער טאג פון ערב יום הקדוש דערגרייכט, און עס הערשט א שטארקע אומקלארקייט איבער די פלענער פאר'ן הייליגן טאג. פון איין זייט קומט א מעלדונג אז "דער רבי" (טשאפלעין פון תפיסה, א חשוב'ער רב אין מאנסי) האט געמאלדן זיין גרייטקייט צו קומען משלים זיין דעם מנין אויב עס איז דא 9 אידן, דאס האט אריינגעברענגט א שמחה ביי די גרופע וועלכע האבן ארויסגעקוקט צו וויילן א יוה"ק במחיצת דעם רבי'ן, וועלכער קען זיכער באקוועמער מאכן דעם מצב פאר אלע אנוועזנדע און אויסגלעטן סיי וועלכע פראבלעם עס קומט אונטער, אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר נאך אפילו נישט געהאלטן ביי 9 באשטעטיגטע.

דערווייל איז דער מנין באשטאנען פון 5 ארעסטאנטן (דער חסיד, ליטוואק, בחור, רוסישער און רייכער) און 3 דרויסנדיגע (דער גבאי, דער שאופער, און אני הקטן).

איינגעשריבן האבן זיך נאך 4 וואלונטירן (דער בעל מנחה, דער כהן, דער כהן'ס חבר, און אנשטאט דער בעל מוסף זאל זיך אליינס באטייליגן, האט ער היי יאר גע'פועל'ט ביי זיין פעטער "דער וואלונטיר" - א באקאנטער וואלונטיר פאר מערערע וואוילטעטיגע ענינים, בפרט פאר אידן אין תפיסה - זיך איינצושרייבן), אבער זייערע צעטלעך זענען עפעס פארהאנקערט געווארן ביי די אינסטאנצן (מפי השמועה: צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געמאלדן אז זיי האבן שוין באזוכט דעם תפיסה אין די פארגאנגענהייט, דאס האט אנגעצינדן א רויטע לאמפ ביי די באהערדע).

איך האב מיך געלייגט די נאכט פון ערב יוה"ק מיט א שטיקל פיבער (גענומען טיילענאל) און אויפגעשטאנען א שעה שפעטער ווי געפלאנט (באמערקט נאכדעם אז דער וועקער זייגער איז בטעות אנגעשטעלט געווארן אויף 5:00 נאכמיטאג), דער פיבער איז פארביי ב"ה, אבער א לויזע מאגען האט מיך געשטערט פון אנגיין געהעריג מיט'ן סדר היום. איך האב אנגעהויבן מיט א מקוה, דאן כפרות שלאגן (ביי ניקלשבורג, כמעט ליידיג געווען), דאן סליחות (אין מיין לאקאלע שוהל, 7:10) דאן שחרית (דארט, 8:10), צווישן יעדע זאך און די אנדערע האב איך געדארפט אהיימלויפן צוליב מיין לויזע מאגען. איך האב שוין אנגעהויבן קלערן אויב עס וועט טאקע זיין בעסער פאר מיר צו פארברענגען יום הקדוש לאקאל, נאנטער צו מיין בעט, אן קיין ברעטל. אבער ווי שפעטער אין טאג האט זיך דער מאגען ב"ה ערהוילט, און עס איז יתכן אז די גאנצע זאך איז בלויז געווען א סימפטאם פון די אומקלארקייט וואס האט געהערשט איבער די פלענער אויף יוה"ק.

דער סדר היום אויפ'ן טאג איז געווען פארנומען, ווי אין יעדע אידישע שטוב, מ'דארף פראווענען צוויי סעודות, גיין אין מקוה, דאווענען מנחה, בענטשן די קינדער, אנגרייטן דעם שטוב אויף יוה"ק, אפברענען ליכט, אנגרייטן א געזונטע ליכט, און אזוי ווייטער. איין וויכטיגע זאך וואס אין די פארגאנגענע יארן האט דאס פארנומען א שיין שטיקל צייט, איז אבער ארויסגעשניטן געווארן מיט'ן זיך אוועקציען קיין מאנסי: דאס אריבערגיין פערזענליך צו די אור עלטערן און זיי פונקט כאפן אין א גוטע מינוט צו בענטשן אלע קינדער. שוין א יאר-צוויי בעפאר'ן זיך אוועקציען האט מען דאס שוין ארויפגערוקט אויף יום י"ג מדות, נאכ'ן זעהן ווי די טייערע ערב יוה"ק צייט צורינט מיט דאס גיין און קומען און ווארטן אויף זיידע און באבע, און די לעצטע צוויי יאר האט מען יוצא געווען מיט "לשנה טובה" וואונטשן ר"ה ביינאכט, ווען מיר געפונען זיך יא אין וויליאמסבורג און גייען אריבער פערזענליך צו אלע זיידעס און באבעס.

