Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.
אוי, שוין נישטא?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.
שבתי בוים האט געשריבן:
פלעגט זיין בחורים וואס פלעגן נאכלויפן רבי שמעי ביזן קאר און אים אויפהאלטן. כמדומה אז שפעטער האט זיך עס אויפגעהערט.
הגות תבונות האט געשריבן:אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.
אוי, שוין נישטא?
שמואל בארג האט געשריבן:הגות תבונות האט געשריבן:אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.
אוי, שוין נישטא?
קאראנע ה"י.
אוראייניקל האט געשריבן:
כ'הייב שוין אן צו כאפן במה דברים אמורים...
הגות תבונות האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:
כ'הייב שוין אן צו כאפן במה דברים אמורים...
וואס מיינסע צו זאגן?
אוראייניקל האט געשריבן:
כ'הייב שוין אן צו כאפן במה דברים אמורים...
לכאורה האט געשריבן: געדאוונט שבת מיט'ן מנין פונעם ליזענסקער רבי'ן, און עולה געווען אינעם ס"ת וואס אויפ'ן מענטל שטייט "ס"ת המיוחס לבעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע"
וואלט איינער געוואוסט ווי קראנט דאס איז?
נארמאליזעם האט געשריבן: הער איך אז די רביס זוהן פון טאהש גייט מופן אויף מאנסי און איבערנעמען די ישיבה
שבתי בוים האט געשריבן: חול המועד האב איך עטוואס צייט וועל איך אביסל שרייבן נאר זכרונות (בעיקר איבער די דרכי הלימוד במשנת רבי שמעי' ועוד):
כ'האב שוין דערמאנט אז רבי שמעי' פלעגט קיינמאל נישט נאכזאגן פון שפעטערע אחרונים וגדולי ראשי ישיבות. בכלל האט ער קיינמאל נישט ראמאנטיזירט קיין לומדות, ער האט זעלטן ווען נאכגעזאגט סתם באקאנטע לומדישע קשיות אדער ישיבישע רייד אבי צו רעדן לומדות לשם לומדות. ער האט זיך קיינמאל נישט געשטעלט אויפ'ן רמב"ם אין דער סוגיא נאר זיך געהאלטן צום בלאט. אזוי אויך האט ער זעלטן ווען נאכגעזאגט א רבי חיים סתם אבי צו דרייען מיט'ן פינגער, נאר טאקע טאמער ס'איז אריינגעקומען אין די סוגיא.
האלב שיעור האט זיך פונקט אזוי געקענט דרייען ארום דקדוקים און חשבונות פון מהר"ם און מהרש"א און דאס האט געקענט זיין אפילו אינמיטן די זאפטיגסטע לומדישע סוגיות. ווען מיין מיול"ח האט מיך געדארפט פארהערן האב איך מיך צוגעגרייט די סוגיא פון "המקדש בשטר", האב איך געמוזט פשוט אוועקשניידן א האלבן שיעור וואס האט זיך געדרייט מיט פשוטע דקדוקים אין די סוגיא ביז מ'איז אנגעקומען צו די זאפטיגע חשבונות אין די ראשונים.
אין האומר האט רבי שמעי' זייער אסאך געפילעוועט אין חידושי הרי"ם וואס איז זייער מאריך דארט.
פון ר' לוי יצחק האב איך געהערט אז ר' גדלי' שאר האט געזאגט, כמדומה אז ער האט עס געזאגט לגבי נעמען א בחור פאר אן איידעם, אז ס'ארט אים נישט אז א בחור איז פארנומען מיט'ן זעלבן שטיקל חידושי הרי"ם פאר א גאנצן טאג (אפשר האט ער געזאגט אפילו די גאנצע וואך) דער עיקר איז זיין קאפ זאל טראכטן אין לערנען.
רבי שמעי' האט געקענט נעמען צוויי ווערטער אין חזון איש וואס ער דערמאנט בהבלעה און עס אויפבויען אין אזא זאפטיגע לאגישע סברא אז מ'האט געקענט שפרינגען.
