גראבט גריבערהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:03 am
Looserהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:57 am
סאטמאר מהרי"י
תתחדש: ישיבה "תורת משה" סאטמאר מאנטריאל אונטערגעשריבן קאנטראקט אויף היסטארישען מקח פון דרייסיג טויזענט סקווער פיס געוועזענע בנין בית אסתר פאר די ישיבה
תלמידים והורי התלמידים ישיבה "תורת משה" מאנטריאל גרייטן זיך אנטקעגן צו קומען די הנהלת הישיבה ביי מאסיווע קאמפיין אין די טעג פונעם יומא דהילולא פון כ"ק הגה''צ הדומ''ץ ור"מ זצ''ל
וואו איך פארשטיי זענען שוין דו בחרים דארט פון קאוויד נאר יעצט האט מען פארקויפט פאר זיי.
בין איך נייגעריג אויב מ'עסט נאך ליל שבת דו סעודה ביי בעלי בתים?
איש מלחמההאט געשריבן:↑מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:35 pm
געדענק איך פורים רב ?? קרויס. דאכצעך פון לאנדאן.
איינער האט מיר אריינגעשיקט די כתב הכתרה פון חשובן פורים רב ר'שמואל מנחם קרויס. דאכזיך אז ער איז א נעפיו פון דיין זצ"ל.
די חותמים אויף די הכתרה זענען די פאלגענדע תלמידים וואס זענען געווען א חלק פון די פורים קהלה:
יואל יוסף מארקאוויטש - ראש הקהל
משה יצחק רוטנער - משב"ק
יואל שניצלער (ב"ר מאיר?)- משב"ק
יואל טייטלבוים (בהג"ר לייבוש ז"ל) - בחור הבית
יואל שטיין (ב"ר שלמן זלמן) - גבאי רוחני
יואל גאלדשטיין (ב"ר משה חיים?) - פרנס וש"ץ
שמעון עזריאל יחיאל לעווי - ספרא דדייני
יואל לעווינגער - חזן הכנסת
ניסים סאאל - בית התבשיל
הכתרת פר שמואל מנחם קרויס.jpg
יוא דערמאנסטו מיך זכרונות. דאס איז געווען תשנ''ט. שמואל מנחם קרויס איז נישט קיין נעפיו פון דיין. ער איז א זון פון ר' אהרן ע''ה פון לאנדאן, נעפיו פון כ''ק הרה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א און אייניקל פון הרב דאמב ז''ל פון לאנדאן וואס צוליב דעם האט זיין פורים רבנות געהייסן היכל מנחם ד'זעליחוב. היינט איז ער א מרביץ תורה אין מאנטשעסטער נאכן וואוינען אין מעלבארן אויסטראליע וואו ער איז אן איידעם. ר' יואל ב''ר מאיר שניצלער געדענק איך צו זיין משב''ק תשנ''ח אין צעירים וואו ר' אלי' סג''ל קרויס איז געווען פורים רב. ר' שמעון עזריאל יחיאל לעווי האט שוין דעמאלט געהאט א גוטער פעדער און איז א געלונגענער בעל כשרון און א ראש חבורה אין קרית טאהש. יואל ב''ר לייביש טייטלבוים איז אויך געווען פון די שטוב מענטשן תשנ''ח. משה יצחק רוטנער האט געדינט צוזאמען מיט חיים דוד לערנער אלס משב''ק אויב איך געדענק גוט.
טראק דרייווערהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 6:20 pm
נא_שכל האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן:
די דיין האט נישט אזוי ליב געהאט אז מען גייט צו ר' לוי יצחק
דער דיין זצ"ל האב בכלל נישט ליב געהאט אז מ'גייט צו פרעמדע משפיעים, חוץ ר' שייע יאנקל שליט"א. איך געדענק ווען א געוויסע רבי פון מאנטריאל האט זיך דאן באזעצט אין שטאט, און ס'איז געווען בחורים וואס זענען געגאנגען צו די באטעס, און ס'האט אים נישט געשמעקט, און ער האט זיך שארף אויסגעדרוקט. [איך קלער, אז ער האב מורא געהאט מען וועט זיך אפקילן פון די שיטה פונעם רבין זי"ע, און באקומען א נאנטקייט בדעות מיט נישט סאטמארע קהילות].
אין דעם ענין איז טאקע אינטערסאנט, אז טאמער אבער איז געווען א משפיע וואס דער דיין האט געהאלטן אז יענער איז כל כולו קודש און איז אויסגעהאלטן מיט די שיטה הקדושה, האט ער געלאזט גיין. א דוגמא פון ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א וואס לויט ווי איך האב געהערט האט דער דיין גאר געזאגט אז די בחורים זאלן גיין צו זיין באטע, און האט אים גערופן אויפצוטרעטן אין ישיבה מיט א דרשה.
איינער האט די רעקארדינד פון די שמועס פון די דיין מיט ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א אינמיטן די ע יארן?
איך מיין עס איז געוועהן בשעת די גיוס מערכה.
ווען די רעקארדער איז געליגן דארט אין די טישא באקס אן רשות...