Re: סטאקס
נעכטן איז עס ארויפגעשאסען צו 5-6 צענט, קען זיין עס לוינט זיך אריינצולייגען דארט אביסל.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ר' יום טוב האט געשריבן: א פעיר סטאק מארקעט וואלט געווען, אויב די פרייז פאר א שעיר ווערט נישט באשטימט לויט די לופטיגע דימענד, נאר לויט די אמת'ע ווערט פון די פירמע.
כאפצעם האט געשריבן: די הילעריעס חלק פון דעם סאמוטאכע איז אז 'קויפן' סטאקס האט כאטש א לימיט פון פארלוסטן, ווארסט קעיס סינעריא וויפיל האסט אריינגעלייגט און שוין.דו ווייסט עטליעסט וואס צו עקספעקטן. ווידער 'שארט סעילן' סטאקס פארלוסטן איז אנלימיטיד! און דו ביזט גענצליך אין די טונקל אנע השגה ווי טיף דיין לאך איז..
היות דיין אינוועסטמענט איז דאך בעיסד אויפן סטאק צו טראסקען, איז ווען ס'פארט ארויף פארלירסטו דעך מיט יעדן דאלער אינקריעס, און ארויף האט דאך קיין שיעור... ס'איז מיינדבאגלינג וואס די כאפטע בחורים האבן אנגעלערענט דא די גרויסע רבי'ס, צענדליגער ביליאנען.
שטומפיג האט געשריבן: בעיסיקלי קען מען דעיס טוהן מיט יעדע סטאק וואס העדזש-פאנדס שארטן. בין איך גערעכט?
אויב יא, מיינט דעיס אז מ'קען גאנץ געשיקט אונטערברענגען די גאנצע מארקעט אויסער אויב ס'גייען זיין רעפארמס אין די לעגיסלעישן פון טרעידינג.
שטומפיג האט געשריבן: איין זאך פארשטיי איך אבער נישט, וויאזוי ווייסט מען וועלכע סטאק א העדזש-פאנד האט געשארט? קאמפאניס געבן ארויס די אינפארמעישן?
שטומפיג האט געשריבן: די גאנצע סומאטוכע האט עפעס א אפעקט אויף די קאמפאני? זיי מאכן מער געלט ווען די סטאקס זענען העכער?
כאפצעם האט געשריבן: די הילעריעס חלק פון דעם סאמוטאכע איז אז 'קויפן' סטאקס האט כאטש א לימיט פון פארלוסטן, ווארסט קעיס סינעריא וויפיל האסט אריינגעלייגט און שוין. דו ווייסט עטליעסט וואס צו עקספעקטן. ווידער 'שארט סעילן' סטאקס פארלוסטן איז אנלימיטיד! און דו ביזט גענצליך אין די טונקל אנע השגה ווי טיף דיין לאך איז..
היות דיין אינוועסטמענט איז דאך בעיסד אויפן סטאק צו טראסקען, איז ווען ס'פארט ארויף פארלירסטו דעך מיט יעדן דאלער אינקריעס, און ארויף האט דאך קיין שיעור... ס'איז מיינדבאגלינג וואס די כאפטע בחורים האבן אנגעלערענט דא די גרויסע רבי'ס, צענדליגער ביליאנען.
eller האט געשריבן: וויאזוי די איד דעלי מעלדט עס
גרויסע סענזאציע ארום "געים-סטאפ" און סטאק מארקעט
וואשינגטאן – א סענזאציע קאכט זיך אין די לעצטערע טעג ארום דעם אמעריקאנער סטאק מארקעט, און וויאזוי א גרופע פון קליינע אנליין אינוועסטירער האבן באוויזן אנצודרייען א שפיל וואס האט אויפגעדעקט דעם גרויסן "באבל" וואס דער סטאק מארקעט איז.
