די קשיות: 1)וואס איז די חילוק צווישן אראבערס און איסלאם? 2) וואס מיינט "יש מאין"? 3) ווען איך האלט אינמיטן שמועסן מיט א צווייטן און א דריטער קומט אן און האקט אריין אין די שמועס, וואס קען איך טוהן צו דאס פארמיידן, און וויאזוי ברענג איך צירוק די שמועס אויף די רעלסן ווען די דריטער גייט אוועק.?
זאלץוואסער האט געשריבן:
דער נאמען "גוט געפרעגט" איז געמאכט פשוט צו מאכן א רייץ צו פרעגן, און שפירן גוט מיט א הסכמה פון ר' פנחס אז ס'איז גוט געפרעגט. דאס מאכט אז די צוהערער זאלן וועלן פרעגן.
פעיק ניוז האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:
אלס איינער וואס האט זייער הנאה פון זיינע שמועסן וואלט איך גערופן דער פראגראם 'גוט גענטפערט'!
אולי פון א מארקעטינג שטאנדפונקט איז "גוט געפרעגט" א בעסערע נאמען, עס אפעלירט צום פרעגער און מאכט אים גוט שפירן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ער איז מסביר אז: ראובן: וויל למשל שמועסן איבער עפעס, און שמעון האט נישט בעסער וואס צו טוהן, שמועסט ער מיט און ער האט הנאה. קומט לוי און ברעגט עפעס פריש אויף. אויב וואלט פאר שמעון געווען מער אינטערעסירט אין די שמועס מיט ראובן, וואלט ער איגנארירט לוי און געבליבן שמועסן מיט ראובן, וואס דעמאלץ האט לוי בכלל נישט מצליח געווען צו פארדרייען די נושא.
אויב שמעון רעדט יא צו לוי, שמע מינה אז אים אינטערעסירט מער יענע נושא. (אפשר איז טאקע נישט מענטשליך אזוי צו טוהן, און דאס ברעגט ער ארויס אז ראובן זאל פארשטיין אז עס איז א נארמאלע זאך און שמעון טוט עס נישט אלץ שלעכטע מידות נאר ווייל ער האט נישט געטראכט. און ראובן זאל נישט זיין אויפגערעגט אויף שמעון פאר'ן טוהן אזוי.). קען ראובן אדער זוכן איינעם וואס אינטערעסירט יא די נושא, אדער ארויפברענגען א דריטע נושא וואס קען צירוקברענגען שמעון צו וועלן פירן די דיסקאסיע מיט אים און אזוי אים צירוקשלעפן צו זיין נושא. אדער ווארטן ביז שמעון ענדיגט שמועסן מיט לוי און דערנאך ענדיגן זיין אלטע שמועס מיט אים.
פעיק ניוז האט געשריבן:
לדעתי איז עס צו א שווערע פסיכאלאגישע שאלה און עס וואלט געווען אן אריכות - עטליעסט פאר מיר - דאס צו ענטפערן. און וועגן דעם טאקע האב איך נישט קיין 'גוט געפרעגט' אפטיילונג אויף קו"מ....
פאר א טוויסט האב איך געטראכט ער זאל ארויפברענגען אין אזא פאל א טעראפיסט, פאר א ״קורצע״ ווארט, שאצונג, אנאליז איבער אזא נושא (נישט לאנג ווייל עס פארלירט די אויטענטישקייט פון די שמועסן, ער קען העכסטנס אווייסברייטערן נאכדעם), עס קען צוגיבן קאליר.