מיין פלאן איז געווען צו מאכן דעם ערשטן סעודה גאר פריה, כדי צו קענען גיין אין מקוה פרי און דאווענען מנחה פרי און זיין גרייט אין פאל מען דארף פארן קיין ..., וואו עס געפונט זיך דער ... תפיסה. למעשה, האט מען זיך הערשט געוואשן צו די ערשטע סעודה ביי חצות היום (12:37 בערך), און זיך געדארפט גאר שטארק איילן, ווייל מיינע 2 בחורים האבן אויסגעקליבן אריינצופארן צו מיינע עלטערן אויף יוה"ק, און דער לעצטער באס האט פארלאזט מאנסי אום 1:15. מען האט שנעל סערווירט די פיש, זופ, פלייש און קוגל, און איך מיט מיין איידעם האבן זיך מצרף געווען צו די בחורים'ס מזומן, און זיי זענען געפלויגן מיט א קאר סערוויס צום באס און עס פונקט געכאפט.

נאך איידער די סעודה האב איך שוין אפגעשניטן די נעגל (אינטערעסאנט, געווענליך שערט מען די נעגל דוקא נאך די מקוה, אבער עיוה"ק איז מען מקפיד אויף חציצה ביי טבילה, טוהט מען דאס פארדעם, און אז מען טוהט דאס פארדעם, האב איך שוין געוואלט זיין אנע חציצה ביים זיך וואשן די הענט צו די סעודה - - א זאך וואס איך האב געזען אין די הנהגות פון הגר"א לייטנער זצ"ל אז ער פלעגט טוהן יעדן ערב שבת, זיך שערן די נעגל בעפאר פרישטאג), און איידער איך בין געגאנגען אין מקוה האב איך מיר אויסגעקעמט די בארד און פיאות פון חציצות, און אויף 1:35 בין איך שוין געווען אין מקוה. נאך אינעם בור האב איך שוין באמערקט מיין דורכפאל, צוליב יאגעניש האב איך פארזעהן איין נאגל! נו שוין, אין דעם קורצן אנגעצויגענעם טאג וועל איך מוזן טרעפן צייט צו גיין נאכאמאל אין מקוה. [אגב, אין די פריערדיגע יארן פלעג איך כאפן א טבילה ביי זמן ליכט צינדן און פון דארט גיין אין שוהל, שפעטער האט שוין נישט די צייט עספיהט דערצו, ווייל איך האב געמוזט לויפן אין שוהל א ווייטע וועג, טראגנדיג חפצים אין די הענט, צומאל נעמנדיג א קאר סערוויס]

די גאנצע צייט בין איך 'געזעצן אויף שפילקעס', בליקנדיג אויף מיינע אימעילס אויב עס איז דא עפעס פרישע נייעס וועגן יום הקדוש. מיין איידעם האט זיך געוואונדערט צו הערן פון מיר נאך די סעודה אז מיינע פלענער זענען נאך אלץ מוטל בספק, שטייענדיג געציילטע שעה איידער כניסת היום הקדוש.

נאך די מקוה האב איך געכאפט דעם 2:00 מנין מנחה (אין לאקאלן שוהל), און מתפלל געווען א באזונדערע תפילה "ינחנו במעגלי צדק למען שמו", וואו אימער עס איז באשערט איך זאל וויילן יום הקדוש זאל עס זיין מיט הצלחה, איך האב ביי שמע קולינו געזאגט תפלת הדרך על תנאי... אהיימקומענדיג בין איך שנעל געלאפן קוקן מיינע אימעילס, אבער גארנישט האט זיך גערירט, מ'ווארט נאך אויף באשטעטיגונג פאר מינימום איינער פון די אומבאשטעטיגטע אפליקאנטן, וואס דאן וועט זיין מנין מיט'ן "רבי'ן" אינאיינעם.

