Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
אין ענגליש זענען פארהאן היינט צוטאגס עטליכע הונדערט ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -לאגיע. די מערהייט פון זיי זענען באניצט אין וויסנשאפט, וואו יעדער מקצוע פון סייענס ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען + לאגיע, און דער וואס איז עוסק אין דעם תחום הייסט -לאגיסט/ין. אבער ביי א חלק פון די ווערטער איז דער באדייט עפעס בשייכות מיט זאגן. אזוי ווי אַנטאָלאָגיע, וואס איך האב געשריבן צוויי תגובות צוריק, און אזוי ווי apology, וואס מיינט אין גריכיש "זאגן עפעס אין פארטיידיגונג".
פארשטייט זיך אז די ווערטער מעגן אויך ווערן אידיש. מ'נעמט עס נאר פון ענגליש, וויבאלד זי איז די וויסנשאפטליכע שפראך היינט צוטאגס. אבער באמת קומען די ווערטער פון פראנצויזיש און אנדערע שפראכן, ממילא מעג מען עס אוודאי אויך ניצן אין אידיש. חוץ, פארשטייט זיך, ווערטער וואס האבן אן אנדער ווארט אין אידיש, א שטייגער ווי apology-אנטשולדיגונג.
איך וועל פרובירן אין דער קומענדיגער שטיק צייט צו ברענגען אזעלכע ווערטער מיט זייער באדייט, יעדע תגובה מיט נאך איינס אדער עטליכע ווערטער, עד מקום שידי מגעת. איך וועל אנהייבן מיט די קלענערע ווערטער, וואס אסאך פון זיי זענען מער באקאנט.