נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש - קרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

sheetrock האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
די עקזאסט פען אין די ביה"כ ביינונז אין ביהמ"ד (נישט קיין ספעציעלע קאמערשעל) ארבעט יעדן טאג רונדע דעם זייגער, און אזוי אין פילע בתי מדרשים וכדו', ס'איז זיכער געמאכט פארדעם, מ'דארף פשוט וויסן וועלכע מאדעל און וויאזוי עס צו באהאנדלן ריכטיג
ס'איז שוין היינט דא געוויסע וואס ארבעט אן קיין קול וואס איז געמאכט געווארן צו ארבעטן לענגער. כ'ווייס נישט פונקטלעך וועליכע מינע
אויב איז דא עקסזאסט פען וואס קענען ארבעט רונדע דעם זייגער וואלט געווען גוט צו מאכן א קאמפיין דאס צו טוישן, אדער לכה"פ צו לייגען א טיימער וואס לעשט עס אויס
וויפיל מאל מאכט זיך מ'צינדט עס אן ערב שבת אדער ערב יו"ט און מ'פארגעסט אויסצולעשן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מי יודע האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
די עקזאסט פען אין די ביה"כ ביינונז אין ביהמ"ד (נישט קיין ספעציעלע קאמערשעל) ארבעט יעדן טאג רונדע דעם זייגער, און אזוי אין פילע בתי מדרשים וכדו', ס'איז זיכער געמאכט פארדעם, מ'דארף פשוט וויסן וועלכע מאדעל און וויאזוי עס צו באהאנדלן ריכטיג
ס'איז שוין היינט דא געוויסע וואס ארבעט אן קיין קול וואס איז געמאכט געווארן צו ארבעטן לענגער. כ'ווייס נישט פונקטלעך וועליכע מינע
אויב איז דא עקסזאסט פען וואס קענען ארבעט רונדע דעם זייגער וואלט געווען גוט צו מאכן א קאמפיין דאס צו טוישן, אדער לכה"פ צו לייגען א טיימער וואס לעשט עס אויס
וויפיל מאל מאכט זיך מ'צינדט עס אן ערב שבת אדער ערב יו"ט און מ'פארגעסט אויסצולעשן
דאס גייט שוין אן צו לאנג. נאך א פען פייער און נאך פען פייער און נאך.
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

און איך זאג נאכאמאהל איבער ווען איהר ריפט איינעם צו קלינען די דרייער ווענט גיבט אים אויך די פענס
השם ישמרינו ויצלינו מכל רע
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

וואלענטירן פון די מצילי אש אין קרית יואל: וואלענטירן פון די מצילי אש שילדערן וויאזוי זיי האבן ארויסגעראטעוועט אידן פון ברענעדיגע הייזער, און באוויזן בחסדי השם אפצוראטעווען פילע שטובער פון ארויפגיין און פלאמען
https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67360
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

איינער האט בילדער פון חברה מצילי אש ד'מאנסי?
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

Screenshot_20230104-124012_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230104-124012_WhatsApp.jpg (272.96 KiB) געזען 5782 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35830
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
Screenshot_20230104-124012_WhatsApp.jpg
ר' זעמיל האט געשריבן:
*A horrible scene played out in Kiryas Joel, where a taxi driver crashed into a cement barricade, and the car started burning.*

*For a minute, it looked like he might perish in the burning car, and passersby screamed hysterically.*

*Thankfully the KJ Fire Department managed to get the fire under control and saved the driver from certain death.*
https://drive.google.com/file/d/13-X89_ ... p=drivesdk
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

די גרעסטע חלק קרית יואל האט געהאט מיטצוהאלטן פריער אז מצילי אש יאגט זיך איבער די גאסן פון שטאט.

די רעדע איז ווידעראמאל פון דרייער פייערס. איינס אין עצי תמרים געגנט, און די צווייטע אויף ברך משה. בלויז עטליכע מינוט אפגערוקט.

ברענגט נאכאמאל צום אויבערפלאך די וויכטיגקייט פון זיכער מאכן אז די דרייער ווענט איז מסודר.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע:שול

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

איל משולש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 10:36 pm
די גרעסטע חלק קרית יואל האט געהאט מיטצוהאלטן פריער אז מצילי אש יאגט זיך איבער די גאסן פון שטאט.

די רעדע איז ווידעראמאל פון דרייער פייערס. איינס אין עצי תמרים געגנט, און די צווייטע אויף ברך משה. בלויז עטליכע מינוט אפגערוקט.

