פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

[align=center] [/align]

אההההה... אהההה.... א...ההה.... ער לויפט, ער שטעלט זיך נישט אפ, קוים וואס ער כאפט דעם אטעם, נאך א טריט נאך א טריט, אהההה.. די אטעם ווערט שווערער און שווערער אבער ער געבט נישט אויף. ווער וויל דען נישט זיין דער געווינער?! אויפגעבן קומט כלל נישט אין חשבון, הרי לא לחינם הלך הלויפער אצל הפארמעסט.

אבער ווי א מינוט שפעטער ווערט איהם שווערער און שווערער, ער פראבירט זיך בארואיגן מיטן קוקן וויפל ער איז שוין אריבער, אבער כאפנדיג א בליק אויף פאראויס און זעהנדיג אז דער ציל זעהט מען נאך ניטאמאל ווי א קליין פינטל אינעם האריזאנט, הייבט איהם אן אריינקריכן א מחשבת יאוש.

ער קוקט רעכטס ער קוקט לינקס, פון אלע זייטן איז ער ארום גענומען מיט לויפערס, ביז יעצט איז ער געווען קאנצעטרירט אין זיין אייגענעם געלויף און זיך נישט אומגעקוקט אויף די אנדערע, אבער יעצט ווען זיין לויפן זעלבסט ווערט איהם לאנגווייליג הייבט ער אן קוקן אביסל מער איבער זיינע ארומיגע.
ער זעהט דארט אלע מינע לויפערס צוטיילט אין קאטעגאריס אין צאל פון די לויפערס זעלבסט, דארט דא אזעלכע וואס ס׳זעהט גארנישט אויס אז זיי לויפט, ענדערש ווי א שבת נאכמיטאג שפאציר נאך די טשולנט, איין טריט נאכן צווייטן רואיג און געלאסן. אנדערע לויפן גאר אויף א ספיד וואס ער קען זיך נישט זעהן דארט נישט בימים ההם ווען ער איז נאך געווען אינגער און זיכער נישט בזמן הזה אין זיינע יארן. כאפט א בליק אויף דעם פארשוין דארט וואס לויפט צו זיין רעכטע זייט, האר מימות פרעה הויזן משנות אנטיוכוס און העד-פאונס משנות 2030, ער איז אינג אין פריש די כוחות אין די ביינער, ער לויפט אויף א גאלאפ ממש כמרוצת הסוס על כל המשתמע מכך, אבער זעהט נישט אויס ער זאל דאס נעמען שווער, אויב עפעס זעהט זיך אן א שיין שטיקל הנאה און ענדזשוימענט אויף זיין געזיכט.

אבער מאדנע ביז גאר באמערקט ער, כאטש וואס יעדער לויפט אויף א אייגנהארטיגן שנעלקייט מיט א בליק אויף צוריק זעהט ער אז אלע זענען די זעלבע ווייט פון דעם בעגינינג פוינט! דאס לויפן שנעלער אדער שטייטער האט קיינעם געגעבן א שאנס צו אנקומען פריער צום ציל.

טא, פארוואס לויף איך, פארוועם לויף איך, חשב ומצא אויב זענען דא אזעלכע וואס קענען זיין אינעם פארמעסט און שפאצירן געלאסן און רואיג, פארוואס זאל איך נישט גיין אויף זייער מהלך? פארוואס זיך סתם איבערשטרענגען? געטראכט און געטון, ער הייבט אן גיין שטייטער אבער אופס... ער פילט ווי אויב שטעלט ער זיך נישט שנעל צוריק צו זיין פאריגן ספיד וועט ער שלעכט אפשניידן! יעצט דארף ער שוין מאכן א שטיקל געלויף ביז ער כאפט זיך צוריק און זיין באלאנס ווערט גראד.

