עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

[align=center]בעזהשי"ת!


בשורה טובה ומשמחת!![/align]


מיט גרויס פרייד נעמט דער ציבור חובבי נגינה שבקדושה אויף די גאר פרייליכע נייעס איבער א נייע גליון וואס גרייט זיך ארויסציקומען אונליין, וועכנטליך אדער חודש'ליך, ווענד זיך אין די סוקסעס.

די גליון באשטייט בעיקר פון מחקרים, באשרייבונגען און סיכומים איבער פארצייטישע ניגונים און נגינה וואס איז געווארן אויסגעארבעט און אויסגעפארשט דורך די גרעסטע מומחים און קענערס פון פארצייטישע נגינה.

די ארטיקלען וועלן אינהאלטן צי זיך לינקס צי אוצרות עתיקים פון הייליגע פארצייטישע ניגונים, שיינע און היסטארישע רעקארדירונגען אינאיינעם מיט הסברים, ליקוטים און סיכומים.

די מטרה פון דעם איז צי אויפלעבן די וועלט פון היכל הנגינה, צי פאראבייגן די אוצרות זאלן נישט פארגעסן ווערן.


אין דעם אשכול - ווענדן מיר זיך צים ציבור, כל אחד בשמו הטוב יבורך - צי מגיב זיין און קאמענטירן אויף די תוכן פון די ארטיקלען, מוסיף זיין הגהות והערות, און בעיקר פרישע מקורות וואס איר ווייסט און אוודאי און אוודאי בארייכערן די אוצר מיט רעקארדירונגען וואס איר האט אין באזיץ.


זיך צי איינשרייבן צי באקומען דעם גליון, שיקט א ריקוועסט צי דעם לינק https://groups.google.com/d/forum/atikin
אדער שיקט אן אימעיל צי [email protected]
מיר וועלן אויכט פראבירן צי אהערשטעלן א דרייוו לינק גראד צים גליון.


וחפץ השם בידנו יצליח!

עתיקין.png
עתיקין.png (482.61 KiB) געזען 11720 מאל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ענדליך ענדליך, WOWOOWOWOW.

חזקו ואמצו און רעכטס אויף די עולם הנגינה על טהרת הקודש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטרופס »

לאמיר האפן עס זאל זיך אויסארבעטן מיט סוקסעס.
ווען קומט ארויס די ערשטע?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אי"ה נאך די וואך, האפנטליך מארגן בע"ה
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8915
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: אי"ה נאך די וואך, האפנטליך מארגן בע"ה


דער האט זיך שיין פארקעמט דאס בערדל, אנגעטאהן א נייעם הוטל, זיך פארשאפט סטיילישע גלעזער, און ער וועט אונז אויסלערנען איבער 'אלטמאדישע נגינה'...?!

#צוריק צום אלטן אוועטער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווער שטייט אונטער דעם?
דיין אייגענע פראיעקט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ'קען באשטעלן עתיקין קווייער אויף חתונה'ס?

הלואי!!
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

פיינער געדאנק דאס!!
קוקט אויס ווי עס קומט גוטע נייעס!
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

שוין ארויס געקומען יעצט באקומען אן אימעיל מיטן גליון
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה - גליון 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גליון מספר 1



0211201014.JPG
0211201014.JPG (135.63 KiB) געזען 11195 מאל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כדאי צי אנמערקן אז דער גליון ווערט געמאכט כל כולו לשם שמים ממש, נאן פראפיט, דערפאר אלעס וואס איר ליינט איז כולו רווח.

ווי אויך איז יתכן אסאך זאכן נישט מוגה, דערפאר בעט מען דעם ציבור צי איבערלאזן זייערע הגהות והערות וואס וועט בע"ה געברענגט ווערן אין די קומענדיגע גליונות.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב מיר אויפגעסיינט אויפן גרופ אבער איך באקום נישט די גליון אויף אימעיל (דורך די גרופ)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

wow

אויפגעסיינט
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

געזעהן, נו, כ׳האב געמיינט ס׳איז עפעס בעסערס.
כמובן הנאה געהאט פונ׳ם היימישן אשכול נגון,געווען א גוטע דערמאנונג צו זינגן דעם נגון אום שבת קודש. צו אויף לכה דודי אדער הא׳ הפותח, מי יודע...
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