ברענגט נאכאמאל צום אויבערפלאך די וויכטיגקייט פון זיכער מאכן אז די דרייער ווענט איז מסודר.
וויכטיק צו באמערקן אז מען זאל קלינען אין די דרייער, אראפ נעמען די פראנט אין עס קלינען נישט נאר די ווענט
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

איינער האט בילדער פון מאנסי חברה מצילי אש?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:05 pm
איינער האט בילדער פון מאנסי חברה מצילי אש?
זוך דא .
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:40 pm
נייע פייער טראק אקארשט אנגעקומען צו מצלי אש.
מ׳האט עס אריינעבעקט אינעם גאראדש, פארמאכט דעם טיר, און אלע פאן איז פריוואט.

שטיימעץ קנאקט בילדער מיט זיין נייקאן זי 8.

די בחורים אויפן פלאץ זאגן אז זיי זענען נישט זייער העפי מיט די בליצערס וואס די נייע טראק האט. זיי טענה׳ן אז ס׳איז נישט אפ טו דעיט.
זיי האבן אנגעוויזן אז דער טראק האט אסאך אלטע סארט פשוט׳ע ״טשערי לייטס״ וואס דרייט זיך… יוש האב איך געלאכט… טאקע שוין לאנג נישט געזעהן א רויטע טשערי לייט…
ווארשיינליך וועט עס מענדי גרינפעלד (אן עקספערט אין די זאכן) איבערלייגן פרישע על אי די, די סארט וואס שטעכט אויס די אויגן.

ווער מאכט א פייער? מ׳דארף עס זעהן אין עקשאן…
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:29 pm
@פליגל
די בחורים זאגן אז עס זענען דא הייזער אין קרית יואל וואס טארן נישט ברענען, ווייל ס׳איז אזוי געבויט אז מ׳קען נישט דארט סטעידשן א ענדשין מיט א לייטער. (ענדשין מיינט א פייער טראק אינעם פייערפייטינג שפראך)

יצחק בערנאטה האט מיר עס שוין געזאגט יאארן צוריק.

באדעם ליין, די לייטער איז נישט העכער ווי די יעצטיגע, ס׳איז נאר א נייע. די אלטע איז פון 1980 קוים וואס עס פארט.
עד כאן מיט די בחורים שמועס.
די נעקסטע ריזיגע לייטער, איז די הוק-ענד-לעדער וואס די סיטי ניצט, דאס וואס האט נאך א דרייווער פון הינטן. אזאנס ברויך מען האבן אין קרית יואל! איי ווי געשמאק דער ריזיגער לאנגע טראק מאנעווירט אזוי צעווישן די טראפיק אנגעלייגטע גאסן.

בינעך נייגעריג וויפיל גאלאן וואסער די נייע טראק קען האלטן.
ווי לאנג עס נעמט צו אנפילן דעם טאנק אויב איזעס ליידיג.
מ׳פארט נישט מיט א האלב ליידיגע טאנק ווייל די וואסער שטופט צו אלע זייטן און מ׳קען פארלירן קאנטראל פינעם טראק.
בינעך אויך נייגעריג די סיבה אז ס׳האט נישט קיין בּלעדער טאנק אזוי ווי די קלענערע פליגערס און אזוי ווי די קארס האבן. דאס מיינט אז די טאנק צוהט זיך איין ווען עס ווערט ליידיג און די וואסער קען נישט ארום טאנצן.

אלענפאלס, זאל השי״ת העלפן אז מ׳זאל עס נישט דארפן ניצן
פליגל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:03 pm
טענקערס זענען אויסשטאפירט מיט ווענטלעך וואס האבן לעכער אין זיך, און עס איז טאקע דערפאר אז ווען עס איז דא ווייניגער ווי פול זאל די לאוד פון די פלויעד נישט זיך שטיפן מיט א קראפט פארנט. די ווענט זענען דארט עס אפצוהאלטן פון קומען דאס גאנצע מיט איין קראפט און האבן לעכער עס זאל יא דורכלאזן אז עס זאל אפילו אין די ווענטלעך נישט אריינקראכן. איינמאל די פלויעד שטיפט זיך אדורך די לעכער פארלירט עס דעם ענערגיע צו שטיפן דעם גאנצן וואג צום פארנט.
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 9:05 pm
א גרויסע מעמד הכרת הטוב פאר אלע "מצילי אש" מעמבערס איז יעצט פארגעקומען אינעם מצילי אש בנין אויף מאונטעין-חברון.

מ'האט דארט אויך באנייט דעם נייעם "לייטער טראק" וואס די ווילעדזש האט געקויפט צום ערשטן מאל.

צווישן אנדערן האט מען דארט באגריסט לעבעדיג דעם סענאטאר דזשעימס סקופיס מיט הכרת הטוב, וואס ער האט געשאפן א גרענט פון א האלב מיליאן דאלאר פאר דעם טראק (וואס האט געקאסט אנדעטהאלבן מיליאן), א פראסעס וואס ער האט באגלייט מיט די סטעיט פאר 20 חדשים צייט ביז יעצט.

