אזוי ווי עס איז זיך שוין פארלאפען א שטיק צייט פון ווען 'לכאורה' האט ארויף געשטעלט זיין טאג בוך, קלער איך צו שטעלן דא מיין געשיכטע. מיט זיין פולקאמע רשות.
מענין לענין וועל איך אויך מיטטיילן איין געשיכטע פון מיין יוה"ק איבערלעבעניש צווישן די טורמע ווענט. אבער איך וועל נישט אריין גיין אין פרטי פרטים כדרכו של 'לעחוירע', סיי ווייל איך בין נישט קיין טאג בוך שרייבער און אויך ווייל איך געדענק שוין נישט אלע פרטים, עס גייט צוריק מסתמא פינף/זעקס יאהר.
אונזער באזוך איז אויך געווען אין א מאקסימום זיכערהייט טורמע. אבער איינע פון די פרטים וואס איז אנדערש געווען פון 'לכאורה', אז אונזערע סערוויסעס זענען פארגעקומען ממש אינערהאלב די טורמע, אין א שטוב נעבן דער אפיציעלער טשאפל. בשעת מעשה האב איך נישט אין אכט גענומען, מיר האבן זיך געדרייט ממש צווישן די ארגסטע וואס די וועלט פארמאגט. דאס איז ווי אריין גיין ממש אינעם לייבן גרוב. איך האב אפגעכאפט אין זכרון די ארעסטאנט נומערן און עס נאכגעקוקט אדער סתם אזוי געמאכט אביסל ריסוירטש איבער ווער עס זיצט דארט, עס האט מיר ממש געכאפט א קדחת און נאכמער א רחמנות אויף די אידישע ארעסטאנטען וואס דארפן ר"ל זיצן צווישן אזעלכע געמיינע פארשוינען. איך בין אמאל געווען אום חוה"מ סוכות אין א מידיום סעקיוריטי טורמע, מיר האבן פארברענגט מיט די ארעסטאנטען בראש פונעם טשאפלען (דער זעלבער ווי דער פון לכאורה'ס תפיסה) אינעם סוכה, און דארט איז געזיצען אן עלטערער ברייט ביינערדיגער מאן וואס בשעתו האט די אידישע וועלט גערודערט (קליין גערעדט) מיט זיין פארברעך. למעשה אבער זיצן רוב מענטשן אין תפיסה פאר גארנישט, יעדער האט זיך זיין געשיכטע פארוואס ער זיצט דארט פאר גארנישט. עס דערמאנט די ווערטל פון יארמער רב, אז ער איז געווען באזוכן אין טורמע און ער פרעגט פונעם ארעסטאנט פארוואס ער זיצט ענטפערט ער פאר גארנישט, סתם מען האט זיך פארלייגט אויף איהם וכו', נו וויפיל דארפסטו זיצן - פרעגט ער איהם, פינף יאהר. דרייט ער זיך אויס צו א צווייטן און יענער מיט די זעלבע געשיכטע. דער דריטער האט געזאגט אז ער דארף אפזיצען צעהן יאהר. צעהן יאהר? פאר גארנישט באקומט מען דאך נישט מער פון פינעף יאהר...?!
אונזערע באזוכן זענען פארגעקומען דורכאויס ראש השנה, יום הקדוש, שמחת תורה, שבת חנוכה, שבת זכור א.נ. (דאכט זיך מיר אז שבת זכור בין איך נישט געווען, און שבת חנוכה האבן מיר געהאט נאך א באזונדערע געשיכטע וואס אכהמ"ל).
די געשיכטע וואס איך וויל מיטטיילן איז געווען די צווייטע יאהר וואס איך בין געווען א טייל פון די גרופע. יענעם יאהר איז עס ממש געווען לשם מצווה. ווייל קיינער פון די באטייליגטע וואלונטירן זענען נישט געווען ספעציעל פארבונדן מיט די ארעסטאנטען. נאר מיר האבן זיך באקענט פון די פריערדיגע יום טוב באזוכען און געשפירט אז עס איז ריכטיג אז מיר זאלן ממשיך זיין.
אונזער אכסניא איז געווען אינעם ווינטערייזד בונגעלא פון א וואוילטעטיגער נגיד, א מהלך פון כמעט א שעה וועג ביזן טורמע.
ערב יוה"ק זענען מיר אנגעקומען צייטליך בעפארן זמן, די ראביי פונעם תפיסה האט אונז דארט אפגעווארט צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט. מען האט אריין געטשעקט, מיטגענומען די ס"ת און עסן אויף אויס צו פאסטן. די אידענטיפיקאציעס האט מען געלאזט ביי די חברה און אלעס איז געפארן ווי געשמירט. מיר זענען דאך שוין געווען באהאווענט מיט די סיסטעם.
די 'כל נדרי' נאכט איז געווען גאר דערהויבן און בעפארן אהיים גיין האט דער'עולם איבערגעלאזט די טליתים און קיטלעך אינעם אפיס פונעם טשאפלעין, יעדער האט אנגעהאט די בעקישעס מיט וואס מען איז געקומען און אזוי אהיים שפאצירט די לאנגע רייזע. איך געדענק נישט פארוואס אבער איך האב יא מיגטענומען די קיטל.
לויט די באאמטע האבן מיר געדארפט זיין צוריק אום 9 אזייגער. אבער מיר האבן געמאכט א חשבון, אז היות די וועג איז זייער לאנג, איז אנשטאט מיר זאלן צוריק גיין ביי פאזע (ווי מיר האבן געטוהן פאראיאר), וועלן מיר ענדערש קומען שפעטער און אנפאנגען דאס דאווענען נאך צעהנע.