2:44 האב איך באקומען א פרייליכע טעקסט מעסעדזש "מזל טוב באשטעטיגט", איך בין געלאפן צום אימעיל און געוואויר געווארן אז דער בעל מנחה מיט דער וואלונטיר זענען אנגענומען געווארן און עס איז דא "פונקט מנין"!

יעצט דארף מען שנעל שנעל אויסארבעטן די ווייטערדיגע פלענער. מיין פאריעריגער דרייווער "דער שאופער" האט געמאלדן אז ער געפונט זיך אין וויליאמסבורג און לאזט זיך יעצט ארויס קיין מאנסי מיך אפצונעמען. צוליב מאנגל אין צייט האט ער געבעטן איך זאל צופארן צום טרואוועי מיט א צווייטן דרייווער, א משפחה מיטגליד פון "דעם חסיד" אין תפיסה (יענער האט נישט געהאט קיין צייט, און מיר אנשטאט געברענגט געלט צו נעמען א קאר סערוויס).

איך בין שנעל געלאפן אין מקוה לכבוד היום, נישט איידער איך האב באשלאסן אויך צוצושניידן אביסל די פיס נעגל... נאך די מקוה האב איך שנעל צוזאמגענומען מיינע חפצים און אנגעהויבן בענטשן די קינדער. די בחורים האב איך שוין אפגעבענטשט איידער זיי זענען געפלויגן צום באס, די פארהייראטע טאכטער האט מען שנעל אריבערגערופן (דעם איידעם האט מען געזעגנט אונטערוועגנס דורכ'ן טעלעפאן, אקוראט ווי פאראיאר אלס חתן), און די קינדער אין שטוב האט מען איינס ביי איינס געבענטשט לויט די סדר פון זייער גרייטקייט, נישט לויט דעם עלטער ווי אין געווענליכע יארן.

איך האב געכאפט א רענצל און אנגעהויבן אריינשליידערן אלעס פון מיין ליסטע וואס איך האב אפגעשריבן די לעצטע מעת-לעת: קושן, דאכענע, ליילעך, נאכט קליידער, טלית, קיטל, ווייסע גארטל, מחזור, תהלים, געזונטע ליכט (דעם ליכט פון שטוב האב איך אנגעצינדן איידער'ן ארויסגיין, מען נעמט אבער מיט נאך איינס פאר נר ששבת), 2 ליכט (פאר הבדלה - נישט אויסגעפעלט, דער גבאי האט געברענגט א געהעריגע הבדלה), שוועבל, גרעיפ דזשוס (אין א סעלצער פלעשל, גענוג פאר איין בעכער), מזונות אויף אויסצופאסטן, יו"כ שיך (נאכ'ן איבערקוקן פון לעדער - ווי דער מעורר אויפ'ן דבר יום ביומו האט פארפירט), א פעקל צושניטענע פאפיר פארן ביה"כ פונעם מאביל, א שאכטל נאז פאפיר פאר'ן "בית המדרש", ואחרון אחרון חביב דער "פאספארט" וואס אנדעם איז נישט דא וואס צו רעדן.