געוואלדיג! כמותכם ירבו בישראל

2 קליינע הערות אויפ'ן ערשטן גליון

ניגון 12 וואס ווערט באצייכנט אלס אחד מחברינו מצא תווים של ר' בעריש ווישעווער על אשת חיל, דאס איז א ניגון וואס ר' בעריש ווישעווער האט געשיקט קיין סאטמאר, און מרן הק' מסאטמאר זי"ע האט עס געזינגען אויף "שלום עליכם" אין די אנהייב תר"צ יארן. דער ניגון איז באקאנט אין קרית יואל וואו הרה"ח ר' בעריש אפעל הי"ו זינגט עס שוין אריבער 40 יאר ביים עמוד אויף איינע פון די פיוטים דעם צווייטן טאג ראש השנה. ר' בעריש האט עס געהערט פון זיין טאטן הרה"ח ר' גדלי' וואס האט געלערנט ביים רבי'ן אין סאטמאר און ער האט פון דארט אהיימגעברענגט דעם ניגון.

מיט עטליכע יאר צוריק ווען ר' עמרם אקער האט ארויסגעגעבן דעם אלבוים " פונעם סאטמארן הויף " האט ער צווישן אנדערע ניגונים אויך אריינגעלייגט דעם ניגון.

ניגון 14 דער חי ה' הידוע, ווערט באצייכנט אלס ניגון המפורסם על אסדר לסעודתא, און אז דאס ווערט מיוחס נאכ'ן קדושת יו"ט מסיגוט. ס'איז מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צו הערן אז ס'איז דא וואו ס'איז מער באקאנט אויף אסדר לסעודתא, אבער אלס סאטמארער איז דאס פון די איינציגסטע ניגונים וואס 'יעדער' זינגט אויף חי ה', און יעדעס חדר יונגל ווייסט אז דאס האט דער הייליגער ייט"ל געהערט פון גוים אין א קרעטשמע.

נאכאמאל, חזקו ואמצו, הצלחה בעבוה"ק
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
להשכילך בינה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 24, 2021 12:30 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להשכילך בינה »

איינס האט געשריבן: איך האב מיר אויפגעסיינט אויפן גרופ אבער איך באקום נישט די גליון אויף אימעיל (דורך די גרופ)

גא"מ.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איטשע האט געשריבן: געזעהן, נו, כ׳האב געמיינט ס׳איז עפעס בעסערס.
כמובן הנאה געהאט פונ׳ם היימישן אשכול נגון,געווען א גוטע דערמאנונג צו זינגן דעם נגון אום שבת קודש. צו אויף לכה דודי אדער הא׳ הפותח, מי יודע...

גראדע הנאה געהאט פון די מלאכים און שרפים נגון, שיין אויסגעשמועסט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

@פישל, א ריזן דאנק פאר די קלארע הערות,

די צווייטע הערה איז טאקע א פארדריסליכע טעות וואס האט נישט געזאלט פאסירן. דער כותב האט זיך טועה געווען און נישט באמערקט די הגהה אז דער ניגון איז חי השם און ס"ה ר' בנציון שענקער ע"ה האט איהם אנגעטוהן אויף אסדר לסעודתא. ווי אויך אז דאס האט נישט קיין שייכות מיטן קדושת יום טוב נאר אלץ די יארצייט היינט איז עס שוין מיטגעגאנגן

די ערשטע הערה איז געוואלדיג און דאס וועט אי"ה אריינגיין אין א קומענדיגע גליון.


----
נאך א וויכטיגע זאך וואס איז כדאי צי נעמן אין באטראכט איז דאס אז דער גליון סערווירט אלע שיכטן און קרייזן ביים היימישן ציבור דערפאר זענען דא אסאך זאכן וואס פאר געוויסע איז עס גאר באקאנט עד כדי תמי' אז מ'שרייבט עס אפילו.. למעשה פארשטייט זיך אז ס'איז דא א ציבור גדול וואס האט נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון דערפאר וועלן מיר עס שרייבן.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

מעכטיגע נייעס דאס!

וויפיהל כ'האב מיך געמיינט אז סטאוו גרייט אונז אן דא מיט עפעס א גוט'ס, מוז מען זאגן אויף דעם האמיר זיך נישט געראכטן.

אזוי קלאר צו מאכן מקורות אויף באקאנטע פארצייטישע חסידישע ניגונים, איז א דורכברוך אין עולם הנגינה החסידית, אזאנס איז נאכנישט געווען זייט איך געדענק, און נאכדערצו אויף אזא פארנעם ווי א וועכנטליכע גליון וואס סיי מ'קען עס ליינען און סיי הערן די ניגונים אויף איינמאל איז עפעס וואס איז לדעתי נאר נתחדש געווארן אין יאר תשפ"א.