די רעדע איז פון די "געים-סטאפ" געשעפטן נעץ קאמפאני וועלכע האלט שוין א שטיק צייט ביים אונטערגיין. גרויסע אינוועסטירער האבן דעריבער געמאכט "שארט-סעילס" אויף סטאקס פון "געים-סטאפ", אויף א וועג אז זיי וועלן פארדינען אויב די סטאקס פאלן טאקע.
וועלנדיג אראפקלאפן די פארדינסטן פון די גרויסע אינוועסטירער, האבן זיך טויזנטער אנליין קליינע אינוועסטירער אראנזשירט און אנגעהויבן קויפן סטאקס אין "געים-סטאפ", וואס האט געברענגט אז די ווערד דערפון האט זיך אויסטערליש שטארק געהויבן אין די לעצטערע טעג.
דאס האט געפירט דערצו אז "געים-סטאפ" איז פלוצלינג געווארן ווערד ביליאנען דאלארן, אבער נישט אין רעאליטעט, נאר אינערהאלב דעם סטאק מארקעט "באבל", וואס דורכדעם האבן די "שארט-סעיל" גרויסע אינוועסטירער דערלייגט שווערע געלטער פון ביליאנען דאלער.
די גאנצע זאך האט אויפגעדעקט א גרויסן לאך אין די רעאליטעט פונעם סטאק מארקעט, און וועלנדיג בלאקירן אנליין אינוועסטירער פון טון די זעלבע צו אנדערע קאמפאניס, האבן עטליכע אנליין אינוועסטמענט און סטאק טרעידינג פירמעס געצוימט נעכטן האנדל אויף פילע פון זייערע פלאטפארמעס.
די סענזאציע האט צוזאמגעברענגט פיגורן פון די סאמע שטערקסטע ליבעראלע און קאנסערוואטיווע שטרעמונגען, וועלכע האבן אלע געשטיצט די אנליין אינוועסטירער פאר זייערע שריט, און שארף פארדאמט די אנליין אינוועסטמענט פירמעס פאר'ן בלאקירן האנדל אין רעאקציע.
עס איז אנגעוויזן געווארן אז די אנליין אינוועסטירער האבן מיט זייערע שריט אויך געברענגט אז די סטאקס פון די "עי-עם-סי" אונטערהאלטונג גרופע און די סטאקס פון "אמעריקען עירליינס" זאלן זיך הייבן, וואס די צוויי קאמפאניס האבן אויך געליטן לעצטנס פארלוסטן.
(על רגל אחת הסבר איבער שארט-סעילס: ווען אן אינוועסטירער זעט אז א פירמע גייט אונטער, בארגט ער עטליכע שעירס אין דער פירמע פאר א שטיק צייט. צום ביישפיל ער בארגט 5 שעירס פאר א מאנאט און יעדע שעיר איז ווערד 1 דאלער. דער אינוועסטירער נעמט באלד די 5 שעירס און פארקויפט עס, האט ער 5 דאלער אין טאש. ווען דער מאנאט גייט אריבער און דער אינוועסטירער דארף צוריקגעבן די 5 שעירס פאר'ן פארבארגער, גייט ער און ער קויפט 5 שעירס, וואס יעצט איז שוין נאר ווערד 50 צענט א שעיר און עס קאסט אים די 5 שעירס 2 דאלער און 50 צענט. ער גיט צוריק די 5 שעירס פאר'ן פארבארגער, און דאס הייסט אז ער איז געבליבן אין טאש מיט 2.50$ פון דעם גאנצן שפיל. אויב אבער הייבט זיך די ווערד פון די שעירס אין לויף פונעם מאנאט, מיינט עס אז ווען דער אינוועסטירער דארף קויפן 5 שעירס צו באצאלן פאר'ן פארבארגער, דארף ער ארויסנעמען פון טאש מער ווי די 5 דאלער, און ער בלייבט מיט א פארלוסט פונעם שפיל.)