אפאר קליינע זיסע נאטיצן פונעם מעמד:

- דער מעיאר רבי אברהם ווידער האט ברבים אויפ'ן סטעידזש איבערגעגעבן דעם "שליסל" פונעם נייעם טראק פאר הר"ר יושע בלומענטאל, טשיף פון די קרית יואלפייער דעפארטמענט

- הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אויפגעטרעטן און אראפגעגעבן די גרויסע חסד פון יעדע מעמבער, וואס די שטאט שלאפט רואיגער אדאנק זיי. ער האט געזאגט אז די הכרת הטוב פון די צענדליגער טויזנטער איינוואוינער וואלט עכט געפאדערט א צאמקום פון די גאנצע שטאט, אבער ס'איז צו שווער.. ממילא קומען דא אראפ די ווילעדזש בארד, מיט די דיינים בראש, און מ'גיט אפ דעם דאנק בשם הקהל. אויך האט ער דערמאנט וועגן די פייער וואס איז לעצטנס געווען אום שבת אין זכונת ברך משה, וואס די קדושת השבת האט אפגעקלינגען אויף דער וועלט וויאזוי די מצילי אש ארבעטן נאר ווילאנג ס'דא אידן אינעם בנין, און וויאזוי די ווילעדזש האלט אויף עקסטערע גויים פאר אלגעמיינע קאלס, וואס יעדער איז מקנא קרית יואל מיט דעם

- עפעס האט ער צוגעלייגט א גאר טרעפליכע רעיון אז מ'זעט אין די ספרים אז מ'דארף זיך היטן פון "חמ"א", ר"ת חמה משחית אף (כהאב נישט אזוי פונקטליך געהערט), האט ער געזאגט אז אונז האמיר דא "ח'ברה מ'צילי א'ש".. דאס איז אונז מגין אויף חמ"א...

- דער דיין הרה"ג ר' שלמה משה ליפשיץ האט אויך גערעדט איבער די קידוש השם וואס קלינגט אפ פון א פייער דעפט. וואס פירט זיך בדרך התורה הונדערט פראצענט

- אין אנהייב האט דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר ר' גדלי' סעגעדין הי"ו ארויסגעברענגט א שכוח פאר אלע וואלונטירן, און עסטער פר די וואס וואויטן אין נאוועמבער וואס דורך זיי קען מען שאפן אזא גרענט פאר די פייער טראקס, און מדארף נישט העכערן די פייער טעקסעס

- דער אסיסטענט טשיף הר"ר אליעזר הערש ניימאן האט דערציילט אויפ'ן מייק אז ער איז געווען היינט צופרי אין ניו העמפשיר אינאיינעם מיט נאך 2 מעמבערס, און ער קומט דא איבערגעבן די ברכת הקודש וואס ער האט גענומען פונעם רבין שליט"א פאר אלע מעמבערס, און ער האט דערציילט אז דער רבי האט זיך פאראינטערסירט אין אלע פרטים וועגן די נייע טראק וויאזוי מ'האט דערגרייכט דאס איינצוקויפן און וואס דאס גייט צונוץ קומען [האפנטליך נאר פאר'ן מעמד ההדלקה...]
לעצט פארראכטן דורך latter אום זונטאג יולי 30, 2023 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:29 pm

סטעידשן א ענדשין מיט א לייטער.
וואס מיינט סטעידשן?

וועמענס פארנאכלעסיקייט איז עס?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

נא וואו זענען די בילדער פונעם נייעם טראק?
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3969
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

אינגעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:36 pm
נא וואו זענען די בילדער פונעם נייעם טראק?
דא האסטי עפעס טאקע נישט קיין פול פיקטשער,
אבער כאטשיג עפעס...
אטעטשמענטס
IMG-20230730-WA0194.jpg
IMG-20230730-WA0194.jpg (272.06 KiB) געזען 3861 מאל
IMG-20230730-WA0193.jpg
IMG-20230730-WA0193.jpg (283.02 KiB) געזען 3861 מאל
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

latter האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:15 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:29 pm

סטעידשן א ענדשין מיט א לייטער.
וואס מיינט סטעידשן?

וועמענס פארנאכלעסיקייט איז עס?
ארויסריקן די אוטריגערס (פיסלעך) צו אונטערהייבן דעם טראק זאל שטיין פעסט און סעיף אויף די היידראליק פיסלעך צו האלטן דעם סענטער אף גרעוויטי און די לאוד/וואג פינעם לייטער בשעת ס׳איז עקסטענדעט.