אבער מה זאת ועל מה? יענער מעג און קען און איך נישט?!
טא, זיך אפשטעלן איז נישט שייך, לויפן שנעלער איז נישט מעגליך, מה גם ס׳וועט גארנישט אויפטון, די ציל זעה איך נישט, צוריק גיין קען מען נישט, פארוואס אין די וועלט בין איך דא אינעם געלויף?!

***

אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א בויכוויי וואס איז איגנארירט געווארן און געווארן אוועק געמאכט מיט א דריי מיט די הענט, נע ס׳איז נאר א מאגן פארדארבונג וואס וועט שנעל אריבער גיין, אדער גאר א נייע געווירץ וואס די שכנ׳טע האט געוואוסט צו פארציילן אז דאס וועט טוישן דעם גאנצן מיעל און דאס ווייבל האט געקויפט איר דברי חכמה בכסף מלא. אויב איז עס די צווייטע איז זי דאך כשר גערעכט, ס׳האט דאך טאקע געטוישט דעם אויסגאנג... אבער נעקסט טיים זאל זי דאס נישט פארציילן פאר אלע ארומיגע, זאל כאטש זיין ווער ס'זאל אויסהערן איבערן מיטשעניש...

ווען ס׳איז געווארן ערנסטער האט ער קיין ברירה נישט געהאט נאר אפירצוזוכן זיין מאסק און אראפגיין צום עירדשענט-קעיר, נאר כדי צו הערן אז ס'איז נאר א מילדע וויירוס וואס דריידט זיך ארום דא ביי נונז... פארוואס אין די די וועלט זאל ער אבער קומען באזוכן ביי אונז וואו מ׳לייגט נישט צופיל אכט אויף איהם, זאל ער ענדערש גיין דארט ווי די חברה זענען אפגעשפארט אונטער פארמאכטע טירן און פארשלאסענע גראטעס, דארט וועט מען דאך פון איהם מאכן מטעמים און אנדרייען און איינדרייען, נו גיי פארשטיי...

אבער ווען זיינע פיס האבן געכאפט א מיסטעריעזן שוואכקייט, זיין קאפ האט אנגעהויבן שווינדלען און נישט רוהען, שלאפן האט ער מער נישט געקענט און זיין אויף האט ער מער נישט געוואלט, די ווייטעמינען ווי די מעדעצינען האבן קיין השפעה געהאט, האט ער געזעהן אז דא איז קיין תכלית און דא מוז מען נעמען עפעס ערנסטערע שריט.

איין בלאד-טעסט האט געבערענגט א צוווייטע, איין באזוך ביים דאקטער האט איהם געפירט צו נאך איינס, ביז יענעם מאנטאג, לא עליכם ולא עלינו ווען מ׳האט איהם דעגנאזירט מיט א מיסטעריעזן קרענק, די נאמען האט פארמאגט פיר איי-בי-סי׳ס דריי קאפיטאל און איין לאווער, אבער דאס האט ווייניג אויסגעמאכט איבער זיינע קאשמארן, זיינע מחשבות האבן איהם שוין געשלעפט צום לעצטן רוה, און אדערווייל נישט געלאזט קיין פינטל מנוחה...

דאקטורים, מעדעצינען, טריטמענטס און וואס נישט, צו דער זייט האט אנגעהויבן פליסן עצות וסגולות פון ידידים מידידים שונים ומשונים, מ׳האט געגאסן בליי, געספאנסארט תהלים און חצות כולל, זיבן חתנים און 12 כלות האבן שוין געדאווענט פאר איהם ביום חופתם, עבר עיני הישועה וכלה בסגולת ירושלים אבער עדין לא נושענו.
עד כי יבוא שמועה רחוקה מימים ושניים, א פראפעסאר אין איינע פון די סטעיטס וואס האט געטראפן זיין אייגנארטיגן מהלך פאר כל מיני חלאים רעים, און ווי ביי כלבא שבוע האט מען געוואוסט צו זאגן אויף איהם אז ס׳איז נאך נישט אריין צו איהם א קראנקער וואס איז נישט ארויס א געזונטער!