ר' זעקל האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:ר' זעקל האט געשריבן:
ר' זעקל
i like your nickname here
וועןרענטל האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן: די הילעריעס חלק פון דעם סאמוטאכע איז אז 'קויפן' סטאקס האט כאטש א לימיט פון פארלוסטן, ווארסט קעיס סינעריא וויפיל האסט אריינגעלייגט און שוין.דו ווייסט עטליעסט וואס צו עקספעקטן. ווידער 'שארט סעילן' סטאקס פארלוסטן איז אנלימיטיד! און דו ביזט גענצליך אין די טונקל אנע השגה ווי טיף דיין לאך איז..
היות דיין אינוועסטמענט איז דאך בעיסד אויפן סטאק צו טראסקען, איז ווען ס'פארט ארויף פארלירסטו דעך מיט יעדן דאלער אינקריעס, און ארויף האט דאך קיין שיעור... ס'איז מיינדבאגלינג וואס די כאפטע בחורים האבן אנגעלערענט דא די גרויסע רבי'ס, צענדליגער ביליאנען.
וואס ווען ווי?
רוב פון די ביג פלעיארס קויפן מיט מארדשינס (אויב די פארשטייסט וואס סמיינט)
נאכדערצו דא ווי די סטאק איז אזוי ארויגעפלויגן און סאיז געווען מארדשינס לרחצה
ר' יום טוב האט געשריבן: א פעיר סטאק מארקעט וואלט געווען, אויב די פרייז פאר א שעיר ווערט נישט באשטימט לויט די לופטיגע דימענד, נאר לויט די אמת'ע ווערט פון די פירמע.
שטומפיג האט געשריבן: בעיסיקלי קען מען דעיס טוהן מיט יעדע סטאק וואס העדזש-פאנדס שארטן. בין איך גערעכט?
אויב יא, מיינט דעיס אז מ'קען גאנץ געשיקט אונטערברענגען די גאנצע מארקעט אויסער אויב ס'גייען זיין רעפארמס אין די לעגיסלעישן פון טרעידינג.
eller האט געשריבן: וויאזוי די איד דעלי מעלדט עס
גרויסע סענזאציע ארום "געים-סטאפ" און סטאק מארקעט
וואשינגטאן – א סענזאציע קאכט זיך אין די לעצטערע טעג ארום דעם אמעריקאנער סטאק מארקעט, און וויאזוי א גרופע פון קליינע אנליין אינוועסטירער האבן באוויזן אנצודרייען א שפיל וואס האט אויפגעדעקט דעם גרויסן "באבל" וואס דער סטאק מארקעט איז.
די רעדע איז פון די "געים-סטאפ" געשעפטן נעץ קאמפאני וועלכע האלט שוין א שטיק צייט ביים אונטערגיין. גרויסע אינוועסטירער האבן דעריבער געמאכט "שארט-סעילס" אויף סטאקס פון "געים-סטאפ", אויף א וועג אז זיי וועלן פארדינען אויב די סטאקס פאלן טאקע.
וועלנדיג אראפקלאפן די פארדינסטן פון די גרויסע אינוועסטירער, האבן זיך טויזנטער אנליין קליינע אינוועסטירער אראנזשירט און אנגעהויבן קויפן סטאקס אין "געים-סטאפ", וואס האט געברענגט אז די ווערד דערפון האט זיך אויסטערליש שטארק געהויבן אין די לעצטערע טעג.
ר' זעקל האט געשריבן: טוטס זיך יו''ט אין דערוואכן מיט דאדזש קוין, די רעדדיט חברה האבן דיסיידעט עס צו מאכן ווערט א דאללער, ביז א טאג צוויי צוריק איז עס ווערט געווען בערך 0.8 פון א צענט,
נעכטן איז עס ארויפגעשאסען צו 5-6 צענט, קען זיין עס לוינט זיך אריינצולייגען דארט אביסל.