איין ביישפיל איז געדענק איך יעצט ווי ס'איז דא א קשיא פון חזון איש פארוואס דער חיוב פון רגל זאל נישט זיין קיין תולדה פון אש, און דער נפקא מינה להלכה וועט זיין אז מ'וועט קענען מחייב זיין משום רגל ברה"ר. איז דא דארט א האלבע שורה אין חזון איש (בבא קמא סי' י"א אות י"ד) וואו ער זאגט "שגזירת מלך הוא שלא ליחייב רגל משום אש". רבי שמעי' האט דאס אויפגעבויעט אלס א גאנצע געדאנק און אזוי מין זיס מסביר געווען, אז די סיבה פארוואס אויף רגל איז נישטא קיין חיובי אש איז נישט ווייל ס'שטימט נישט מיט די גדרים פון אש, נאר ווייל ס'איז רגל… אין אנדערע ווערטער, הא גופא וויל דיר די תורה זאגן אז א חיוב אש בצורת רגל זאל נישט האבן קיין חיוב אין רה"ר און ס'זאל פאלן אונטער נייע גדרים פון חיובי רגל...
רבי שמעי' האט בכלל געהאט א תאווה צו משלב זיין די וועלט פון רבי ברוך בער און די וועלט פון חזון איש וואס טראץ בחיצוניות זעט זיך אויס ווי די צוויי געהערן צו צוויי אנדערע פלאנעטן איז אבער ברבות הימים האט זיך געקענט דאכטן ווי זיי רעדן ממש איין שפראך.
בפרט האט ער עס געטון אין פ' כיצד הרגל, וואס בכלל איז דער חזון איש אויף בבא קמא זייער ישיבי'ש געשטימט.
פון רבי לוי יצחק האב איך (כמדומה) געהערט אז ווען דער חזון איש האט געענדיגט שרייבן זיינע חידושים אויף בבא קמא, האט ער געזאגט, נא, א מתנה פאר די ישיבה וועלט. אנדערע שרייבן אז בחורים פלעגן אריינקומען רעדן מיט'ן חזון איש אין מסכת בבא קמא איבער די לומדישע רייד וואס מ'האט גערעדט אין ישיבה און דערפאר האט עס געהאט א השפעה וויאזוי זיינע חידושים האבן זיך אויסגעפארעמט.
ווען מ'האט געפרעגט א גוטע קשיא, פלעגט זיך רבי שמעי' קענען געבן אזא זינק איין די קאפ און א פארטראכט און דעמאלט איז ער פשוט נישטא געווען. האסט געקענט ווייטער רעדן און ער האט נישט געהערט מיט א ריכוז וואס איך האב קיינמאל נישט געזען בעפאר. אזוי איז ער געווען פארזינקען פאר אייניגע מינוטן און דערנאך האט ער זיך געגעבן ווי א וועק אויף מיט א שמייכל און זיין פנים האט געשיינט ווען ער גיט א קלארן ביאור אויף די געפרעגטע פראגע.
טראץ וואס רבי שמעי'ס שיעור איז געווען זייער טיף, איז אבער ווען מ'איז צוגעגאנגען רעדן מיט אים נאכ'ן שיעור האט מען געזען אז וואס ער האט דערמאנט ביים שיעור איז ממש נאר ווי די שפיץ אייזבארג און די גאנצע שיעור איז בלויז רמזים פאר פארצווייגטע חשבונות און סברות.
שבתי בוים האט געשריבן: חול המועד האב איך עטוואס צייט וועל איך אביסל שרייבן נאר זכרונות (בעיקר איבער די דרכי הלימוד במשנת רבי שמעי' ועוד):
ווען מ'האט געפרעגט א גוטע קשיא, פלעגט זיך רבי שמעי' קענען געבן אזא זינק איין די קאפ און א פארטראכט און דעמאלט איז ער פשוט נישטא געווען.