וכך הוה, מיר קומען אן דעם אנדערן צופרי עטוואס נאך צעהנע, אבער די באערדע לאזן אונז וויסן אז היות מיר זענען שפעט קענען מיר נישט אריין גיין. האבן מיר אבער גע'טענה'ט אז מיר האבן דאך רעכט אויף די גאנצע טאג, און איצט איז די צייט פון סערוויסעס, איז עס דאך נישט זייערע געשעפטן ווען מיר קומען. נאך א לענגערע אמפערייען און נאכן זיך פארבינדען מיטן וואורדען האט מען באשטעטיגט אז יא, מען קען אריין.
שטעלט מען זיך אין די רייע, אבער דא שטעלט זיך אויס אז זיי האבן געמאכט אן ערנסטער גרייז. נעמליך, אז די אכט וואלונטירן זענען פארשריבן געווארן ביי זיי אין צוויי טיילן, אז האלב זאל אריין ביינאכט אין די אנדערע גרופע צופרי. דער אגענט פון ביינאכט האט עס זעהט אויס פארזעהן, ווייל דאס איז קלאר געווען אזוי באשטומט, מיר האבן געזעהן די רשימה שווארץ אויף ווייס. זענען מיר איצט געווען אין אן ערנסטע דילעמע.
אריין לאזן נאר האלב, איז דאך פשט אז מיר וועלן צושפליטערן די מנין, אז נישט אונז און נישט זיי וועלן האבן מנין. מיר האבן געשטעלט א ווידערשטאנד, אבער ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן. דערווייל איז יוה"ק צופרי, די זייגער רוקט זיך און מיר האלטן נאך אין ערגעץ נישט. מיר האבן נישט געקענט אנטשיידן וואס צו טוהן.
למעשה, האבן זיי אונז אנגעזאגט אומצוויידייטיג אז מיר קענען נישט בלייבן דא, אדער לאזן מיר אריין העלפט גרופע, אדער פארלאזן מיר דאס ארט זאפארט.
האבן מיר געקלערט, אז היות אונטערוועגנס האבן מיר געזעהן אז אין א געוואוסע קעמפ איז דא א פארזאמלונג פון מענטשן, וועלן מיר גיין אהין דאווענען קודם שחרית און מ'וועט זעהן וואס צו טוהן ווייטער.
מיר האבן שוין געהאלטן נאכן שפאצירן א וועג פון א שעה צייט אין א רעגנדיגער מצב. פארפעניעט כמעט א שעה ביי די טורמע איינגאנג, און איצט דארפן מיר צוריק שפרייזן איבער א האלבע שעה וועג. מיר האבן זיך געטראפן אין יענעם קעמפ בערך איינס אזייגער אינעם הייליגסטען טאג פון יאהר, נאך בעפארן דאווענען...
מיר האבן אויסגעפונען אז בהשגחה פרטית, איז דער ראביי פונעם טורמע א טייל פונעם ארטיגען מנין דארט אין יענעם קעמפ. האבן מיר איהם דערציילט די געשיכטע און געבעטן אז מען זאל אונז פארשאפן טליתים אז מיר זאלן קענען דאווענען.
מיר זענען געווען אכט חברה, און די ארטיגע געסט האבן אריין געשיקט צו אונז נאך צוויי בחורים משלים צו זיין מנין. אזוי האבן מיר געדאווענט. נאך א מזל אז איך האב געהאט א קיטל, אבער די אנדערע האבן געדאווענט מיט די טליתים אויף די בלויזע העמדע (צוליב די הייסע קלימאט אינעם טורמע צעל האט מען נישט מיטגענומען די בעקישעס).
מען האט מצמצם געווען די מחשבות אין אריין אינעם יום כפור מאוד. דער ש"ץ איז צוגעגאנגען צו ברכות און מען האט זיך געשטעלט דאווענען. איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי מיין קאפ האט געשאסן ווי א קאנאן, ס'איז שוין האלב טאג, מען פאסט, מען האלט שוין נאכן גיין א וועג פון באלד צוויי שעה אין קראקס. אבער ס'איז יום כפור אויף דערוועלט.
דערווייל וואס מיר האבן דארט געדאווענט בחפזון, האבן מיר נישט געוואוסט אז דער ראביי האט געהויבן פיס און געלאפן צום טורמע. ער האט געשטורעמט די אפיסעס און נאך לאנגע אינטערווענצען האט מען מודיע געווען אז מען ערלויבט אונז צוריק.
ווען מיר האבן געענדיגט שחרית איז דער ראביי געווען צוריק און אונז געמאלדן אז מיר דארפן זיך שוין לאזן אין וועג אריין. מיר האבן זיך געשטעלט מוסף נאך 4 אזייגער. די ארעסטאנטען האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געשעהן מיט אונז, זיי האבן געווארט און געווארט.
אני הקטן בין געווען בעל מוסף, נאכן גארגלען אביסל האב איך שוין באמערקט אז די זייגער רוקט זיך גאנץ שנעל פאראויס און מיר קענען נישט אויפהאלטן קיינעם.
עטליכע מינוט נאכן זמן האט מען געבלאזן שופר און אויסגעפאסט.
איי איז דאס געווען א יוה"ק צום געדענקן. מיר האפן נאר אז אונזער עבודת היום האט אויפגעטוהן למעלה וואס עס האט געדארפט.