א חידוש נפלא פון א ניגון וואס איז מיר הערשט יעצט קלאר געווארן די מקור, די וועלטס באקאנטע סלונימ'ער אור פניך וואס איך פייער אוועק מיט מיינע קינדער ביי די סעודה יעדע שבת שקלים - וויפיהל איך האב נאר געהערט און פרובירט זיך נאכצופרעגן אויף די מקור בין איך געווארן מער צומישט אריינגערעכט דא אין וועלטל, פון איין זייט זאגט איינער מיט א פשטות "מיוחס צום קאליסקער" בשעת די צווייטע שרייט מיט רויטע באקן "אווריטש - בת עין", קומט א דריטער מיט א קלארע מקור צו ר' מענדל'י וויטעפסקער, דא קומט שוין דער ידען זאגן אז אין סלונים זינגט מען גאר א צווייטע ניגון... בקיצור, דער מושג "קלארקייט" האט זיך נישט געטראפן דא די פלאץ. ביזן געוואר ווערן דאן, אז מ'רעדט דא טאקע פון צוויי אנדערע ניגונים, און דער באקאנטע ניגון איז נישט פון קיינער פון די וואס מ'האט דא דערמאנט, נאר א מקור איז עס מייחס צום וואלוזינ'ער, והכל על מקומו יבא בשלום.

נאך א זאך וואס איך האב שטארק הנאה געהאט, דער גור'ער קל אדון ניגון וואס קענענדיג דעם ניגון פון פארדעם - א מורא'דיגע ניגון, קומט דער שרייבער דא און צולייגט דעם ניגון אויף פרטי פרטים אויסרעכענענדיג וויאזוי דאס איז געבויעט, מיט וואסערע סארט רגש און תנועות, פון איין זייט מלכות'דיג פון די צווייטע זייט התעוררות'דיג וכדו', דער ניגון האט באקומען ביי מיר א אנדערע באדייט - מ'רעדט דא פון א יצירה שלימה, א בנין מפואר, עפעס וואס נאר די מלך המלחינים ר' יענקל תלמוד האט געקענט.

בני היכלא זוואלין - אזא הארציגע ווארימע ניגון, נאכדערצו וויאזוי זאנוויל וויינבערגער לייגט עס אראפ, שוין אסאך מאל געהערט זינגען ביי פלעצער ביי זמני התעוררות ווי ל"ג בעומר אין מירון פאר'ן הדלקה, קיינמאל נישט געוויסט די מקור און מחבר פון דעם.

די אשכול ניגונים איז אזוי, די מודזיצ'ע איז מיר באקאנט, די בוהוש'ער - שוין א חידוש ארייגערעכנט די היסטאריע פון דעם חזן, די באבוב'ע - זייער א שיינע ניגון, הערט זיך מיר ענדערשער ווי א מודזיצ'ע מכלכל חיים פון אמרי אש פאר די וואס פארשטייען, נישט געוויסט אז די קדושת ציון האט געמאכט אויף דעם סטייל.

נאך אסאך חידושים וואס מ'זעמיר דא געוואר געווארן. סטאוו ווען קומט ארויס די נעקסטע?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

נאך נישט באקומען.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האט עס יעדער שוין באקומען אין אימעיל?
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: האט עס יעדער שוין באקומען אין אימעיל?

יאפ, באקומען!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאר שטארק און הערליך, די לינקס צו די ניגונים זענען א געוואלדיגע הוספה.

יישר כחכם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9803
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

באקומען. הערליך. העכער אלע ערווארטונגען.
איין הערה: עס איז נישט "נגינה יהודית אותנטית", עס איז "נגינה חסידיתאותנטית" (ווארעווער דעטיז). איך גלייב נישט אז מ'גייט אויך אריינגלייגן בוכארישע נוסחאות, תימנ'ע ניגונים און אפילו נישט יעקישע זמירות. קיין אייין ניגון גייט זיין עלטער פון 250 יאר. על כן ביטע זייט אויפריכטיג, דא גייט מען באשרייבן חסיד'ישע נגינה. עס איז א דבר חשוב, פעלט נישט אויס מגזם צו זיין.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

א געוואלדיגע ארבעט, הן אין די תוכן והן אין די גראפיקס.
(איך האף אז די גומבו לינקס גייען נישט עקספייערן)
תחזקנה ידיכם!
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”