מפלאי הבריאה איז דער שווארץ אפעל פונעם אויג, אויסער זיין יכולת צו מאכן דעם מענטש ער זאל פשוט קענען זעהן און ברענגען אז וויזיע זאל זיין א ריאלעטעט און א חלק פון א מענטשנס לעבן, איז ער א פארציילער איבער אלעס וואס טוט זיך אינעם גוף פונעם מענטש.
מיסודו דארף די שווארץ אפעל זיין רינדעכיג אן קיין פגם וזוז כלשהוא, א פערפעקט רינג וואס האט קיין קנייטש אדער שטער אין זיין רינדעכיגקייט, אבער ווען עפעס גייט פאר אינעם גוף וועט דער שווארץ אפעל לאזן וויסן דורך נאכלאזן זיין רינדעכיגקייט און קנייטשן קליינע שפאלטענעס וואס איז אינו נראה צום געווענליכן אויג, אבער נודע לפראפעסאר המסתכל בכליו, דורך קוקן אןן באזוכן דעם שוווארץ אפעל האט ער געקענט זעהן און וויסן וואס אין גוף איז נישט אין פלאץ און וואס ברויך מען דא פארעכטן.
ועל כל זאת האט ער געבויעט א מהלך צו היילן דעם מענטש אן קיין שום מעדעצינישע באהאדלונגען אפעראציעס אדער טריטמענטס, און ניין, נישט מיט קיין נאטוראלע געווירצן אדער ווייטעמינען וואס פארמאגן קאמפליצירטע הינדיאנער נעמען.
׳עקסערזסייז׳ - דאס איז זיין שליסל ווארט.
מיט א בליק אויפן שווארץ אפעל פארשרייבט ער פאר יעדן א מהלך וואס ווען און וויאזוי צו עקעסערסייזן דעם גוף און דורך דעם ארויסווארפן און פארווארפן אלע שלעכטע געסט וואס כאפן זיך אריין אומגעוואונטשענערהייט אינעם באדי.

שמע שמועה ובא, געפאקט פעק און זיך ארויס געלאזט צום פראפעסאר. נישט לאנג האט ער געדארפט ווארטן, אבער קיין קליינע געלטער האבן די חברה נישט ליב געהאט, שונאי מתנות בתוקפם וואס ווייסן צו אריינלערנען פשט אז א מתנה איז נאר ווען ס׳איז א באשיידענע קלייניקייט, אבער גוט באצאלט איז דעך יעח-יע!, אבער וואס טוט מען נישט פארן געזונט.

לאנגע קארידארן וואס דרייען זיך ארויף און אראפ, רעכטס און לינקס, און אפילו גראד און שיף, א גאנצער פארקער וואס דארט טוטצעך נישט. והנה עלה ונתעלה אריין לפני ולפנים און אט שטייט ער פארן פראפעסאר.
אוי איז דאס א פראפאסאר, אזאנס נאך פון די ביכער, ווייס געקליידעט, אן אפגעגאלטן קאפ אויסער צוויי ווייסע הארעלעך איבערגעלאזן זיי זאלן קענען פארציילן אז קיין אינגער ראצער איז ער נישט, זיין רינדעכיגע גלעזער שטייען ארויס אויפן שפיץ נאז און צוויי טיעפע אויגן שיינען ארויס פון דארט, ווען פון אויבן ליגט א צוקנייטשטער שטערן ווי כאילו אהער געשטעלט דארט מיט א ספעציעלן ארדער ער זאל אהער שטעלן זיין כאראקטער.