דאס קען מען נישט טאן אויף ווייעכע גראז, ווייל די וואג איז צו שווער און ס׳איז נישט מעגליך צו באלאנסירן.
מוז מען עס אוועקשטעלן סטראטעגיש אויפן ראוד, דאס מיינט אז די לייטער איז נישט געניג לאנג צו דערגרייכן די הייזער וואס האבן פארנט פון זיך א גרעסערע שטח פון ווייעכע גראז. אדער אויב מען בויעט ארויס פון די בעק, און א לייטער האט נישט קיין שום וועג צו דערגרייכן אהין.

אוועקשטעלן א לייטער טראק נעבן א פייער, פארלאנגט געניטע סטראטעגיע צו רעכענען אז די לייטער זאל קענען גרייכן ווי עס דארף, און די טראק זאל שטיין פעסט און סטאביל און יעדע פאזיציע וואס די לייטער איז אויסגעצויגן. דער פאך היייסט ״סטעידשן״.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

latter האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:14 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:40 pm
נייע פייער טראק אקארשט אנגעקומען צו מצלי אש.
מ׳האט עס אריינעבעקט אינעם גאראדש, פארמאכט דעם טיר, און אלע פאן איז פריוואט.
מען אריין געברענגט א צווייטע לייטער טראק אדער גייט עס ריפלעיסן די ערשטע?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 7:44 am
latter האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:14 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:40 pm
נייע פייער טראק אקארשט אנגעקומען צו מצלי אש.
מ׳האט עס אריינעבעקט אינעם גאראדש, פארמאכט דעם טיר, און אלע פאן איז פריוואט.
מען אריין געברענגט א צווייטע לייטער טראק אדער גייט עס ריפלעיסן די ערשטע?
ריפלעיסן.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

איל משולש האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 11:58 am
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 7:44 am
latter האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:14 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:40 pm
נייע פייער טראק אקארשט אנגעקומען צו מצלי אש.
מ׳האט עס אריינעבעקט אינעם גאראדש, פארמאכט דעם טיר, און אלע פאן איז פריוואט.
מען אריין געברענגט א צווייטע לייטער טראק אדער גייט עס ריפלעיסן די ערשטע?
ריפלעיסן.
כמיין 1 לייטער איז ווייניג, ניין? אויך איז עס לכאורה די ערשטע לייטער וואט זיי קויפן ניי.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

never האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:07 am
אינגעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:36 pm
נא וואו זענען די בילדער פונעם נייעם טראק?
דא האסטי עפעס טאקע נישט קיין פול פיקטשער,
אבער כאטשיג עפעס...
קליפ פון נייע טראק
https://drive.google.com/file/d/1qE5auf ... p=drivesdk
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע:איך ווייס נישט

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

latter האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 12:09 pm
איל משולש האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 11:58 am
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 7:44 am
latter האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:14 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:40 pm
נייע פייער טראק אקארשט אנגעקומען צו מצלי אש.
מ׳האט עס אריינעבעקט אינעם גאראדש, פארמאכט דעם טיר, און אלע פאן איז פריוואט.
מען אריין געברענגט א צווייטע לייטער טראק אדער גייט עס ריפלעיסן די ערשטע?
ריפלעיסן.
כמיין 1 לייטער איז ווייניג, ניין? אויך איז עס לכאורה די ערשטע לייטער וואט זיי קויפן ניי.
יא, ס'איז די ערשטע ברענד ניו לייטער טראק געמאכט קאסטום פאר קרית יואל
אוועטאר
DIET COKE
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 9:48 am
לאקאציע:אין פרידזשעדער
פארבינד זיך:

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש - קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DIET COKE »

פארוואס שטעקט זיך די לייטער ארויס?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פערדס מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:29 am

יא, ס'איז די ערשטע ברענד ניו לייטער טראק געמאכט קאסטום פאר קרית יואל
סהאט מער מעלות ווייל סאיז קאסומייזד פאר קר''י אדער פשוט א היסטארישע זאך?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4903
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש - קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

טראק צורקולירט ארום היינט די גאסן און שטאט
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע:איך ווייס נישט

Re: נייעס קרישקעלעך פון חברה מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

טשעירמאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:10 pm
פערדס מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:29 am

יא, ס'איז די ערשטע ברענד ניו לייטער טראק געמאכט קאסטום פאר קרית יואל
סהאט מער מעלות ווייל סאיז קאסומייזד פאר קר''י אדער פשוט א היסטארישע זאך?
די פוינט איז נישט קאסטום, די פוינט איז ברענד ניו. איך מיין אז אלע ברענד ניו פייער טראקס זענען קאסטום פאר די דעפארטמענט וואס באשטעלט עס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”