ר' יום טוב האט געשריבן: איך בין נישט א בקי אין די סטאק מארקעט, אבער די גאנצע זאך איז אין מיינע אויגן א מאסיוו אויפגעבלאזענע באבל. לאמיר עס צולייגן די וועג, און וועלמיר זען צו עמיצער קען מיך דאס אנטשיידן.
אפיציעל הייסט עס אז די ווערט פון א פירמע ווערט געמאסטן לויט איר ווערט אויף די סטאק מארקעט. שטימט?
יעצט וואס געשעט ווען למשל בינגא ענד קא. זאל באשליסן אז זי וויל ארויפגיין אויפן סטאק מארקעט. זי גייט פארקויפן שעיר'ס וואס יעדע שעירהאלדער גייט ווערן א שותף אין די פירמע. אז מ'וועט גיין אפשאצן די נכסים און פאטענציאלע רווחים פון די פירמע איז זי ווערט א משל לכל היותר 10 מיליאן דאלער, און זי שטעלט ארויס צום פארקויפן אין ווערט פון האלב פון די ביזנעס, 5 מיליאן, 10,000 שעירס פאר $500 א שעיר. פיין.
וואס פאסירט יעצט?
כלל ישראל הערט מפה לאוזן אז די פאפולערע טשעין סופערמארקעט איז ארויף אויפן סטאק מארקעט, און גלייך ווען די טרעידינג דעי עפענט זיך טוט זיך יעדער יאווען צו כאפן עטליכע שעירס און קענען האבן א חלק אין די הצלחה פון די פירמע. ביז געציילטע סעקונדן טוען די קאמפיוטערייזד סיסטעמען אויפכאפן אז עס איז דא א מאסיווע דימענד פאר בינגא ענד קא. און עס טוט זיך דראסטיש העכערן די שעיר פרייז צו $700.
מיינט דאס אז די ווערט פון בינגא'ס נכסים איז איבערנאכט געשטיגן מיט 40 פראצענט?
צו בעסער איליסטרירן מיין פראגע, דארף מען קוקן אויף 'טעסלא'. זי האט אין 2020 געמאכט 721 מיליאן אין פראפיט אויף 31.5 ביליאן אין סעילס, נאכן האבן א 862 מיליאן פארלוסט אין 2019. אבער אויפן סטאק מארקעט איז טעסלא געשטיגן אין די לעצטע 10 חדשים מיט א שטוינענדע 800%!!! און איר מארקעט וועליו איז קרוב צו א טריליאן דאללער! ווארשיינליך צוליב אירע ברייט פאבליצירטע דעקונג איבער אירע ספעיס סוקסעסן.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: ליבעראלע קאנגרעספרוי עי.או.סי. דרוקט אויס איר אויפברויז איבער די סקאנדאל - דער קאנסערוואטיווער סענאטאר קרוז שטימט צו:
קאנגרעספרוי קארטעז אנטזאגט די שטיצע פון "איינער וואס האט כמעט צוגעברענגט מיין מארד":
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טשיפ רוי פארלאנגט עי.או.סי. זאל זיך אנטשולדיגן - טאמער נישט "וועלן מיר זיין געצוואונגען צו נעמען אלטערנאטיווע מיטלען" צו פארדאמען די ווערטער פון קארטעז:
שטומפיג האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: ליבעראלע קאנגרעספרוי עי.או.סי. דרוקט אויס איר אויפברויז איבער די סקאנדאל - דער קאנסערוואטיווער סענאטאר קרוז שטימט צו:
קאנגרעספרוי קארטעז אנטזאגט די שטיצע פון "איינער וואס האט כמעט צוגעברענגט מיין מארד":
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טשיפ רוי פארלאנגט עי.או.סי. זאל זיך אנטשולדיגן - טאמער נישט "וועלן מיר זיין געצוואונגען צו נעמען אלטערנאטיווע מיטלען" צו פארדאמען די ווערטער פון קארטעז:
צודרייטע מכשיפה...