נישטא קיין מאשינען נישטא קיין קאמפיוטערס אדער א זכר פון יעדע סארט פארגעשריטענע טעכנאלגיע, נישט קיין נידלעך נישט קיין טאבלעטן אדער אפילו בענדעזשעס אדער וואטע, בלויז א ריינער צימער מיט א קליין טישל אין צענטער. עפעס הייבט איהם אן צו שמעקן מיסטיש און מיסטעריעז אזש ער וועל כאפן הענט און פיס און אפפיצן פון דעם שרעקעדיגן שטילקייט דארט, נאר דאס זאל נישט זיין א ענדע, צו ווערן פארכאפט ביי די יעניגע און ווערן פארווארפן בהרי החשך, אויף אזא ענדע האט ער זיך נישט געראכטן...

׳העלאוו ענד וועלקאם!׳ הערט זיך ענדליך דעם באס קול פונעם הויכגעשעצטן פראפעסאר.
׳העוו עי סיט, סיר׳ קאלט און פארפרוירן אן קיין שום מינע פון געפיל אין זיין קול.
ער זעצט זיך, צוזעצט זיך און באזעצט זיך, א קליינעם ציטער לויפט איהם דורך אין די ביינער, איך טוה איך מאך לאמיר נאר ארויס פון דעם פאר׳ארור׳טן קאמער, ענדיג שוין און לאז מיר זיך לופטערן פונעם קאשמאר...

ער נעמט אראפ זיין גלעזער קוקט איהם טיעף אין די אויגן...
א שטילקייט הערשט אין צימער, זיינע מחשבות פליען שוין ווייס איך וואו, אבער נישט פאר צו לאנג, איינס צוויי ער נעמט אפיר א צעטעלע ער שרייבט עטליכע נאמבערס און ווייזט איהם די טיר: ׳נעם א רעכטס, גיי אראפ דעם קארידער, ביי די טירן קעגננאיבער געב זיי דעם צעטיל׳.

א זיפץ לאזט ער ארויס און פון צימער לויפט ער ארויס, ער פאלגט זיינע אנווייזונגען נאר כדי נישט צו דארפן צוריקגיין נאכאמאל און ווידער באגעגענען דעם מלאך אליין...

ביים פענסטערל געבט ער דעם צעטיל, ונפתחו השערים ולפני עיניו א ריזן צומער אזוי גרוס און ברייט ווי זיינע דאגות, אנגעלייגט מיט אלע מינע עקסערסייז מאשינען, אזעלכע וואס ער דענקט פון זיין מאמעס הויז, דער טרענדמיל און די בייק, אזוי אויך די וואס ער האט זיך באקענט מיט זיי אין דזשים, דארט ווי ער פלעגט אפציעל גיין יעדן מיטוואך (דארף איך טאקע גיין קענסלען דעם מעמבערשיפ דארט...), עולים במספרם דיזע וואס ער האט קיין אנונג וואס מ׳טוט מיט זיי און וואס זיי זוכן דא.

אבער דא איז מען נישטא פאר שוואויל טאג, דא באקומט יעדער זיינע אנווייזונגען וואס צו טוען און וואו ער זאל גיין. מ׳ווייזט איהם צו זיין מאשינקע, דער יעניגער שטעלט אן דעם טרענדמיל אויפן נאמבער וואס מ׳האט איהם פארשריבן ׳גוד לאק סיר׳ קלאפט ער איהם אויפן רוקן און ווערט פארשווינדן.

ער קוקט זיך ארום, לויפן דארט מענטשן עד אין מספר, און נאך א אין מספר אויף די אלע מאשינען וואס געפונען זיך דארט. די מאשינען פייפן און לאזן זיך הערן פון אלע זייטן, יעדער פארטיפט אין זיין געלויף און אין זייינע מחשבות.