איך טראכט אפשר אויך צי עס וואלט געווען אינטערסאנט אז ער זאל פרובירן ענטפערן נושאים וואס זענען ערעגץ אין די זעלבע ספעקטרום, אזוי איז עס פאר איינעם יענע טאג אינגאנצן אינטערסאנט. יש לדון.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
יחוד איז פשט אלוה זה אחד הוא ואינו שנים ולא יתר על שנים. אלא אחד. שאין כיחודו אחד מן האחדים הנמצאים בעולם. לא אחד כמין שהוא כולל אחדים הרבה. ולא אחד כגוף שהוא נחלק למחלקות ולקצוות. אלא יחוד שאין יחוד אחר כמותו בעולם
און אז איין אחר כמותו בעולם קען מען דאס נישט פארשטיין פונטקט ווי מקע נישט פארשטיין אין
בד״ו וואס דו שרייבסט אז אין איז יש, קען נישט זיין אמת ווייל יש איז נישט נישט קיין געטליכקייט. דער רמב״ם ניצט טאקע אייביג די לשון נמצא ווייל אויב איז יש איז עס שוין א ישות און נישט קיין אלוקות (דער אבן עזרא אויף א פלאץ טענהט אבער אז נמצא איז גארנישט בעסער און מקען יא ניצן יש, ווייל מנוצט סיי ווי נאר פאר א משל)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אויף די ערשטע נקודה. דא איז דער לשון הרמח"ל בדעת תבונות:
אמר השכל - הנה מה שאנו צריכים להבין הרבה, הוא ענין החסרונות האלה הנמצאים בבריאה, ענין הרעות הנמצאות בה, שהם ענינים שלא כחק שלמותו ית', וכמו שביארנו, אשר על כן נכשלו בם הפושעים, איש לפי דרכו הרעה, וכמו שביארנו לך למעלה; כי ודאי לפי שלמותו ית' לא היה לו לעשות אלא טובות לבד. אמנם עתה אבינך הכל על בוריו בס"ד. הנה כשאנו אומרים שהקב"ה הוא יחיד, הלא אנו מבינים שאין זולתו, שאין הפך לו, שאין מונע לו, ולאפוקי מכל אותם הסברות שזכרנו. נמצא, שלא די לקיים בו ית' הטוב, אלא שצריך לשלול ממנו ההפך. אך כל שאר המעלות שנוכל לחשוב בו - אין שייך בהם ההפך כלל. פירוש, דרך משל, בגדר החכמה אין שייך הסכלות, כי הלא חכמה יגדור אותה מה שהדעת מלא מציורי הדברים על יושרם. בדרך החסידות אין שייך הרע, כי גדרו הוא - לעשות טוב עם הכל. אך בגדר היחוד שייך ההפך, כי גדרו הוא - יחוד שאין אחר עמו. הרי, שגדר שאר המעלות הוא קיום הטוב מצד עצמו, וגדר היחוד הוא שלילת הרע.
עתה הנך רואה, שאם היה רוצה הקב"ה לגלות כל שאר מעלות שלמותו, כיון שהם כולם רק מעלות של טוב - אין בגדרם אלא קיום הטוב, ולא היה שייך בגילוים עשיית הרע. אך ברצותו לגלות היחוד, שבגדרו יש שלילת הרע, הנה שייך לעשות הרע, ולשלול אותו מן המציאות המוכרח והשליטה, כדי שיהיו כל חלקי הגדר מתגלים היטב. ואל תטעי לומר שגם לתת ביאור לחכמה צריך להראות הסכלות, וכן לבאר החסידות צריך להראות האכזריות, כי אין הפך ניכר אלא מהפכו; כי צריך להבין שכל מעלות הטוב אין לנו להבינם אלא מעלות הטוב לפי מה שהוא טוב, ושלילת ההיפך של המעלות ההם אינם בכלל גדר המעלות ההם הטובות, אלא כולם כאחד נכנסים תחת גדר היחוד, שהוא שלילת כל מה שהוא זולתו, וכולם מיני הסוג הזה יחשבו. ומי שרוצה להבין צריך שלא יערב מיני סוג אחד עם מיני סוג אחר.
די צווייטע זאך וועגן יש אין, איז גאר באקאנט בספרי חב"ד. דאס אז יש איז נישט קיין געטליכקייט איז ווען מ'רעדט פון ישות אין אונזערע באגריפן.
יחוד איז פשט אלוה זה אחד הוא ואינו שנים ולא יתר על שנים. אלא אחד. שאין כיחודו אחד מן האחדים הנמצאים בעולם. לא אחד כמין שהוא כולל אחדים הרבה. ולא אחד כגוף שהוא נחלק למחלקות ולקצוות. אלא יחוד שאין יחוד אחר כמותו בעולם
אויב איז ווען נישט דא די 'מציאות' פון צוויי וואלט מען נישט געקענט פארשטיין די 'מציאות' פון איינס. און דאס איז טאקע די תכלית הבריאה, וואס אין די בריאה קוקט כאילו אויס ווי עס איז דא מער ווי איין מציאות. ממילא דורכדעם קען מען משיג זיין כפי ערך אז דער אויבערשטער איז טאקע דער אייציגסטער אמת'ער מציאות, ווייל מיר ווייסן שוין וואס דאס מיינט איינס, צוליב וואס מיר האבן שוין געזען צוויי זאכן.
בד״ו וואס דו שרייבסט אז אין איז יש, קען נישט זיין אמת ווייל יש איז נישט נישט קיין געטליכקייט. דער רמב״ם ניצט טאקע אייביג די לשון נמצא ווייל אויב איז יש איז עס שוין א ישות און נישט קיין אלוקות (דער אבן עזרא אויף א פלאץ טענהט אבער אז נמצא איז גארנישט בעסער און מקען יא ניצן יש, ווייל מנוצט סיי ווי נאר פאר א משל)
ווען דו זאגסט יש רעדסטו פון וואס דו פארשטייסט וואס יש מיינט. דער אמת איז אבער אז די אלע ישות וואס מיר קוקן אן אלס יש זענען באמת אין, און אלקות איז דער אמת'ער יש. ווען מען רופט אן אלקות אין רעדט מען כפי אונזער פארשטאנד אויף יש, איז אלקות אין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש