Re: זכרונות פון ישיבת תורת משה מאנטריאל
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פארפלאנטערט האט געשריבן: תשעה באב פלעגט דער רב זאגן איכה אין ישיבה און דערנאך פלעגט דער רב פארלערנען מדרש איכה
פריפאנטעין האט געשריבן:פארפלאנטערט האט געשריבן: תשעה באב פלעגט דער רב זאגן איכה אין ישיבה און דערנאך פלעגט דער רב פארלערנען מדרש איכה
אפשר 'אויך' מדרש איכה...
בעיקר פלעגט ער פארלערנען פון די זכרונות פון זיין טאטן דער ווייצענער רב זצ"ל בשעת'ן קריג.
בשבילי נברא האט געשריבן:פריפאנטעין האט געשריבן:פארפלאנטערט האט געשריבן: תשעה באב פלעגט דער רב זאגן איכה אין ישיבה און דערנאך פלעגט דער רב פארלערנען מדרש איכה
אפשר 'אויך' מדרש איכה...
בעיקר פלעגט ער פארלערנען פון די זכרונות פון זיין טאטן דער ווייצענער רב זצ"ל בשעת'ן קריג.
יו איז דאס זכרונות! איך האב נאך היינט טראומא פון זיין דערציילן איבער זיין טאטן'ס תקיעת שופר בלאזן פאר די מאסן אינגע בחורים, ממש פאר מ'האט זיי אלע נעבעך אומגעברענגט על קידוש ה', און וויאזוי די בחורים האבן געוויינט צו אים ער זאל זיי זאגן א פאר ווערטער פארדעם.
אגב, איינער געדענקט דעם הספד אויף ר' משה ארי' זצ"ל בהיכל הישיבה?
פריפאנטעין האט געשריבן:
דאס איז איינמאל זיכער אז דער רב שליט"א איז א געוואלדיגע בעל מספר בלשון לימודים, א כשר'ע מייזליש...
שבת צופרי ביי די סעודה פלעגט ער אויך קומען מפעם לפעם און דערציילן פאר א לענגערע צייט.
תורת משה האט געשריבן: הרב מאשקאוויטש משגיח ביינאכט א איד מלא טעם
פאלקאוויטש123 האט געשריבן: בוקשעוואיצער גייט נאך אן?
א ים מיט זכרונות פון די מקום
גאלדגרוב האט געשריבן: די עסן איז געווען מיט א רחבות בימים ההם דורכן אינציאטיוו פונעם ראה''ק ר' חיים אביגדור קאהן ז''ל וועלכער איז געווען קשור בלב ונפש צו די ישיבה.
גאלדגרוב האט געשריבן: די ראש חודש סעודות מיטן יחדשהו ניגון אדאפטירט פון ישיבה תו''ח.
גאלדגרוב האט געשריבן: די מלוה מלכה'ס מיט'ן פה מפיק מרגליות ר' וואלף לאנדא כהיום בקרית יואל מיט זיינע מעשה מנורא'ס..
גאלדגרוב האט געשריבן: יחיאל קליינ'ס גראסערי אקעגן איבער די ישיבה וואס איז היינט בענצי'ס.
קאניאק האט געשריבן: געווען א יוד וואס פלעגט מיט עסען שבת אינדערפרי אין נוה שלום [נאמען ארויסגענומען מפני כבוד המשפחה] ווער געדענקט דאס?
גאלדגרוב האט געשריבן: דער לאנגער טייך וואס ציעט זיך מיילן ווייט הארט נעבן די ישיבה.
גאלדגרוב האט געשריבן: די ביימער אין קאנטרי האבן געהאט מעיפל סירופ באבלעך דערויף. מען האט געקענט כאפן א שפריץ אויב מען האט עס געדרוקט.
הרים כדונג האט געשריבן: אין ביהמ"ד אויף 5555 פלעגט אריינפאלן א מיסטריעזער איד מיטן נאמען "חיים בּיר" א מאדנע פארשוין וואס האט צוגעגבן א חן צום גלות
פריפאנטעין האט געשריבן: נו, וויאזוי האט ער געהייסן דער דרייווער פון אפטאון וואס פלעגט ארומטראגן די בחורים נאך געלט און דערציילט זיינע שלום בית פראבלעמען?
איך קען מיך נישט דערמאנען...
תהילים זאגער האט געשריבן:פריפאנטעין האט געשריבן: נו, וויאזוי האט ער געהייסן דער דרייווער פון אפטאון וואס פלעגט ארומטראגן די בחורים נאך געלט און דערציילט זיינע שלום בית פראבלעמען?
איך קען מיך נישט דערמאנען...
הארווי ?