*

יעצט נאכן ווערן גוט אפגעמוטשעט הייבט ער אן טראכן מה לי ולכל המחזה הזה? אויב איז עס טאקע בייהילפיג פארוואס דארף יעדע א צווייטע ספיד, א אנדער מאשין, איינעם געדריידט איינם גראד, דער דריטער בארג ארויף, און ער איז א קאמבינאציע פון אלעם אינאיינעם… אויב איז דא א מהלך פארוואס זענען נישט אלע אייניג דא? ס׳באדערט איהם נישט אזוי ווייט איבער די אנדערע ס'איז מער איבער זיין אייגענע שוועריקייט, קען איך פארשטיין פארוואס האט ער מיר נישט געקענט אנשטעלן א שפאציר אויף א גראדן וועג אנשטאדט מיין יעצטיגע וואס טוישט יעדע צוויי מינוט פון בארג ארויף צו אראפ, און נאך אויף א ספיד וואס איך קען נישט דעריאגן?
זיך אפשטעלן איז לא בא בחשבון, ער וועט דאך ווערן צוטראסקעט און זיך צוברעכן אלע ביינער אויפן שטיינערנעם פלאר, לויפן שנעלער איז דאך אויך נישט קיין עצה, ערשטנס ער וועט זיך ווידער אריינהאקן דאסמאל אינעם ריזן סקרין וואס ווייזט איהם אזא שיינעם וויו.. אבער מער פון דעם, ער זעהט נישט דעם ציל ביים סוף אז ער זאל נענטער ווערן ווען ער וועט שנעלער גיין, אלע זענען אויפן זעלבן פלאץ אויך נאכן לאנגן געלויף…

****

מרוצת החיים - ס׳טוט זיך א געלויף, פון די סעקונדע וואס מ׳הייבט אן באקומען שכל און פארשטיין ביז.. ביז? עד זיבולא בתרייתא! מ׳קומט מ׳גייט מ׳טוט מ׳מאכט פון רעכטס פון לינקס פון אויבן פון אונטן אלעס לויפט אלעס יאגט.

ער לויפט און יאגט אבער קען זיך נישט דעריאגן, נו גוט נו שוין, אויב דאס איז דער מציאות איז דאך דאס דער מציאות, אבער פארוואס פלוני מעג שפאצירן א רואיגע שפאציר און איך בין אין א פאריאגטן גאלאפ? פון די צווייטע זייט אלמוני לויפט נאך שנעלער פון מיר, ער פירט ביזנעסער ער פליפט הייזער דריידט דיעלס, אבער ער זעהט נישט אויס בכלל פאריאגט, ער האט גאר הנאה און קעשט איין יעדע שעה בעולם הזה…

אזעלכע וואס איך בין געזעצן אויף איין באנק אין חיידער זענען מורי הוראות און יושבי על מדון, און עטליכע וואס האבן מיט מיר געטראבלט אין ישיבה זענען ראשי שיבות און מגיד שיעורים. פון די אנדער זייט, משה יוחס דער בטלן פון ישיבה פירט זיך א געשמאקן לעבן תורה וגדולה קלאפן זיך אן על שלחנו, און ווען ס'איז ווען דא נאך פלאץ פאר נאך עפעס וואלט ער דאס גערן אויפגענומען.

נעם מיין חבר משה זרח, ער האט אייביג געהאט דעם גוטן קעפל, ער האט אייביג פארשטאנען דעם לערנען, זיך קענעקטעט ביים דאווענען, זיין שידוך האט איהם אנגעקלאפט ביים טיר נאך פאר ער האט געהאט צייט צו כאפן אז ער האט בר מצוה געהאט, היינט זיצט ער אין כולל און האקט שטיקער. געלט שיקט איהם דער פון אויבן, ווי אזוי ווייס איך נישט אבער ער לעבט זיך זיין לעבן.. בקיצור ער האקט א לעבן א גאנצן לעבן.

פארוואס קען איך נישט זיין ווי נחום? ער איז א מוצלח אין ביזנעס ער פליפט און דיעלט ער ברענגט און טראגט, זיין נחת איז אויך נישט אוועק צומאכן, פארשטייצעך אז דערנאך איז זיין רוחניות אויף די רעלעיסן.

