י"ד אייר - פסח שני
די חז"ל פרעגן, וואס איז געווען זייער טענה, עס איז דא אן הלכה אז א מענטש וואס איז טמא, טאר נישט מקריב זיין די קרבן? די חז"ל ענטפערן אז זייער טענה איז געווען א שטארקע. זייער זיבעטע טאג פון טומאה איז אויסגעפאלן אין ערב פסח, און ביינאכט, ווען עס וועט זיין די זמן פון אכילת פסח וועלן זיי שוין זיין טהור. מען מוז אבער מקריב זיין די קרבן פסח בייטאג, ערב פסח. האבן זיי געטענה'ט זאלן טהור'ע כהנים שחט'ן און שפריצן די בלוט פון אונזער קרבן פסח און ביינאכט ווען מיר וועלן זיין טהור, וועלן מיר קענען עסן פון די קרבן.
משה רבינו האט געהערט זייער טענה און ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ווייל דער באשעפער האט אים נישט געזאגט די הלכה ביי אזא פאל. משה האט צו זיי געזאגט, איך וועל ארויפגיין צום באשעפער און הערן וואס ער וועט באפוילן.
פארוואס האט דער באשעפער נאך נישט געזאגט צו משה די דין פון אזא פאל? זאגן די חז"ל ווייל דער באשעפער האט געוואלט אז די הלכה פון פסח שני זאל געזאגט ווערן דורך דער שאלה פון די דאזיגע מענטשן, וואס דאס איז פאר זיי געווען א גרויסע זכות, ווייל דער באשעפער האט געזעהן זייער ערליכקייט. דער באשעפער טוט מזכה זיין א גוטע זאך דורך ערליכע מענטשן. דער באשעפער האט געזאגט צו משה אז זיי קענען נישט מקריב זיין די קרבן ווייל מען קען נישט שפריצן די בלוט פון א קרבן פאר א מענטש וואס איז נישט ריין. זאג צו זיי אז זיי האבן א תקנה ווייל אלע מענטשן וואס זענען טמא אין י"ד ניסן אדער זיי זענען געווען ארויס פון די עזרה און זיי האבן נישט געקענט מקריב זיין די קרבן פסח, קענען זיי דאס מקריב זיין אין י"ד אייר. עס איז דא א גאנצע פרשה אין די תורה וועגן אלע הלכות פון די קרבן פסח שני.