איך האב מיך שנעל געוואשן צו סעודת המפסקת, געגעסן חלה און זופ און געבענטשט, נישט איידער'ן זיך אויסנעמען אז מען וועט נאך מעגן עסן און טרונקן שפעטער. אריינגעשליידערט אין א זעקל די מזונות מיט א פלאש סעלצער און אפאר גלעזלעך, גערופן א קאר סערוויס און ארויס אין גאס מיט די באגאזש. אין די לעצטע מינוט האב איך געבעטן מען זאל מיר אראפברענגען פון שטוב דעם "מעיל", ווייל עס האט געהייסן א רעגן אויף יום הקדוש, און מיר וועלן דארפן גיין א וועג פון 10 מינוט צווישן די תפיסה און מאביל. שוין זיצנדיג אין קאר רופט מיך אריין דער בעל מנחה אז ער האט פארגעסן צו נעמען א טלית, איך זאל מיטנעמען אן איבריגע. איך האב געבעטן דעם דרייווער זיך אומצוקערן און געבעטן מען זאל מיר אראפברענגען דעם וואכנדיג טלית. איך האב געזאגט פאר'ן גוי'אישן דרייווער צו פארן צום "קראון פלאזא האטעל" וואו מיר האבן אפגעשמועסט זיך צו טרעפן מיט דער שאופער, דער קלאץ האט מיך אבער געפירט צו א צווייטע האטעל נישט ווייט דערפון, און דער שאופער האט מיך דארט אויפגעזוכט און אפגענומען. געגעבן פאר דעם דרייווער 11 דאלער פון די 20 וואס איך האב באקומען פאר די רייזע (9 דאלער פאר די וועג, און 2 דאלער פאר דעם וואס מען האט זיך צוריקגעקערט נאכ'ן אפרייזן איין בלאק). די רעשטע פון די געלט האב איך צוריקגעגעבן פאר א צווייטן משפחה מיטגליד פון "דעם חסיד" וואס האט מיך אהיימגעפירט מוצאי יום טוב ווי שפעטער אויסגעשמועסט.

עס איז געווען ארום 4:15 - ווייניגער ווי 2 שעה צום זמן הדלקת הנרות - ווען איך האב מיך אריינגעפעקלט צו דער שאופער אין קאר "ויסעו". אונטערוועגנס זענען מיר געווען פארבינדן מיט די אנדערע גרופעס וואס זענען געקומען צו פארן, דער בעל מנחה און דער וואלונטיר האבן אפגענומען די מאביל הייזער ערגעץ אונטערוועגנס, און דער גבאי איז געפארן מיט זיין קאר (אויף די קלוגע טעלעפאן פון דער שאופער האבן מיר געקענט זעהן וואו די אנדערע אויטאס געפונען זיך. [*פלעשבעק צו תשע"ט: ערב יום הקדוש האט "דער רבי" מיך אנגערופן איך זאל קומען צו זיין שוהל אפנעמען א ספר תורה פאר די תפיסה, איך בין געפארן מיט א זוהן פון "דער חסיד" אין תפיסה אפצונעמען דעם ספר. עס איז געווען א גרויסע ספר תורה, איינגעהילט אין א טלית, ווען מען איז געגאנגען "פתיחה" האט דאס באדייט "אויפוויקלן דעם טלית"... היי יאר האט דער וואלונטיר געבארגט פון א איד א נגיד אין וומ"ס ראמ"ש א קליינע ספר תורה'לע וואס איז געקומען אין א לעדערנע האלטער מיט א פרוכת'ל, האט מען געקענט געהעריג גיין פתיחה. מוצאי יוה"ק תשע"ט האב איך אפגעטראגן דעם ספר צום רבי'ן מיט די קאר פון דער שאופער, דער רבי האט דאן געהערט פון אונז א באריכט איבער'ן גאנצן סדר היום מבואו ועד צאתו. היי יאר איז דער גבאי געווען דער פארבינדונגסמאן צווישן די גרופע און דעם רבי'ן].

אונטערוועגנס האב איך אויסגענוצט די צייט צו אנרופן מיינע עלטערן, שוויגער-עלטערן, דער מקבל פון מיין ניר, און אלעמען אנוואונטשן א גוט יאר און א גמר חתימה טובה, איך האב באקומען א טעלעפאן רוף פון מיין איידעם ווי ערווענט, און אויך פרובירט צו רופן מיין זיידע-באבע (אינאיינעם מיט מיין ב"ב אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל) אבער זיי זענען נישט געווען צום האבן. {-הוספה ביים איבערגיין דעם טאגבוך, א' דברים תש"פ: ווייטאגליך ביז גאר, דער לעצטער עיוה"ק פונעם זיידן זצ"ל, און ניטאמאל אויפ'ן טרייבל האט מען אריינגעכאפט זיך צו געזעגענען}