אפילו מיין אינגערע ברודער איז עפעס זיין לעבן געשמירט, אויסער די פאר יאהר וואס ער האט נעבעך געדארפט ווארן ביז איך בין א חתן געווארן.

אבער איך? מה לך הבהלה הזאת?
איך בין קיין מוצלח קיינמאל געווען, א רשכבה״ג לכאורה קיינמאל זיין, מיין וועג איז מלא מכשולות ונפתולים, דא מיט מיינע כשרונות, דא מיט די מגידי שיעורים, דא ביי מיין שידוך, און ווען דאס אלעס האט שוין אויסגעזעהן ארינטער הייבט זיך אן פון פריש, קינדער פרנסה געזונט נחת אלעס איז דא אבער מיט א יאגעניש און אלעס אויף א שווערן וועג, דער זייגער לויפט און בלייבט נישט שטיין, אבער איך פיל מיר ערגעצוואו עפעס א באטראפענער צווישן אלע לויפערס.

זאל איך קוקן רעכט? זאל איך קוקן לינקס? איך זעה יעדער לויפט אויף א צוויטן ספיד אויף א אנדער מאשין און אנדער וועג, אבער זיי לעבן אין דעם, יא א חלק האבן די שווערערע מאשינען אבער זיי האבן די כוחות דערצו, א חלק שפאצירן דא ווי ביים טאטן אין וויינגארטן און כאפן פרישע לופט, איך בין אבער עפעס פארכאפט נישט אהער נישט אהין.
קיין ציל זעה איך נישט און אפילו ווען יא גלייב איך נישט איך זאל אמאל אנקומען אהין…
פארדעם בין איך דא? וואס איז מיין ציל דא? אויב איז דא עפעס א ציל וועל איך דאך סיי ווי נישט אנקומען דערצו, איז פארוואס זאל מיין לעבן עטליס נישט זיין א געשמאקער מלא חיות?!

אנו רצים והם רצים, אנו רצים ומקבלים שכר והם רצים ואינם מקבלים שכר. פרעגט זיך די שאלה, איז עס דען טאקע אזוי? הם רצים ואינם מקבלים שכר? באקומען זיי נישט באצאלט פאר זייער ארבעט און אנשטרענגעניש? טרעף מיר דער וואס איז גרייט דא צו ארבעטן בחינם.
נאר די חילוק צווישן אנו והם איז אז זיי באקומען טאקע באצאלט פאר זייער ארבעט, יא ווען זיי דעליווערן וואס מ'האט זיי געבעטן באקומען זיי באצאלט, אבער אויב האט ער נישט אנגעקומען צום ציל וועט מען איהם נישט באצאלן אויך אויב ער האט אסאך געשוויצט און געלאפן פאר דעם. אנו רצים ומקבלים שכר ואנו עמלים ומקבלים שכר, אויך אויפן עמל און ריצה.

די לעבן איז טאקע א פארמעסט וואו מיר לויפן צום ציל וואס מ'האט אונז פאשריבן פון פאראויס, אבער יעדער לויפט אויף זיין אייגענעם פארמעסט, זושא וועט נישט כאפן פארן נישט זיין מיילעך, זושא וועט כאפן פארן נישט זיין זושא! יעדער אויף זיין מאשין יעדער אויף זיין געלויף!

אבער מער פון דעם איז אז נישט ווי די יעניגע וואס לויפן ביים פאמעסט מיטן איינעם ציל צו דערגרייכן דעם ציל, דארט מאכט טאקע אויס וואו ווייט בין איך פונעם ציל, אנו רצים אין א פארמעסט וואס יעדער טריט וואס מיר לייגן האבן מיר דערגרייכט דעם ציל! דער ציל יעצט איז דארט וואו דו ביסט יעצט! אזוי ווי דו ביסט יעצט! לא עליך המלאכה לגמור, ווייל די פלאץ וואו דו שטייסט יעצט האסטו שוין גע'גומר'ט דיין מלאכה וואס דו דארפסט יעצט אהער שטעלן. און ווי מ'זאגט נאך אויפן משנה אל תאמר לכשאפנה אשנה, זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט וועל איך דעמאלטס שטייגן, ווען איך וואלט געהאט צייט וואלט איך אנגעיטגט גאר גאר אסאך, ווייל שמא לא תפנה, אפשר ביסטו אראפ געקומען דא אויף די וועלט צו זיין אין א מצב פון לא תפנה.
אבער מצד שני אין אתה בן חורין להבטל ממנה, מ'האט טאקע דערגרייכט דעם ציל פון יעצט, אבער דער פארמעסט גייט ווייטער אן, דער געלויף צום נעקסטן ציל הייבט זיך נאר אן!

שלמה המלך זאגט אין משלי משובת פתיים תהרגם, די פתיים קוקן זיך ארום און פארגלייכן זיך צו איהם און יענעם, זיי קוקן אויף צוריק וואס האב איך שוין אנגעיאגט, זיי קוקן אויף פאראויס וואס האב איך נאך צו טוען, אבער דאס ברענגט זיי צום שלעכטן אפשנייד פון תהרגם.
עיניך לנכח יביטו דו קוק דיר ארום מיט דיינע אויגן נאר אויפן נכח, אויפן פלאץ וואו דו שטייסט דארט יעצט. איין זאך נאר שטעל דיר נישט אפ פונעם געלויף ווייל ווען מ'שטעלט זיך אפ טראסקעט מען צוריק אין תהום אריין. דיין רוחניות ווי דיין גשמיות דארף נישט זיין אנדערש ווי אזוי זיי זענען יעצט, אויף צו זיין אנדערש וואלט מען דאך דיר נישט געדארפט אהער ברענגען, צו האבן נאך א רשכבה״ג האט מען דאך געקענט בלייבן נאר מיטן ערשטן.

ניצחתי ואנצח גמרתי ואגמור, אונז האלטן און איין געוואונען און אין איין ענדיגן און אנקומען צום ציל, והאיך? ווייל אני איש פלא ונשמתי פלא גדול חידוש כמוני לא היה מעולם, איך ווייס אז איך בין יוניק איך בין פלא'דיג, די וועלט דארף מיר יעצט דארט אינעם מצב וואס איך בין יעצט, איך דארף די וועלט דארט אין די מצב וואס די וועלט איז יעצט!

מיר לויפן אין א אייביגע פארמעסט אבער נישט פארגעסן אז דו ביסט א שטענדיגער געווינער!
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-;l;p-
ווי זענען די שטערנדלעך?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אוראייניקל האט געשריבן: ווי זענען די שטערנדלעך?

די ארטיקל האב איך געשריבן פאר א עדיטאריעל נישט א חלק פונעם פארמעסט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

איינס האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן: ווי זענען די שטערנדלעך?

די ארטיקל האב איך געשריבן פאר א עדיטאריעל נישט א חלק פונעם פארמעסט.

און אויב האלט איך אז דער עדיטאדיעל איז דער געווינער?

הערליך שיין!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p-;l;p-
WOW!
הערליך שיין! א אייזערנע אנהויב....
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קנאקעדיג, ציפעדיג, און 100% ריכטיג.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8511
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

זייער זייער שיין
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויסטערליש שיין, מיט זאכליכע געדאנקען!

דער שטענדיגער געווינער!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין!!!
אויב דעיס איז נישט פאר די פארמעסט, שטעל דיך פאר די ארטיקעל פאר די פארמעסט..
5 שטערנס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן: ניצחתי ואנצח גמרתי ואגמור, אונז האלטן און איין געוואונען און אין איין ענדיגן און אנקומען צום ציל, והאיך? ווייל אני איש פלא ונשמתי פלא גדול חידוש כמוני לא היה מעולם, איך בין יוניק איך בין פלא'דיג, די וועלט דארף מיר יעצט דארט אינעם מצב וואס איך בין יעצט, איך דארף די וועלט דארט אין די מצב וואס די וועלט איז יעצט!

איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן און דאס אריינגעלייגט, ווייל איך האלט סאיז אמת, האף איך נאר די ברסלבער זאלן נישט ברוגז זיין.... אבער אן אנטשולדיגונג פון פאראויס לייג איך יעצט ארויס...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערילך שיין, אמת'דיג, און געשמאק!

נצחת!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3705
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך קום שוין ארויס מיט א בקשה אויב מעגליך אז מיט יעדע ארטיקעל זאל מיטקומען גלייך א PDF, עס איז מיר סאך גרינגער צו ליינען לענגעגע זאכן ארויסגעפרינטערהייט.

יישר כח,
הצעיר באלפי אלפים,
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

WOW WOW!
א מעסטערפיעס!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע:אויפן טיש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

געליינט שבת נישט זיך געקענט אפוואונדערן איבערן טאלאנטפולע שפראך *****, הערליכע תוכנפולע אינהאלט *****, אוועראול *****,

פארשטייט זיך אז אריינצוגיין אין די פארמעסט איז א ארטיקל פון 15 שטערנדלעך פון די ערשטע אויסוואלן,


"איינס" און דער וועלט
מיין לופי'לע........
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

אויסנאם פיין!

די פארמעסט האט זיך גוט אנגעהויבן. גאר רייך דער עדיטאריעל, הערליך שיין און צום זאך. יישר כח!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ביזדערווייל איז די עדיטאריעל די געווינער פון די פארמעסט, א תוכנ'דיגע חומר, א געשליפענע שפראך מקרב געווען אל השכל וואס מ'טראכט שטילערהייט אין פארבארגענע מחשבות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אפפפ.. דאס איז סאמטינג ספעשעל. דאס אז דו שרייבסט גוט און זאפטיג און ציענד און רייך דארף איך דיר נאך זאגן?

עפעס אן אויסנאם ארטיקל. יא שטערענדליך, נישט שטערענדליך, דאס איז א געווינענע ארטיקל
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

"איינס" נאך א מזל אז די האסט עס נישט אריינגעלייגט אין די פארמעסט ווייל דער ארטיקל וואלט מיר פארבלענדעט צי וועלן פאר נאך ארטיקלען.
ממש נישטא קיין ווערטער א דבר מושלם "איינס" אונאזעלעכס.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

WOW דאס איז א מעכטיגע ארטיקעל! וואן אף עי קיינד.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נאה לשמך: א שטענדיגע געווינער

ניד איי סעי מאור?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

א שרייבערל האט געשריבן: "איינס" נאך א מזל אז די האסט עס נישט אריינגעלייגט אין די פארמעסט ווייל דער ארטיקל וואלט מיר פארבלענדעט צי וועלן פאר נאך ארטיקלען.
ממש נישטא קיין ווערטער א דבר מושלם "איינס" אונאזעלעכס.

;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27085
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דאס איז א געווינער לויט אלע פירושים
געוואלדיג געשמאק גוט צום זאך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

מומחה יוחס האט געשריבן: דאס איז א געווינער לויט אלע פירושים
געוואלדיג געשמאק גוט צום זאך
זאל איך גיין ביים צענער?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געלעגער האט געשריבן: אפפפ.. דאס איז סאמטינג ספעשעל. דאס אז דו שרייבסט גוט און זאפטיג און ציענד און רייך דארף איך דיר נאך זאגן?

עפעס אן אויסנאם ארטיקל. יא שטערענדליך, נישט שטערענדליך, דאס איז א געווינענע ארטיקל
---
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - עדיטאריעל - אן אייביגער פארמעסט, א שטענדיגער געווינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שפראכלאז
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”