אזוי זענען מיר געפארן ארום א דריי-פערטל שעה, ביז מיר זענען אנגעקומען צו די ... טורמע. מיר האבן אלע איינס ביי איינס אריינפארקירט אינעם גרויסן באזוכער פארקינג לאט, און דערווייל איז דער גבאי מיט דער בעל מנחה אריין צום פאדערשטובל אנפרעגן ביי די וועכטער וואו מיר ברויכן פארקירן די מאביל הייזער. [*פלעשבעק: תשע"ט האבן מיר זיך געמוטשעט צו טרעפן א פלאץ פאר די מאביל הייזער, ערב יום הקדוש איז א זוהן פון "דער חסיד" ארומגעפארן פון הויז און הויז און פרובירן באקומען רשות צו אראפשטעלן דארט די הייזער אויף א מעת לעת, נאכדעם וואס די טורמע באאמטע האבן נישט געלאזט אראפשטעלן די הייזער אויף זייערע שטחים. ווען עס איז ענדליך געלונגען צו טרעפן א פלאץ, האט מען זיך דערזעהן ארום א דריי-פערטל שעה אוועק פון די תפיסה, דאס מיינט א שפאציר מיט יו"כ שיך אין דער טונקל, און דערנאך א שפאציר צוריק יוה"ק אינדערפרי (און עס איז געווען א הייסע וועטער!). אויך האט דאס אפגעקאסט ארום 400 דאלער פאר דעם בעל הקרקע. אויך האט מען געדארפט מאכן עירובי תחומין (דער בעל מנחה האט אראפגעשטעלט א פלעשל פינאט באדער ערב יוה"ק, איך האב דאס אפגענומען מוצאי יוה"ק און געהאנגען אין די סוכה!). ב"ה תש"פ האבן די אינסטאנצן יא ערלויבט זיך צו קווארטירן אויף זייער באדען, דאס האט אונז איינגעשפארט גאר אסאך טריט און צייט].


המשך יבא אי"ה
אטעטשמענטס
טאגבוך יום הקדוש אין תפיסה.pdf
(237.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 586 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

50 בליקער, 0 רעאגירער
אפשר דארף איך ארויסשרייבן: קאמענטארן זענען ווילקאמען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13951
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאס אנרופן דעם ניר מקבל
איך שטעל זיך פאר אז סאיז געווען א קאלבעק
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15323
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שיין: כ׳וועל אי״ה קאמענטירן מארגן ווען איך וועל עס ענדיגן ליינען
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

Wow!
הרב לכאורה הערליך, גיי ווייטער מיט דיינע טאג ביכער עס איז א דערקוויקעניש
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

זייער זייער אינטרעסאנט און איפארמאטיוו
איך האב נישט געוויסט אז די מנהל האט א בריאלנטענע פעדער
איך האב זייער הנאאה געהאט
איך ווארט אויף די פארזעצונג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

זייער אינטרעסאנט, ווארטען מיר געשפאנט אויף די המשך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פאטאקי08 האט געשריבן: דאס אנרופן דעם ניר מקבל
איך שטעל זיך פאר אז סאיז געווען א קאלבעק

שוין אדורך א דריי-פערטל יאר, געדענק איך נישט דעם מציאות הדברים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20471
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה האט געשריבן: 50 בליקער, 0 רעאגירער
אפשר דארף איך ארויסשרייבן: קאמענטארן זענען ווילקאמען

אפדעיט:
100 בליקער, 7 רעאגירט
דאס איז זייער א גוטע ראטע קאנסידערינג ס'איז א הייסע זונטאג אין יולי ווען רוב ניו יארקער וואקאציענירן אין שוואוילטאגע....
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אלע באדאנקער

איך קלער אז מען זאל יעדן זונטאג ארויפשטעלן איין חלק (כ'האב אנגעהויבן מיט בערך א זעקסטל פונעם טאגבוך, וועט עס לויפן במשך 6 וואכן)
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

זײער שײן באשריבן.
אגב איך בין מקנא דײן חלק, מען דארף דאס קענען, און איך בין זיכער דײנע/אזעלכע תפילות האבן גאר גרױסע פראטעקציע אױבן..
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

שטארק אינפארמאיטוו,

ווי אויך איז יעדע שורה באזונדער א מוסר השכל, ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן,

געוויסע וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען צו אזא זאך, כאילו ס'נעמט אוועק ס'ערענסקייט,

אבער ווער ס'ווייסט, איז ואהבת לרעיך כמוך א מצוה, אפילו ערב יו"ה

@לכאורה, ביזט א לעבעדיגע מוסר ספר,

KMW האקט...
רט
The Divided States Of America
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לכאורה מיין שעצונג פאר דיר ווערט גרעסער מיט יעדער ארטיקל וואס דו שרייבסט.
הער שוין אויף שרייבן ווייל באלד גיי איך דיר שוין נישט קענען אנקוקען ווי מיינס גלייכן... נאר א ווערטל שטייצעך.
עס קומט אהיים
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

לכאורה האט געשריבן: יישר כח אלע באדאנקער

איך קלער אז מען זאל יעדן זונטאג ארויפשטעלן איין חלק (כ'האב אנגעהויבן מיט בערך א זעקסטל פונעם טאגבוך, וועט עס לויפן במשך 6 וואכן)

זעהר שעהן.
מיר ברויכן יעדן זונטאג א חלק פון אייערע הערליכע שרייבונגען און איבערלעבענישן.
דאנקע שעהן
החדש הזה לכם ראש חדשים
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'נישט צום גלייבן, וואספארא בעל חסד דער לכאורה איז.

ס'ווערט באשיינפערליך נתקיים ביי אים "מצוה גוררת מצוה", ווען אין גרויסע חסד שלעפט דאס צווייטע. וואויל איז דיין חלק בזה ובבא.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סטיטשינער האט געשריבן: לכאורה מיין שעצונג פאר דיר ווערט גרעסער מיט יעדער ארטיקל וואס דו שרייבסט.
הער שוין אויף שרייבן ווייל באלד גיי איך דיר שוין נישט קענען אנקוקען ווי מיינס גלייכן... נאר א ווערטל שטייצעך.

חחח
איך האב שוין לאנג אויפגעהערט... כ'ליידיג נאר אויס אביסל די ארכיוון מפעם לפעם
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יעצט געזען דעם אשכול. געלייענט אין איין אטעם און הנאה געהאט פון דיין פונקטליכקייט און געשמאקע פעדער.

הערליך הערליך און העכסט אינטערעסאנט!! ווארטן מיר צו לייענען ווייטער.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

זייער אינטערסאנט
קיינמאל נישט געוויסט אז מברויך שניידן די נעגל פארן טבילה און באקומען די יו״כ שיך פאר לעדער..
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ראש חדשים האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: יישר כח אלע באדאנקער

איך קלער אז מען זאל יעדן זונטאג ארויפשטעלן איין חלק (כ'האב אנגעהויבן מיט בערך א זעקסטל פונעם טאגבוך, וועט עס לויפן במשך 6 וואכן)

זעהר שעהן.
מיר ברויכן יעדן זונטאג א חלק פון אייערע הערליכע שרייבונגען און איבערלעבענישן.
דאנקע שעהן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס עפעס? האט געשריבן: זייער אינטערסאנט
קיינמאל נישט געוויסט אז מברויך שניידן די נעגל פארן טבילה און באקומען די יו״כ שיך פאר לעדער..

באקוקן*
היי יאר האט "המעוררים INC" געשריבן אין דבר יום ביומו אז די יום כיפור שיך וואס איך טראג קען זיין לעדער, דערפאר האט אויסגעפעלט דאס איבערצוקוקן

נעגל צוליב חציצה, לכאורה א דבר פשוט, ערב יוה"ק איז מען מקפיד אויף חציצה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליכע שריפט הרב לכאורה!!

דראמאטישע שילדערונג, נישט אויסגעלאזט קיין דעטאל!
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טענקס אסדר!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואס זאגט מיילעך בידערמאן?! %60 דאנקען %40 בעטען.. נא ווען קומט נאך??
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

הערליך! ווארעם! אידיש'ליך!

זייער הנאה געהאט צו ליינען!

אשריך וטוב לך!

באזונדער הנאה געהאט פון: רופן ניר-נדבן (פארוואס עפעס נאר א קאל-בעק. ער איז דאך עצם מבשרי); פינאט באדער אין די סוכה!

נ.ב. אויסדריקליך נישט מסכים צו ווארטן א גאנצע וואך בין פרק לפרק (דאס פאסט פאר מאגאזינען, וואס האבן מורא אז אנדעם וועט מען נישט קויפן די קומענדיגע אויסגאבע)
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עפעס זאגסטו, אונזער שטאב וועט אריינקוקן דערין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”